בלאט 1 פון 9
הרה"צ ר' אליעזר שלמה שיק (לרפו"ש) זצ"ל
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 7:16 pm
דורך דער שכן
זענען די שמועות אמת רח"ל?!
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 7:29 pm
דורך געוואלדיג
איך ווייס נישט וועלעכע שמועות דו מיינסט אבער יא מען האט געטראפן ביי איהם יענע מעשה אויף זייער א שווערע פארנעם (זיין רעבעצין לרפו"ש מוטשעט זיך שוין לאנג מיט דעם) און זיין מצב איז זייער שמאל לפי ידיעתי יכול להיות אז מען גיבט איהם אינגאנצן נישט קיין טריטמענט ל"ע
זאל מען טאקע אינזין האבן אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש בתושח"י
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 8:21 pm
דורך דער שכן
געוואלדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט וועלעכע שמועות דו מיינסט אבער יא מען האט געטראפן ביי איהם יענע מעשה אויף זייער א שווערע פארנעם (זיין רעבעצין לרפו"ש מוטשעט זיך שוין לאנג מיט דעם) און זיין מצב איז זייער שמאל לפי ידיעתי יכול להיות אז מען גיבט איהם אינגאנצן נישט קיין טריטמענט ל"ע
זאל מען טאקע אינזין האבן אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש בתושח"י
זאל זיין בשורות טובות. יישר כח.
היינט געהערט אז עס איז ערענסט. ער האט געהאט א שווערע הארץ אטאקע בערך א יאר צוויי צוריק. א צוויי וואכן צוריק האט ער געהאט פנעמאוניע. פאריגע וואך מיטוואך האט ער געפילט זייער נישט גוט. מען האט אים אריין געפירט אין שפיטאל און געפינען יענע מחלה אין די בלוט אויף א זייער שפעטע סטעידזש, לא עלינו ולא עליכם. די רביצין זיינע איז שוין געווען זאגט מען זיך געזעגענען! ה׳ ישלח להם רפואה שלימה בקרוב בתוך חולי ישרא׳. משיח זאל שוין קומען.
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 9:22 pm
דורך [NAMELESS]
דער שכן האט געשריבן:זענען די שמועות אמת ר״ל?!
מאך עס נישט אזא צרה. ער האט אסאך משפחות חרוב געמאכט. אסאך מענטשען צורידערט געמאכט. קען זיין ער האט געמיינט גוטס און געווען איין שטיק גוטס און אויב יא זאל אים די זכות מגין זיין, אבער די תוצאות איז זייער אסאך מאל געווען געפערליך נישט גוט.
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 11:11 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
עזריאל האט געשריבן:דער שכן האט געשריבן:זענען די שמועות אמת ר״ל?!
מאך עס נישט אזא צרה. ער האט אסאך משפחות חרוב געמאכט. אסאך מענטשען צורידערט געמאכט. קען זיין ער האט געמיינט גוטס און געווען איין שטיק גוטס און אויב יא זאל אים די זכות מגין זיין, אבער די תוצאות איז זייער אסאך מאל געווען געפערליך נישט גוט.
ר' עזריאל טייערע
איך וויל נאר איין זאך בעטען בכל לשון של בקשה ווען א מענטש איז אין א צרה דערמאן נישט יענעם'ס שלעכטס אין אזא זמן איז נישט כדאי ער איז פארט א איד אין אזא זמן דארף מען נאר זאגן גוטס מען טאר נישט מעורר זיין אויווען מיט אזעלכע דיבורים
איך מיין גארנישט נאר פשוט מעורר זיין אין האפעטליך וועט מיינע דיבורים עושה רושם זיין
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 11:16 pm
דורך [NAMELESS]
האלא איך האב אייך נישט געפרעגט אזוי ווי הרב שיק האט מיר נישט געפרעגט ווען ער האט אנגעמאכט צרות פאר יענעם.
נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 11:27 pm
דורך כוכב
עזריאל, זיי נישט קיין רוקד על דם, טאנץ נישט אויף יענעמס בלוט ווען א איד א טאטע פון קינדער, א זיידע פון אייניקלעך האלט ביים אויסגיין, והדא הוא דכתיב עת לשתוק, פארשטאפט דיין פרעסער.
שעם דיך אז איך דארף דיר עס מעורר זיין.
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:27 am
דורך געוואלדיג
מען קען דן זיין איבער זיינע פעולות א צווייט מאל יעצט איז צייט פאר תפילות
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 8:13 am
דורך קאווע טרינקער
יעדער דא זאל נעמען אויף זיך איין קונטרס צו לערנען, ס'דא גענוג פאר יעדעם.
=אין יאוש
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 9:27 am
דורך ברסלבער
דער מצב איז דערווייל נישט בעסער. זייטס מתפלל פאר אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש בקרוב.
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 11:14 am
דורך איך אויך
קאווע טרינקער האט געשריבן:יעדער דא זאל נעמען אויף זיך איין קונטרס צו לערנען, ס'דא גענוג פאר יעדעם.
=אין יאוש
אזעלכע תגבות אר דשוסט עסקינג פאר עזריאל סטייל תגובות אויף צוריק.
---רעדאגירט: דער אשכול איז מתפלל צו זיין פאר זיין רפואה / אפדעיטס אויף זיין מצב, נישט איהם צו אטאקירן און בארעדן--- לרפו''ש בקרוב.
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 12:15 pm
דורך שבת אחים
איך קען נישט הרב שיק פעזענטליך אבער אזויפיל ווייס איך אז ער פירט אָן די ישיבה פון הרב יואל ראטה שליט״א וואס דארט קען איך יא אסאך בחורים און עלטערין וואס זענען אויפגעלויכטן געווארן , די תלמידים פון די ישיבה זאגן אלע פה אחד אז דער מוהרא״ש זז״ג איז דירעקט א פיינער ערליכער מענטש וואס מיינט עס אמת׳דיג , און אפילו נישט איז יעצט זיכער נישט די צייט צו אטאקירן אדער חוזק מאכן פון זיינע קונטרסים אזוי ווי @כוכב און @התם ומתמם עם תמימים האבן פריער געשריבן, ס׳איז א בושה און א חרפּה אז מ׳דארף בכלל דעס מסביר זיין
# הרב אליעזר שלמה בן מלכה לרפו"ש בקרוב.
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 12:22 pm
דורך יואב
עזריאל האט געשריבן:דער שכן האט געשריבן:זענען די שמועות אמת ר״ל?!
מאך עס נישט אזא צרה. ער האט אסאך משפחות חרוב געמאכט. אסאך מענטשען צורידערט געמאכט. קען זיין ער האט געמיינט גוטס און געווען איין שטיק גוטס און אויב יא זאל אים די זכות מגין זיין, אבער די תוצאות איז זייער אסאך מאל געווען געפערליך נישט גוט.
אויב האסטו עפעס צוזאגן אויסער זיין מצב הבריאות, דאן עפען אויף א באזונדערן אשכול אין אנשי שם, צימעס אדער וואטעווער.
איך בין טאקע נייגעריג איבער די משפחות וואס ער האט אנגעבליך "חרוב געמאכט". זאג מיך נישט אז דאס ברויך גיין צוזאמען מיט דעם ארכי-אויסגעדראשענעם שמאלקעפיגן העשטעג פון "פארכאפט"!
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 1:51 pm
דורך נח בער
דער שכן האט געשריבן:זענען די שמועות אמת רח"ל?!
פון אנדערע האב איך געהערט אז שוין עטליכע יאר וואס ער האט עדות געזאגט, ומי לנו גדול, אדם מעיד על עצמו, אז ער וועט נישט מוציא שנתו זיין, און דאס זעלבע איז אויך יעצט, און איז בלויז א טריק צו האלטן די נאכלויפער אין טשעק, מיט געוויינערייען און הימל'דיגע יללות, און דערנאך וועט קומען די בשורה טובה אז מען האט מכפר געווען און געשאנקען נאך יארן.
נעכטן האב איך געהערט בשם די נאכשלעפער זיינע אז ס'בלויז א שטארקע בראנקייטיס, אבער נישט מער.
איך האב עס טאקע געהערט פון א כלי רביעי אדער מער, ממילא קען זיין אז עס איז יא שטערבליך ווי אנדערע וואס האבן געזאגט אז די קענסער צעלן זענען אזוי שטארק פארשפרייט אז מען טוט מער גארנישט דערצו, און מען ווארט אויפן אויסגאנג, היות עס איז א דבר ידוע מפי כמה וכמה אז מיר האבן וואונדערליכע סגולות ורפואות אז וואס דאקטוירים זעען היינט, קען נעלם ווערן מארגן.
וה' הטוב זאל געבן לאנגע יארן פאר זיינע געטרייע פאסטוכער וואס דינען און העלפן זיינע קינדער.
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:08 pm
דורך ברסלבער
ער האט קיינמאל אין לעבן נישט געזאגט אז ער וועט נישט מוציא שנתו זיין.
מיט צוויי וואכן צוריק האט ער געהאט א שווערע בראנקיירעס, עכ"פ אזוי האט מען געמיינט, למעשה איז עס געווארן ערגער און ערגער און דאן האט מען אים אריינגעפירט אין שפיטאל און עס איז פעסגעשטעלט געווארן אז נישט די בראנקיירעס איז די זאך, נאר יענע מעשה אין די בלוט. ווען מען האט דאס געכאפט איז שוין געווען היבש שפעט ל"ע.
דערווייל פרובירט מען צו טון וואס מען קען, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט ער זיך גענצליך ערהוילן, עוד ינובון בשיבה.
און צו [tag]נח בער[/tag]. נעקסטיים זיי מברר פאר דו שרייבסט שטותים והבלים ואס דו האסט געהערט פון א כלי רביעי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:28 pm
דורך איך אויך
בחדרי ברענט אז דער ..... הרב בערלאנד זאגט אז הרב שיק האט נאך פיר יאר צו לעבן. ראביי ברסלב אטאקיר מיך נישט כ'זאג נאר וואס עס שטייט דארט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:36 pm
דורך גאנצל
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:עזריאל האט געשריבן:דער שכן האט געשריבן:זענען די שמועות אמת ר״ל?!
מאך עס נישט אזא צרה. ער האט אסאך משפחות חרוב געמאכט. אסאך מענטשען צורידערט געמאכט. קען זיין ער האט געמיינט גוטס און געווען איין שטיק גוטס און אויב יא זאל אים די זכות מגין זיין, אבער די תוצאות איז זייער אסאך מאל געווען געפערליך נישט גוט.
ר' עזריאל טייערע
איך וויל נאר איין זאך בעטען בכל לשון של בקשה ווען א מענטש איז אין א צרה דערמאן נישט יענעם'ס שלעכטס אין אזא זמן איז נישט כדאי ער איז פארט א איד אין אזא זמן דארף מען נאר זאגן גוטס מען טאר נישט מעורר זיין אויווען מיט אזעלכע דיבורים
איך מיין גארנישט נאר פשוט מעורר זיין אין האפעטליך וועט מיינע דיבורים עושה רושם זיין
מילא ס'וואלט געווען ר' דוד טווערסקי פון סקווירא וואלסטו געמעגט שרייבן וואס דו ווילסט אבער היות ס'איז א צווייטער דארך מען זיך רעכענען מיט געפילן
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:00 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
האלא האסט מיר אמאל געזעהן עפעס שרייבן אקעגן די סקווירא רבי ??
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 9:31 pm
דורך חד גדיא
מורא'דיגע בריוו
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 9:42 pm
דורך BLOOMINGBURG NY
הרב ברלנד לבן המוהרא"ש "אבא יחיה עוד 3 שנים"
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 9:46 pm
דורך ישמעאל הכהן
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 10:49 pm
דורך שמעקעדיג
"אבא זה הראש של כל ברסלב", אמר הרב ברלנד. "הוא דור רביעי מהמהר"ם שיק, הוא גאון הגאונים, הכי גאון בדור. בלילה אחד הוא כותב ספר שלם שבו הוא מביא מכל הש"ס, מכל המדרשים ומכל הזוהר, אין דבר שאבא לא יודע. רואים את זה בספרים שלו. הוא הראש של כל ברסלב ולכן קוראים לו מוהרא"ש".
WOW קיינמאל נישט געוואוסט. כ'מוז כאפן א ברכה ביי אזא איד.
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 11:26 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג, ביי גוגל האסטו שוין גענומען א ברכה?