איך האב לעטצענס באקומען א לינק פון א קליפ אויף יוטוב, און די הנאה איז מיר ארויפגעקומען אויף די באקן ביים עס זעהן, קען זיין מאנכע וועלן עס אוועקמאכן אבער צו מיר האט עס גערעדט, איך בין א שטארקע חסיד און שטיצער פון "פיעס" און פרידן און עס איז מיר ממש א שוואכקייט, און נישט קיין חילוק צו עס זאל זיין צווישן אידן צו עס זאל זיין אין מיטל מזרח, און ביי מיר צווישן אידן מיינט אלע אידן און דאס נעמט אריין יעדער מיט א שטאלץ צו זיין טראדיציאנאלע יארמולקע,
אין דעם קליפ זעט מען דעם חסידישן בעל מנגן שמעון ענגעל אין א הערליכע צוזאמענארבעט מיט די איזראעלישער זינגער ישי לפידות אראפזינגענדיג דעם ניגון פון "בלעטעלע" (עלה קטן) פון אברהם פריעד, שמעי זינגט אין אידיש, (וואס אז מען רעדט שוין דערפון האט עס שמעי גענימען ארגינעל פון אברהם פריעד און איבערגעשריבן צו אידיש ביי זיין חתונה) און ישי אין עברית און די איידיע דערפון איז געוואלדיג וויאזוי א היימיש יונגל פון א קנאיש קרייז זינגט אינאיינעם מיט דעם האלבן איד אין איזראעל, קוקט עס, איך מיין איר וועט צישטימען אז פאר עטליכע יאר צוריק וואלט דאס נישט פאסירט.
גוטע צייטן ביי אידישע קינדער
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
אתה אחד, ושמך אחד, ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ
בעל מדות האט געשריבן:מיט דעם האלבן איד אין איזראעל,
די גאנצע וואס האט זיך געטוישט איז אז מ'פארשטייט אז יענער איז נישט קיין האלבע יוד מיט דעם וואס ער עסט נישט קיין קוטשיעניא שבת, אדער מיט וועלעכע קאליר זאקן ער גייט.
איינמאל מ'פארשטייט אז מיר זענען אלע יודן (מיט אייגענארטיגע מנהגים) איז נישט דא קיין פירוד נאר ס'איז גוי אחד בארץ. ס'איז נישט קיין "פיעס" ווי די רופסט עס, ווייל פיעס פאסט נאר ווי ס'איז דא מחלוקת און פירוד אבער אין איין גוף די האנט מיט די פוס לעבן נישט בשלום נאר לעבן צוזאמען פאר די זעלבע צוועק.