בלאט 1 פון 1

בלאט אבסעסיע מיט קרית יואל... גוט צו נישט

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 7:23 pm
דורך אייגענארטיג
די לעצטע פאר חדשים האט די בלאט גענומען א דירעקטע ליניע צו איבערמאכן מוחות, ברעין וואשן דעם עולם אז מען מוז ארויסמופן פון שטאט... און קיין קרית יואל.

איך ווייס נישט צו דער עולם לייגט צו קאפ אבער אין די לעצטע פאר יאר איז די דירות פרייזן אין קרית יואל געשטיגן ממש דאפאלט, סיי קויפן אין סיי רענט'ן. איך ווייס נישט צו דער קאמפיין איז געצילט קיין וומס אדער קרית יואל ווייל אויב איז עס פאר וומס קען זיין עס איז מיט א גוטע מחשבה אבער אויב קיין ק"י טון זיי א רעה פאר די ק"י תושבים וואס די רעזאלטס שפטיגט נישט צו קומען.

א 8 רומיגע דירה וואס האט אמאל געקאסט 250K איז היינט ממש דאפאלט... יא יא איר הערט גוט 500K פאר א 8 רומיגע דירה אויף די 4טע שטאק אן א עליוועיטאר, און אויב לייגט ער אריין א עליוועיטאר וואס איז צובראכן נאך פאר מען מופט אריין הייבט דאס די פרייז שוין מיט $50K. איך ווייס נישט וויאזוי די רחמנים וואס זארגן פאר די וואוילזיין פון וומסע תושבים קענען טון אזא רעה פאר די ק"י תושבים, איך וועל אראפברענגן א סטעימענט פון א לענדלער פון עטליכע דירות אין ק"י ווען איינער האט אים געפרעגט וויפל א 5 רומיגע דירה קאסט, ענד איי קוואט " איך פארשטיי אז א 5 רומיגע דירה אין ק"י פאר $1750 איז טייער, אבער נישט געדאגהט מארגן קומט א וומסע קאפל קוקן די דירה איך וועל זיי בעטן $1900 אין זיי וועלן עס כאפן און לויפן" ענד קוואט.

ווי נעמט מען די אחריות אז ק"י זאל און אפאר יאר ארום זיך פלאגן מיט די זעלבע דירות פראבלעם אין די הימלשרייענדע רענט'ן ווי וומס, מדארף דאס אפשטעלן בעוד מועד(????) אויב עס איז נאכנישט צו שפעט.