בלאט 1 פון 2
באקאנטע תנועות פון קלאסישע מוזיק
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 5:37 pm
דורך יואליש
געוויסע תנועות פון קלאסישע מוזיק, גענומען פון גרעסערע שטיקער ווערק, זענען משום איזהו סיבה מער באקאנט ביים דורכשניטליכן פערזאן. כ'וואלט געוואלט מאכן א קאלעקציע דא.
1)
קאמפאזיטאר:
Vivaldiעפאכע:
Baroqueקאמפאזיציע נאמען:
The Four Seasonsדי קאמפאזיציע איז ס'מערסטע פאפולער שטיקל פון וויוואלדי און פון ס'מערסטע באקאנטע שטיקלעך אין די בעראוק עפאכע (וויקיפידיע), און איז איינגעטיילט אין פיר חלקים קעגן די פיר סעזאנען פונעם יאר.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=GRxofEmo3HA[/youtube]
מיין ערשטע באגעגעניש מיט וויוואלדי איז געווען הערנדיג כסדדר די אדווערטייזמענטס פון "
דעויד לערנער ענד אסאסיאטס" אויף טאלק ראדיא, 770AM.
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 5:46 pm
דורך יואליש
זייער באקאנט. דאכט זיך אז מייקראסאפט פלעגט דאס האבן אינסטאלירט אויף יעדן קאמפוטער אלס א טעסט ניגון אין די מוזיק פאלדער.
Cannon in D
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 5:55 pm
דורך יואליש
קאמפאזיטאר:
פאשעלבעלעפאכע: בעראוק
קאמפאזיציע נאמע:
Cannon in Dדער ניגון איז הערשט מפורסם געווארן אין די לעצטע פיפציג יאר און איז זייער פאפולער ביי חתונות.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=hOA-2hl1Vbc[/youtube]
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 6:24 pm
דורך יואליש
קאמפאזיטאר:
בעטהאוועןעפאכע:
ראמאנטיקקאמפאזיציע: סימפאניע 9
איין זייער באקאנטע תנועה אינערהאלפ די סימפאניע איז געלינקט
דא (כ'קען עס נישט עמבעדן). און דא איז די גאנצע סימפאניע:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=t3217H8JppI[/youtube]
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 6:41 pm
דורך יואליש
קאמפאזיטאר:
הענדלעפאכע: בעראוק
קאמפאזאציע: משיח
די באקאנטע הללויה תנועה:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=usfiAsWR4qU[/youtube]
די גאנצע קאמפאזיציע:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=AZTZRtRFkvk[/youtube]
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 6:53 pm
דורך יואליש
קאמפאזיטאר:
מאצארטעפאכע: קלאסישע
קאמפאזיציע:
איין קליינע נאכט מוזיק[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tSL5-wxgvFY[/youtube]
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 6:57 pm
דורך נהורא נפישא
דאס איז א באקאנטע טאנץ פון רוסיני
וויליאם טעלל אווערטורנו אז מ'רעדט שוין פון ראדיא געדענקט איינער דאס פון די קאנטרי יאסי שאו ?
אביסל אריין אין דעם שטיקל איז אויך דא זייער א מפורסמ'דיג טאנץ פון
דזשעק אפפענבאכך (זיין פאטער איז געווען א חזן)
אייז קריעם טראק תנועה
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 7:02 pm
דורך יואליש
קאמפאזער: בעיטהאווען
עפאכע: ראמאנטיק
קאמפאזיציע:
Fur Elise[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=_mVW8tgGY_w[/youtube]
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 7:10 pm
דורך יואליש
נהורא נפישא האט געשריבן:דאס איז א באקאנטע טאנץ פון רוסיני
וויליאם טעלל אווערטורנו אז מ'רעדט שוין פון ראדיא געדענקט איינער דאס פון די קאנטרי יאסי שאו ?
אביסל אריין אין דעם שטיקל איז אויך דא זייער א מפורסמ'דיג טאנץ פון
דזשעק אפפענבאכך (זיין פאטער איז געווען א חזן)
די קאנטרי יאסי תנועה מיינסטו מסתם
דאס. גערעכט? "נעמיך אהיים..."
כ'האב אינזין געהאט צו לינקען צו וויליאם טעלל און אויף אפפענבאך'ס גאלאפ. כ'מיין כ'וועל עס נאכאלס לייגן, עמבעדעט צו די באקאנטסטע חלק.
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 7:23 pm
דורך נהורא נפישא
גראדע האב איך נישט געמיינט דאס, אבער דאס איז אויך שיין צוגעשטעלט, איך רעדט ווען ער פלעגט אריינשטורעמען מיטן לאזונג לייוו פראם טירטינט עוועניו, איז עס איז געקומען אין באגלייטונג פונעם אויבן צוגעצייכענטן וויליאם טעלל.
ס'איז פארהאן נאך א פאפולערע טאנץ פון סמעטענע איך קען עס נישט יעצט טרעפן.
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 7:32 pm
דורך יואליש
נהורא נפישא האט געשריבן:גראדע האב איך נישט געמיינט דאס, אבער דאס איז אויך שיין צוגעשטעלט, איך רעדט ווען ער פלעגט אריינשטורעמען מיטן לאזונג לייוו פראם טירטינט עוועניו, איז עס איז געקומען אין באגלייטונג פונעם אויבן צוגעצייכענטן וויליאם טעלל.
ס'איז פארהאן נאך א פאפולערע טאנץ פון סמעטענע איך קען עס נישט יעצט טרעפן.
כ'האב נישט געקענט קאנטרי יוסי. דו כאפסט אבער פון וואס איך רעדט? איך רעד פון די אידישע ווערסיע פון על שערמאן'ס
קעמפ גרענאדא.. כ'האב געמיינט אז כ'געדענק עס פון קאנטרי יוסי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:08 am
דורך יואליש
קאמפאזיטאר:
ראסיניעפאכע: ראמענטיק
קאמפאזיציע:
William Tell Overture (March Of The Swiss Soldiers)
א חלק פון די
William Tell אפערא.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=c7O91GDWGPU[/youtube]
ערשט דערמאנט דורך נהורא.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:18 am
דורך יואליש
קאמפאזיטאר:
אפענבאכךעפאכע: ראמאנטיק
קאמפאזיציע: Infernal Galop
א חלק פון די גרעסערע
קאמפאזיציע.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=okQRnHvw3is[/youtube]
הערשט דערמאנט ביי נהורא
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:49 am
דורך יואליש
קאמפאזיטאר: מאצארט
עפאכע: קלאסישע
קאמפאזיציע: טערקישע מארש (Alla Turca)
א חלק פון
סאנאטא 11[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5UvGf13H6wQ[/youtube]
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:58 am
דורך נהורא נפישא
אויך איז כדאי צו דערמאנען אז צענדליגע פון די קינדער לידער (nursery rhymes, lullabies) האבן זייער אפשטאם פון קלאסישע קאמפאזיציעס צובש"פ די באקאנטע twinkle twinkle little star וואס ווערט אויך געזונגען אויף די אלפאבאט A,B,C,D,E,F,G איז פון
מוצארט הפנים, ס'איז דא אסאך מלקט צו זיין אין דעם געביט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:29 pm
דורך יואליש
נהורא נפישא האט געשריבן:אויך איז כדאי צו דערמאנען אז צענדליגע פון די קינדער לידער (nursery rhymes, lullabies) האבן זייער אפשטאם פון קלאסישע קאמפאזיציעס צובש"פ די באקאנטע twinkle twinkle little star וואס ווערט אויך געזונגען אויף די אלפאבאט A,B,C,D,E,F,G איז פון
מוצארט הפנים, ס'איז דא אסאך מלקט צו זיין אין דעם געביט.
לייג צו צום ליסט פון Twinkle Twinkle און ABCD... איינע פון די פאפולערסטע ניגונים ביים לעגענדארע דזשעז טראמפעטיר און זינגער לואיס ארמסטראנג'ס What a Wonderful World
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=E2VCwBzGdPM[/youtube]
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:38 pm
דורך יאיר
טווינקל טווינקל איז נישט ממקורו פון מאצארט. דאס איז א
וועלטס טעות. ער האט נאר קאמפאזירט די וואריאציעס.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:12 pm
דורך יואליש
אן אנדערע ביישפיל ווי קלאסישע מוזיק האט געבויעט אויף א נורסערי ריים
האבן מיר שוין אויסגעשמועסט ערגעץ אנדערש לגבי מאהלער'ס סימפאני 1, מאוומענט 3, גענימען פון Frere Jacques אדער ביי אונזערע קינדער באקאנט אלס Where is Thumbkin, באקאנט בייאונז אלס יו"ט עהרליך'ס "אין בית המקדש"
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 8:04 pm
דורך נהורא נפישא
איך ווייסט נישט ווי באקאנט דער שטיקל איז אבער ס'איז הערליך, עלעגאנט, מאיאסטעטיש
חתונה מארש פון נכד החכם רמ"ד
און אז מ'רעדט שוין, דאס איז אויך זיינס, כ'מיין גאר זיין בארימסטע ווערק, משוגע הארציג
פידל קאנצערטא
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 8:44 pm
דורך יואליש
די חתונה מארש איז זייער באקאנט, עכ"פ די ערשטע חלק מיטן ארגעל. ס'איז ממש סינאנימעס מיט די חתונה צערעמאניע.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:13 pm
דורך יואליש
יאיר האט געשריבן:טווינקל טווינקל איז נישט ממקורו פון מאצארט. דאס איז א
וועלטס טעות. ער האט נאר קאמפאזירט די וואריאציעס.
איימיצער זיכט די מקור פאר טווינקעל טווינקעל, און דערמאנט טאקע לואיס ארמסטראנג'ס ניגון (כ'האב געמיינט אז כ'בין דער ערשטער דאס צו באמערקן).
http://www.telegraph.co.uk/expat/expatl ... -tune.html
Time to say goodbye
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:21 am
דורך געפילטע פיש
איך ווייס נישט אויב דאס גייט אריין אין זעלבן קאטאגאריע פון קלאסישע שטיקלעך, אבער פאפולער איז עס.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DJH9nMSIcrc[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3c1_LW2kMwM[/youtube]
The flight of the bumblebee
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:32 am
דורך געפילטע פיש
קאמפאזיטאר:Rimsky-Korsakov/Rachmaninoff.
עפאכע: ראמאנטיש
קאמפאזיציע נאמע: The flight of the bumblebee
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6QV1RGMLUKE[/youtube]