בלאט 1 פון 3
ברעיקינג: גרעסטער קארופציע באסט אין יארן
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 6:14 pm
דורך שעפטל
דער דעילי ניוז
ריפארט יעצט, אז די סיטי אינוועסטיגאציע דעפארטמענט, צוזאמען מיטן מאנהעטן דיסטריקט אטורני סיירוס וואנס, גרייטן זיך פארצושטעלן ס'גרעסטע באסט אין לאנגע יארן, ווי איבער א דאזן בילדינג אינספעקטארס וועלן ארעסטירט ווערן איבער שוחד קלאגעס, צוזאמען מיט א צאל קאנטרעקטארס!
מ'רישט זיך דא אז מארגן דינסטאג גייט דער די או איי (דיפארמענט אוו אינוועסטיגעישאן) קאמישינאר, מארק פיטערס, מיטן מאנהעטן דיסטריקט אטורני איבערגעבן א ליסטע פון בערך 50 חברה וואס גייען זיין אנגעקלאגט, און די זינד איז מער ווייניגער אז די קאנטרעקטארס האבן געצאלט פאר די אינספעקטארס צו פארשנעלערן דאס פרעצעדור פון אפסיינען דעם סי אוו או (סערטיפיקאט אוו אקופענסי).
צום האפן אז די שמועות אז אחינו בני ישראל זענען פארמישט זענען נישט אמת.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 8:45 pm
דורך פליקער
עס האבן זיך שוין אנגעהויבן א קייט פון זיכענישן איבער וויליאמסבורג, איצט זענען עטליכע בעאמטע געוועין אין 82 בוטשער סטאר זיכען איינעם פון א בילד, פארוואס קלערן זיי נישט אז סיז מעיגלעך ער איז אין א ארויני בוטשער סטאר איז נישט באוויסט, און ווער זאגט בכלל אז ער גלייכט בוטשער, העמיר געוואויר בקרוב.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 8:53 pm
דורך [NAMELESS]
אין 82
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 8:56 pm
דורך ברעט מענינג
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:03 pm
דורך יואליש
כ'זעה די "ניוז" שרייבט אז ס'איז א קארופציע קעיס איבער עקספעדייטינג. נישט לאנג צוריק איז געווען דא אויפן שטיבל א בילד פון די עף בי איי ביי א גרויסן וויליאמסבורגער עקספעדייטער. איז דאס מעגליך פארבינדן?
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:23 pm
דורך [NAMELESS]
ווער איז דער איד וואס זיי זיכען?
עס איז נישט צי פארשטיין וויאזוי זיי ארבעטן מען קען מיינען אז כדי צי וויסען ווי איינער וואוינט מוזען זיין פרעגן אין סאטמאר בוטשיר
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:58 pm
דורך שמעון וואלף
ווען זיי ווייסן ווען וואס מ'קען אלץ געוואר ווערן אין מקוה זענען זיי דארט די נעקסטע אינדערפרי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 11:01 pm
דורך ירח בן יומו
שמעון וואלף האט געשריבן:ווען זיי ווייסן ווען וואס מ'קען אלץ געוואר ווערן אין מקוה זענען זיי דארט די נעקסטע אינדערפרי.
WATCH OUT TOMORROW MORNING IN MIKVEH
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 11:04 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
פאר אפאר וואכן צירוק זענען זיי געוועהן דא אין וויליאמסבורג און אויסגעליידיגט א שיינע פאר אפיסעס פון קאמפיוטערס און פיילס
און ערשט יעצט דאנערשטאג האבן זיי געמאלדן פאר די אלע אז זיי ברויכן זיך איינגעבן דינסטאג
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 11:46 pm
דורך chusid
יעקב פעקעטע, וואלדמאן, שווארץ און נאך.. זענען פון די באשולדיקטע
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 11:48 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
chusid האט געשריבן:יעקב פעקעטע, וואלדמאן, שווארץ און נאך.. זענען פון די באשולדיקטע
גרינהוט ווייזער איזרעיל ועוד
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 3:52 am
דורך מוזיקאנט
פון ווי האט מען די נעמען?
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:17 am
דורך וויליאמסבורגער
אפאר היימישע אידן האבן זיך אליין איבערגעגעבן אבער אפאר האט מען אויפגעפיקט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:49 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:00 am
דורך שמעון וואלף
השם ישמרנו.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:09 am
דורך פליקער
די רשעות וואס די גאווערמענט באגייט זיך אקעיגן די מענטשהייט איז שוידערלעך, ווי מען פירט די באשילדיגטע געשמידט אין קייטן, עס ברעינגט ארויס א איבל, ווי אזוי לאזט דאס די דעמאקראטיע צו, ווי מעיג מען אזוי דערנידערן איינעם וואס זיין שילד איז נאך נישט באוויזן, מיר פרעידיגן דאך אז יעדער איז אימשילדיג ביז זיין אימשילד איז באוויזן אין געריכט, אלזא ווי מעיג מען נעמען אזוי פיל מענטשן ציזאמען און שמידן איינעם צום צווייטן ווי זיי וואלטן וועין געוועין חזרים וואס מען פירט צי א שטאל, מיר ברויכן וועין ארויס גיין פראטעסטירן אזא געפירעכץ מען ווייסט דאך נישט עס איז דער נעקסטער קרבן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:13 am
דורך שמעקעדיג
און די עוולה איז גרעסער ווען מען טראכט אריין וואס די קריים איז, כ'בין נישט קיין גרויסער מבין אויף געזעץ, אבער דא האט מען נישט ערמארדעט מענטשן און ניטעמאל גע'גנב'עט געלט פון די גאווערמענט (אזוי פארשטיי איך), ס"ה האט מען געמאכט א יד אחת און געטון זאכן אומלעגאל אן קיין פאטאלע נאכפאלגן, פארוואס אזוי הארב באשטראפן? די פאנישמענט דאזענט פיט דע קריים! כ'וואלט געזאגט (ווען מען פרעגט מיר) אז ס"ה דארף מען זיי בויערן/באארן די אויער, עבדי הם ולא עבדי לעבדים, אבער טראגן ווי חזירים צום שטאל?
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:29 am
דורך אהבת ישראל
שמעקעדיג האט געשריבן:און די עוולה איז גרעסער ווען מען טראכט אריין וואס די קריים איז, כ'בין נישט קיין גרויסער מבין אויף געזעץ, אבער דא האט מען נישט ערמארדעט מענטשן און ניטעמאל גע'גנב'עט געלט פון די גאווערמענט (אזוי פארשטיי איך), ס"ה האט מען געמאכט א יד אחת און געטון זאכן אומלעגאל אן קיין פאטאלע נאכפאלגן, פארוואס אזוי הארב באשטראפן? די פאנישמענט דאזענט פיט דע קריים! כ'וואלט געזאגט (ווען מען פרעגט מיר) אז ס"ה דארף מען זיי בויערן/באארן די אויער, עבדי הם ולא עבדי לעבדים, אבער טראגן ווי חזירים צום שטאל?
רבי איד...איר וויסט ווי איר זענט ???? אין דייטשלאנד ...דער חילוק איז אין דייטשלאנד האט מען געהארגעט יודען אן א תירוץ אין דא ווען סאיז דא א תירוץ הארגעט מען דעם יוד ציביסלעך מען זעצט אים אן פאר 25 יאר וואס דאס איז יעדען טאג עקסטער טעם מיתה רח"ל....פרעגט די אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה וועט איר פארשטיין...אין פארדעם טאקע דארפען מיר איינרייסען פאר די גאולה שלימה...אין נישט זיך באקוועם מאכען אין דייטשלאנד דאמריקה
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:33 am
דורך ברסלבער
שמעקעדיג האט געשריבן:און די עוולה איז גרעסער ווען מען טראכט אריין וואס די קריים איז, כ'בין נישט קיין גרויסער מבין אויף געזעץ, אבער דא האט מען נישט ערמארדעט מענטשן און ניטעמאל גע'גנב'עט געלט פון די גאווערמענט (אזוי פארשטיי איך)
אויסער דעם איז כמעט אוממעגליך צו באקומען א סי. או. אויף א בילדינג אין ניו יארק סיטי אן די דריידלעך. ווען די סיטי וואלט גהאנדעלט די זאכן נארמאל וואלט מען נישט געדארפט צוקומען צו די אלע זאכן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:35 am
דורך אפטעמיסט
א גרויל.
אזוי צו פירן נישט-אנגעקלאטע מענטשן ווי קיען, פאסט פאר אייסיס.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:36 am
דורך נולד מאוחר
שמעקדיג, אינטער קויפן איינער וואס איז געשטעלט דיר צי וואטשן, איז די שליסעל פון אינטערברענגען די גאנצע גאווערמענט סיסטעם .
מאך נישט אוועק די חומר הענין.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:37 am
דורך יואב
אהבת ישראל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:און די עוולה איז גרעסער ווען מען טראכט אריין וואס די קריים איז, כ'בין נישט קיין גרויסער מבין אויף געזעץ, אבער דא האט מען נישט ערמארדעט מענטשן און ניטעמאל גע'גנב'עט געלט פון די גאווערמענט (אזוי פארשטיי איך), ס"ה האט מען געמאכט א יד אחת און געטון זאכן אומלעגאל אן קיין פאטאלע נאכפאלגן, פארוואס אזוי הארב באשטראפן? די פאנישמענט דאזענט פיט דע קריים! כ'וואלט געזאגט (ווען מען פרעגט מיר) אז ס"ה דארף מען זיי בויערן/באארן די אויער, עבדי הם ולא עבדי לעבדים, אבער טראגן ווי חזירים צום שטאל?
רבי איד...איר וויסט ווי איר זענט ???? אין דייטשלאנד ...דער חילוק איז אין דייטשלאנד האט מען געהארגעט יודען אן א תירוץ אין דא ווען סאיז דא א תירוץ הארגעט מען דעם יוד ציביסלעך מען זעצט אים אן פאר 25 יאר וואס דאס איז יעדען טאג עקסטער טעם מיתה רח"ל....פרעגט די אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה וועט איר פארשטיין...אין פארדעם טאקע דארפען מיר איינרייסען פאר די גאולה שלימה...אין נישט זיך באקוועם מאכען אין דייטשלאנד דאמריקה
איר מיינט אפשר נאצי-דייטשלאנד? דייטשלאנד פון דער היטלער-עפאכע? דייטשלאנד כהיום איז א פיין לאנד.
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:42 am
דורך מאטי
און נישט יעדעס מאהל די באהערדע באגייט אן עוולה איז מן הנימוס דאס אנצושמירן מיט נאציזם. איר ווייסט אפשר וואס מ'דארף אלץ אפטון צו פארדינען דעם טיטל "נאצי?"