בלאט 1 פון 1

מופן א ביזנעס קיין ניו דזשערסי

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 12:05 am
דורך מאן דאמר
דא אין ניו יארק בין איך ב״ה אויסגעווקסן מיין וועירהאוס, איך קוק מיך אים דא אין ברוקלין, די פרייזן זענען א הימל געשריי, מ׳טראגט מיר אן יעצט אין ניו דזשערסי, און די פרייזן זענען בערך $5 א סקווער פוס צו ליעסן א שיינע באקוועמע וועירהאוס, און מען קויפן אנגעפאנגן פון $40-$50.
מיין שאלה איז, האט עמיצער דא עקספעריענס מיט מופן א ביזנעס קיין ניו דזשערסי?
וואס טוט זיך מיט פארן יעדן טאג, טאלס? טרעפיק?
איז דא טעקס אינסענטיווס פאר א ביזנעס וואס מופט צו די סטעיט?
קען מען באקומען גוטע ארבייטערס דארט?

נשלח: פרייטאג פעברואר 06, 2015 12:23 am
דורך שמעון וואלף
בדידי הוי עובדא. טעקסעס איז ביליגער אין ניו זשערסי ווי ניו יארק. די פראבלעם איז נאר אז אויב ביסטי א נ. י. קארפארעישאן און די פירסט עס קיין ניו זשערסי וועסטי דארפן פיילן און צאלן פאר ביידע. אויך דארף מען איינמאנען סעילס טעקס פון קאסטומערס אין ביידע סטעיטס. טאמער קענסטי, זאלסטי עפענען א נייע ניו זשערסי קארפארעישאן.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 07, 2015 8:35 pm
דורך פישלע העררינג
מען קען נישט מאכן אן אמענדמענט צו די קארפארעישאן פעיפערס עס צו טוישן פון איין סטעיט צו די אנדערע? עס לאזט זיך נישט גלייבן אז גרויסע באקאנטע פירמעס זאלן פארמאכן און עפענען נאר צוליב א מוף.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 07, 2015 9:53 pm
דורך מאן דאמר
א דאנק שמעון וואלף פאר די אינפארמאציע, איך האב געאימיילט מיין אקאונטענט ער זאל אריין קוקן דערין.
וואס טוט זיך לגבי פארן, לוינט זיך עס?
וואס הערט זיך לגבי א גוטן ריעל עסטעיט אגענט וואס קען מיר טרעפן א גוטן בנין?

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:41 am
דורך שמעון וואלף
פישלע העררינג האט געשריבן:מען קען נישט מאכן אן אמענדמענט צו די קארפארעישאן פעיפערס עס צו טוישן פון איין סטעיט צו די אנדערע? עס לאזט זיך נישט גלייבן אז גרויסע באקאנטע פירמעס זאלן פארמאכן און עפענען נאר צוליב א מוף.


ניין. א קארפארעישאן ווערט געעפענט ביי די סטעיט אין טאמער איז עס געעפענט געווארן אין נ. י. וועט עס אייביג בלייבן א נ. י. קארפ.
איך האב טאקע נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט בלייבן מיט מיין אלטע קארפ. און יעצט צאל איך טעקס פאר ביידע.

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 2:46 am
דורך פישלע העררינג
שמעון וואלף האט געשריבן:
פישלע העררינג האט געשריבן:מען קען נישט מאכן אן אמענדמענט צו די קארפארעישאן פעיפערס עס צו טוישן פון איין סטעיט צו די אנדערע? עס לאזט זיך נישט גלייבן אז גרויסע באקאנטע פירמעס זאלן פארמאכן און עפענען נאר צוליב א מוף.


ניין. א קארפארעישאן ווערט געעפענט ביי די סטעיט אין טאמער איז עס געעפענט געווארן אין נ. י. וועט עס אייביג בלייבן א נ. י. קארפ.
איך האב טאקע נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט בלייבן מיט מיין אלטע קארפ. און יעצט צאל איך טעקס פאר ביידע.


דיין נוא דזערסי קארפארעישאן זאל אויסקויפן דיין נוא יארק קארפארעישאן, און שלום על ישראל.

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 10:17 am
דורך שמעון וואלף
איך האב געוויסע קאנטרעקטס מיט ווענדארס און אנדערע, אויך א ליין אוו קרעדיט, וואס טאמער עפען איך א נייע קארפ. מיט א נייע טעקס איי די פארליר איך אלעס.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:41 am
דורך שמן זית
לפי"ז קומט אויס אז דו האלטס אז אפילו דו צאלסט פאר ביידע סטעיטס, פלאס די פארן/קומען יעדן טאג, לוינט זיך מאך אלץ צו מופן קיין ניו דזשערסי, האב איך גוט פארשטאנען?

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 11:40 am
דורך shlomyg
and Yes there are HEAVY incentives being offered to move
depends on the zone you move and they require to invest in the infrastructure
but that can sometimes include investments in your own software or hardware upgrade

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:06 pm
דורך שמעון וואלף
שמן זית האט געשריבן:לפי"ז קומט אויס אז דו האלטס אז אפילו דו צאלסט פאר ביידע סטעיטס, פלאס די פארן/קומען יעדן טאג, לוינט זיך מאך אלץ צו מופן קיין ניו דזשערסי, האב איך גוט פארשטאנען?


יעדע ביזנעס איז אנדערש און מ'קען נישט מאכן קיין כלל.
א קליינע דוגמא. א ריטעילער קען פארלירן ניו זשערסי קאסטומערס וואס ווילן נישט צאלן קיין סעילס טעקס, אבער ביי א האולסעילער איז עס נישט נוגע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 9:02 pm
דורך מאן דאמר
איך האב אנגעטראפן א ריעל עסטעיט אגענט, א היימישע אינגערמאן, ממש להפליא, ער ארבייט ביי אימפעריעל ריעל עסטעיט, ער הייסט חיים הערש ווייס, ער קען א יעדע אינסענטיוו וואס איז פארהאן, ער האט מיר מסביר געווען לויט מיין ביזנעס וואס איך קען באקומען, ער האט מיר געוויזן א היבשע פאר פראפערטיעס וואס קענען זיין גוט פאר מיר, עס זעהט מיר אויס ווי ער קען ניו דזשערסי אדורך אין אדורך, איך וואלט אים שטארק רעקמאנדירט, האט שוין עמיצער דא געהאנדעלט מיט אים?

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:56 pm
דורך shlomyg
וועלכע חיים הערש? א שוואגער מיט ר' מנחם שטארק ע"ה?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 8:27 am
דורך מאן דאמר
יא
דא האט איר זיין סעל: 908.693.9544
זאג אים האסט באקומען דעם נומער פון מאן דאמר׳ן