בלאט 1 פון 1

צניעות ביי די גויים

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:17 am
דורך שמעקעדיג
דא אין שטיבל ענדיגט מען נישט קריצן מיט די ציין אויף די עסקנים, רבנים, מוסדות וועלכע מישן זיך אריין און מאכן משוגע די תלמידות אדער זייערע מאמעס מיט צניעות תקנות.

פאני זאך איז, אז ביי די גויים איז נישט אלץ בעסער. אודאי איך פארגלייך נישט, מען קען טרעפן אסאך חילוקים, אבער פארט איז עס א פאקט אז אין די נייעס טרעפט מען פיל מאל ווי די גוי'אישע סקול'ס פארלאנגען אויך געוויסע עניני צניעות (לפי מדריגתם).

די אלטע נייעס געדענק איך שוין נישט, אבער מהיום והלאה וועל איך בל"נ צוצייכענען ווען איך טרעף.

https://www.yahoo.com/parenting/high-sc ... 28597.html

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 1:21 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: יא. אבער ביי די גויים איז דאך דער גאנצער מושג פון צניעות און קדושה נישט פארהאן. דו זעהסט דאך איהר מאמע האט געטענה'ט אז זי האט גארנישט געטון ראנג. און אלעס איז פיין און וואויל...
נאר איך האב ערגעץ געליינט אז מיט דרייסיג-פערציג יאר צוריק אין די קאטוילישע סקולס האבן די נאנעס נישט געלאזט די מיידלעך גיין מיט גלאנצעדיגע שווארצע שיך. ווייל ס'טוט רעפלעקטן געוויסע חלקים פונ'ם גוף שהצניעות יפה להם...אפילו די גויים זענען געפאלן עשר מעלות אחורנית אין צניעות...רש"י הק' זאגט ביי בלעם הרשע אז ביז ער האט געגעבן פאר בלק די עצה רעה מכשיל צו זיין אידן, זענען די בנות מואב יא געווען אפגעהיטן אין צניעות...!

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 1:10 am
דורך שמעקעדיג
אהיימגעשיקט א מיידל פארן נישט זיך קליידן לויט די סקול רעגולאציעס.

https://www.yahoo.com/parenting/should- ... 35792.html

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 4:32 am
דורך [NAMELESS]
דאס אז ביי די גוים איז געשען א ריזיגע ירידה אין מאראל און אין צניעות איז שוין א אלטע זאך, און עס איז אביסעל צוליב די פרייהייט ווינטן וואס האבן געהערשט אין אמעריקא אין די זעכציגער יארן (סיקסטיס בלע״ז) און בעיקר צוליב די אפענקייט פונעם אינטערנעט, (יא, עס מאכט אן גרויסע פראבלעימען ביי די גוים אויך און עס איז דא פון זיי וואס אנערקענען עס!) אבער וויבאלד עס איז געשען צוביסלעך האט מען עס נישט אפגעשטעלט, און אויך ווייל אפילו פאר די וואס עס גייט יא אן האבן גארנישט געטון דערצו.
פון די איינציגסטע וואס האבן יא פראבירט עפעס צו טון אפצושטעלן די ירידת הדורות ביי די גוים, איז געווען א אמעריקאנע סאלדאט וואס איז געווען געפאנגען אין צפון קאריע פאר יארן לאנג, אזוי אז ווען ער איז ארויסגעקומען פון געפענגעניש נאך די אלע יארן, האט ער באמערק די ריזיגע חילוק אויף איינמאל (וואס די אנדערע אויף די פריי האבן נישט אויפגעכאפט מחמת עס איז געווען צוביסלעך) און ער האט געעפענט א ארגענעזאציע וואס פראבירט צו אויפקלערן די מענטשהייט[???] ווי שטארק זיי זענען געפאלן.

(איך געדענק נישט ווי איך האב מיר אנגעטראפן דערמיט אויף די נעט, און די נאמען דערפון, אויב איינער ווייסט פון וואס איך רעד קען ער עס ארויפשטעלן)

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:05 am
דורך פרייוויליג
אז מען טרעפט נאך אז מען קען אהיים שיקן א סטודענט פארן נישט גיין אזוי בצניעות ווייזט דאס א מעט אור בחושך. אבער פון די אנדערע זייט ווייזט דאס אז זיי קענען נאך אסאך פאלן. איך האב געמיינט אז אזוי ווי די גוי גייט היינט איז דאס די ערגסטע וואס קען זיין.

Re: צניעות ביי די גויים

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 10:20 am
דורך דעת תורה
בעיקר צוליב די אפנקייט פון די אינטערנעט? איז דא א חילוק צווישן די אנפאנג 90'ס און היינט?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 9:37 am
דורך שמעקעדיג

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:16 am
דורך דוק ותשכח
Soon they will make separate schools for boys and girls....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 10:21 pm
דורך Chasidishmashpia
חכמה בגויים תאמין צניעות בגויים אל תאמין........

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 2:20 am
דורך געפילטע פיש
ביי די גוים איז עס נאר א וועג וויאזוי מ'קען נאכאמאל אנאליזירן און באאבאכטן, איבערשמועסן, די פרויענישע קליידונג. ביי אונז אידן אבער וויל מען נישט מער ווי איבערשמועסן און אנאליזירן די הלכה פון פרויענישע קליידונג, און איבערשמועסן וואס איז מותר און וואס איז אסור. ס'איז אינגאנצען אנדערש, וואס איז בכלל די פארגלייך?

חוץ מזה וואס ביי אונז אידן איז דאך תורה מגינא ומצלא, קען דאך נישט זיין אז די רבנים וואס זענען ביזי מיט פרויענישע קליידער זענען אבסעסט דערמיט נאר כדי זיך אריינצוטוהן אין פרויענישע ענינים, נאר כדי ארויסצוברענגען שמעתתא אליבא דהילכתא.

נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2018 10:09 am
דורך שמעקעדיג
פארשיקט פונעם מאלל נאכ'ן נישט גיין מיט 4 אינטשעס אונטער די קני.

https://www.yahoo.com/lifestyle/harasse ... 16075.html

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2018 10:50 am
דורך שמעקעדיג
אנטזאגט איינטריט צו א באלל געים
(זהירות: נשים)

https://www.yahoo.com/lifestyle/model-s ... 12392.html

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2018 1:22 am
דורך נהורא נפישא
ביי מענטשן וואס האבן נישט אנטוויקלט א געזונטע פאמיליע לעבן, טיפיקל אין סאסייעטיס וואו פארשידענע עמאציעס ווערן דערדרוקט אדער פארדרייט, שאפט זיך אט דער טעות פון מטשטש זיין די גרעניצן פון באשיידנקייט און פארעקלונג. צניעות איז דער פשט, באשיידנקייט, קלאסיש, נישט אויסגעלאסן, איידל, אטראקטיוו. די תועלת פון צניעות ביי א פרוי איז כדאי נישט אויסצוזעהן ווי א זונה און מופקרת נאר ווי א פרוי וואס שעצט איר קערפער און די שיינקייט פון איר קערפער פריוואט פאר ווער עס האט חתונה געהאט מיט איר.
דאס פארלאנגן אז א פרוי זאל זיך פארמיאוסן כדאי נישט צו מכשיל זיין קראנקהאפטיגע מענער איז נישט אידישלעך און באקריוודעוועט די פרוי פון מענטשליכקייט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2018 1:58 am
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא: בכלל די אבסעססיווקייט ביי געוויסע יחידים איבער די לבוש און מראה החיצוני פון די פרויען, קומט פון א נישט געזונטע מקור. ווייל א נארמאלער מענטש לייגט נישט קיין עקסטער געוויכט וויאזוי א צווייטע/ר גייט אנגעטון. חוץ ווען ס'איז בפירוש פראוואקאטיוו. אבער ווער ס'איז שטענדיג פארנומען מיט די זאכן, דארף גיין נאך הילף...! אדער ווייל זיי האבן אן אגענדא...אזוי ווי...די ר---- ק----. וועלכע איז אליינס אויפגעוואקסן אין א נישט פונקציאנירנ'דיגע שטוב. וואס כאטש איהר מוטער ז"ל איז געווען א גרויסע צדיקת. און האט זיך מוסר נפש געווען צו העלפן אנדערע. איז דאס אבער געגאנגען אויפ'ן חשבון פון אפווארטן די שטוב. האט זי, די חשוב'ע רביצין שתליט"א מיט די אנדערע בני המשפחה החשובה אן אגענדא גרויס צו מאכן זייער טאטע דער אדמו"ר שליט"א באריכות ימיו ושנותיו עמו"ש...!

נשלח: זונטאג מאי 26, 2019 2:12 pm
דורך נולד מאוחר

נשלח: זונטאג מאי 26, 2019 2:28 pm
דורך איסר האטלקי
אז מ'רעדט שוין.... דאס איז היינט געווען אין די נייעס.

חוה פארן חטא אין היימישן וויליאמסבורג

Re: צניעות ביי די גויים

נשלח: זונטאג מאי 26, 2019 4:51 pm
דורך גראף
איסר האטלקי האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין.... דאס איז היינט געווען אין די נייעס.

חוה פארן חטא אין היימישן וויליאמסבורג
דער טראק מיט אייער איז ביים קארנער...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: צניעות ביי די גויים

נשלח: זונטאג מאי 26, 2019 5:10 pm
דורך החוקר
לויט ווי זי שרייבט, האט זי לכתחילה געפלאנט צו קומען אום שושן פורים.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2019 8:51 pm
דורך איסר האטלקי
פון די קליפ איז משמע אז זי איז געקומען פורים. די פארשטעלטע מענטשן שרייען צו די פאליציי.

נשלח: מאנטאג מערץ 15, 2021 7:31 am
דורך שמעקעדיג
דאס איז טאקע נישט צניעות, אבער אויב האט איר געמיינט אז די היימישע מוסדות האבן די ערגסטע תקנות....

https://www.washingtonpost.com/world/as ... story.html