אמאל לוינט זיך נאך אריינצופאלען אין אייוועלט. לכתחילה אריבער ברענגט א שיינע באריכט
ישר כח גימעל פאר דיין באריכט, יעצט אביסל זאלץ און פעפער.
וואס איז סירי?
סירי איז נישט קיין נייע זאך, עס איז די טעכנעלאגיע - אן עפפ - וואס לאזא א מענטש ניצן זיין קול צו "רעדן" צו זיין איי. מאביל דיווייס.
עס איז בעצם געווארן געבויט דורך "סירי אינק" (siri inc) א פרייוואטע סאפטווער קאמפאני, און נאך יארן ארבייטן און מאכן א געלונגענע פראדוקט, האבן זיי עס געמאכט עוועיליבל אלס א עפפ פאר די "איי. אפערעטינג סיסטעם" (באוויסט אלס "איי. או. עס."). אין אפריל 10' האט עפל אבגעקויפט "סירי אינק", און געמאכט סירי פאר א וויכטיגער חלק פונעם ""איי. או. עס.").
בעצם האט "סירי אינק" געהאט געזאגט אז זי ארבייט אויך פאר א עפפ פאר ענדרויד און בלעקבערי, אבער די ארבייט איז אפגעשטעלט געווארן ווען עפל האט עס אפגעקויפט.
מען האט אסאך געקענט טיען מיט סירי ביז היינט אויך, ווי מאכן א קאל, "סעטן" א רימיינדער ועוד ועוד, אבער ביי די היינטיגע קאנפרענס האט מען געמאלדען אסאך אסאך נייע זאכן וואס "סירי" קען אייך טאן.
למשל, מען האט איר אוסגעלערענט אסאך נייע שפראכען, און עס איז עוועליבל און אסאך נייע מדינות.
אויך האט מען צינויף געשמיסט, "מרת סירי'ן" מיט "מיסטער יעלפ" (yelp).
יעלפ איז א אנליין קאמיונעטי ווי מענטשען לייגען אריין אינפארמאציע איבער ביזנעסער, און אז איר זיכט למשל אינפא איבער א רעסטאראנט, גייט איר אויף יעלפ, און איז זעהט וועלכע פרעס געשעפט דער עולם רעקעמאנדירט פאר אייער פאנטאזיע, און וואס אנדערע וואס האבן שוין געגעסען דארט זאגן וכדו', אזוי אויך פאר אלע ערליי געשעפטן.
יעצט אז סירי רעדט מיט יעלפ, ווייסט זי די אלע אינפארמאציע, און אז איר רעדט צו אייער טעלעפאן קענט איר פרעגען אזוי, "ווי קען איך אין מאנהעטען באקומען פיינע געבראטענע קאטשקעס פון די גריכישע סארט, פאר אונטער 100 דאלער, און וואס האט א רעטינג אזוי אין אזוי"? וועט אייך סירי גיבן די קלארע ענטפער, אזוי ווי ווען איר קוקט אנליין.
אויך קען מער איר פרעגען אסאך וועלטליכע פראגעס, ווי "ווער עס איז געווען העכער, "פרעזידענט וואשינגטאן" אדער "פרעזידענט טעפט"? סירי וועט עס אויפקוקען אנליין, און אייך ברענגען די ענטפער (די ענטפער וועט מן הסתם זיין, אז וואשינגטאן איז געווען העכער, אבער די קושי השעבוד פון טעפט האט משלים געווען)
זי קען אויך ברענגען כל ערליי רעזאלטאטען פון ספארט שפילערייען, און נאך אסאך אינפארמאציע וואס די גוי מוז האבן צום לעבן ("שיכור איז ער, טרינקען מיז ער, ווייל ער איז א גוי"!!).
א זייער פראקטישע אפדעט פאר סירי איז, אז זי קען "לאנטשען" עפפ'ס אויפן דיווייס, זאגסט איר "לאנטש טשעיס באנק" און די "טשעיס באנק" עפפ וועט זיך אנצינדען.
אזוי אויך וועט סירי קומען וואוינען אויך אין אייפעדס, בנוסף צו די אייפאון ווי זי געפינט זיך ביז היינט.
גימעל האט געשריבן:פון די הויפט חידושים איז די נייע איי-או-עס 6 פאר די אייפאון (3GS - 4 - 4S), אייפעד (2 און 3), און פאר די אייפאד (בלויז פאר די 4th generation).
די נייע איי-או-עס 6 וועט האבן די נייע עפעל דעזיינטע מאפעס
א פארגעשריטענע סירי, אויך אויף די אייפעד און אייפאד
פעיסבוק וועט זיין אריינגעפלאכטן (אינטעגרעיטעד) אין די גאנצע דעווייס
א איבערגעפרישטע עפפ סטאר, אייטונס און אייבוקס סטאר.
פער מער זעט אויף די
עפעל וועב זייטל.
די מאפעס האט מען שוין געשמוסט, נאר אפאר קליינקייטן, קודם האט מען היינט געזען אז פאר די "דירעקשאנס" חלק פון די נייע מאפעס, גייט עפל ניצן "טאם טאם" מאפעס, און וועט האבן די טאם טאם אפציעס, בנוסף וועט זי ניצען איר "נעץ" מיט באניצער, צו גיבן פארן דעם עולם "ריל טיים" טרעפיק באריכטען, לויט ווי שנעל אדער שטייט די מענטשען וואס האבן אייפאונ'ס ריקען זיך (כ'מיין אז געוויסע "דזשי. פי. עס. ניצן שוין די טעכנעלאגיע).
די מאפעס קומען מיט 100 מיליאן ביזנעסער שוין אריינגעלייגט, דורך "יעלפ" אינפארמאציע!!
מען וועט קענען רעדן צו די מאפע מיט "סירי", בעטן דירעקציעס, אדער א געז סטעישאן למשל.
און בכלל זענען די מאפעס, און 3D הערליך שיין.
נאך א וויכטיגע זאך, די מאפעס וועלט ארבייטן און זיך ריקן, געבן נייע אינפארמאציע, אפי וועל די טעלעפון איז "לאקט" צוגעשפארט און אלע אנדערע עפפס זענען טויט.
פעיסבוק אריינגעפלאכטען, הייסט אז אנדערשט ווי ביז יעצט ווען עס איז געווען א עפפ, פונקט ווי אנדערע עפפס, איז זי היינט א "חלק" פונעם פאון ,און עס קומט פון א צוזאמארבייטן פון עפל מיט פעיסבוק, און עס האט געברענט שפעקולאציעס, אז עפל מיט פעיסבוק וועלן אינעם עתיד ארבייטן אויף נאך פראעיקטן בענעזאם.
גימעל האט געשריבן:א נייע
מעק בוק פרא מיט א ראטינא דיספלעי
וועלכע איז גאר דין און לייכט-וואגיק, און גלייכצייטיג שנעלער ווי די ביז יעצטיגע מעק בוק פרא.
ראטינע דיספלעי, איז א זייער זייער "שארפע" סקרין מיט מורא'דיג אסאך "פיקסעלס", מער ווי א מענטשליכע אויג קען זעהן (רעטינע איז די נאמען פון די חלק פון די מענטשליכע אויג וואס "זעהט").
ווען זיי האבן אינטערדויסט רעטינע אויף די אייפעד 2 האבן זיי צוגעלייגט א פארגרעסערינג גלאז אין די עפל געשעפטען נעבן יעדע אייפעד, אז מען זאל קענען זעהן א חילוק!
די נניע מעק בוק וועט קאסטען 2,199.
גימעל האט געשריבן:כאטש עס איז נישט קיין נייעס האט מען ביים קאנפרענץ אויך ארומגערעדט פון די נייע
אפערעיטינג סיסטעם 'מאונטען לייען', וואס וועט זיין צו באקומען אין די עפפ סטאר קומענדיגען יולי.
"מאונטען לייען" איז די נאמען פון די נייסטע "אפערעטינג סיסטעם" פון מעקענטאש (די עפל פול סייז קומפיוטער) אזוי ווי "ווינדאס 8" איז די נאמען פון די נייסטע מייקראסאפט אפערעטינג סיסטעם.
עפל געט נעמען פאר זייערע אפערעטינג סיסטעם ווערסיעס, נאך די חיות פון די "קאץ" משפחה די אנדערע נעמען ביז היינט זענען:
Cheetah" "Puma" "Jaguar" "Panther" "Tiger" "Leopard" "Snow Leopard" "Lion"·
די נייע או. עס. וועט קאסטען גאנצע ........ $19.99!! מיט 10 דאלער ביליגער ווי עס קאסט די יעצטיגע ווערסיע "לייען".
(ביז דא פון גימעל)
יעצט נאך נייע זאכן.
א נייע פאון עפפ:
(די עפפ פשוט צו מאכן קאלס), וועט יעצט האבן "ענטפער מיט א מעסעדזש" אנשטאט אויפהייבן (וואס אנדערע האבן שוין), וועסט קענען אנשטעלען א רימיינדער, אויב די ווילסט נישט אויפהייבן יעצט, זאל עס דיך דערמאנען שפעטער צוריקצוריפן, קענען אנשטעלען א רימיינדער צו ריפן איינם ווען די גייסט ארויס פון א געוויסע פלאץ (בערך אזוי ווי די נייע עפפ פון מייקראסאפט, באשריבן דא אין שכינות), "דו נאט דיסטערב" (DO NOT DISTURB) און נאך.
מען וועט קענען ניצן "פעיסטיים" אויף די סעליולער פארבינדונג:
פעיסטיים" (FaceTime) איז די ווידיא קאל עפפ פון עפל, וואס ערמעגליכט פאר מענטשען צו רעדן פנים על פנים, ביז היינט האט עס געמוזט גיין דורך א וויי פיי אינטערנעט קענעקשאן, יעצט וועט עס גיין אויף די סעליולער ליין.
א ניי עפפ "פעססבוק" (Passbook):
צו ניצן פאר אלע "פעסעס" פאר עירליין, סטעדייומס, אדער קיופאנס פאר געשעפטען וכו' וכו'.
"גיידעד עקסעס" (Guided Access):
איר קענט אפשפארן אז נאר איין געוויסע עפפ זאל ארבעטען יעצט, למשל אז איר זענט א טיטשער, און איירע סטודענטען האבן "אייפאד'ס" אבער איז ווילט אז זייי זאלן יעצט ניצן נאר א געוויסע עפפ ווי א בוק, וואס איז וויכטיג יעצט פאר די לעסאן, אבער זיי זאלן נישט קענען גיין "אנליין" אדער שפילן געמס, שפארט איר אפ אלס חוץ די געוויסע עפפ.
און נאך און נאך און נאך!