וואס האט מען געטון צו אונזערע ארגענטינע ברודער?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

וואס האט מען געטון צו אונזערע ארגענטינע ברודער?

שליחה דורך נח בער »

ווען מיר זענען עלטער געווארן האט מען אונז געשיקט לערנען קיין אמעריקע צו די סאטמארע ישיבה, עס איז אויך נישט לייכט געווען, ווייל מיר האבן זיך נישט פארשטאנען מיט די סאטמארע בחורים. אויך די מנהגים זענען געווען אנדערש, אבער מיר זענען געווען געוואוינט אז צו זיין ערליכע אידן דארף מען אלעס לייגן אין א זייט, און אפילו עס איז נישט גרינג און נישט באקוועם דארף מען זיך מוטשענען און אנשטרענגען.

די שורות האב איך באמערקט אינעם מאמענט פון פארגאנגענע וואך, אינעם העכסט אינטערעסאנטער און באלערנדער קאלום "יש אומרים" וואס געט א אדלערישן בליק אויף פארשידנס וואס טוט זיך אינדרויסן פון אונזער צירקל.

די ווערטער האבן זיי נאכגעברענגט פון הרה"ח ר' יעקב סאאל הי"ו, וועלכע איז געקומען פון ארגענטינא קיין אמעריקע לערנען אויף סאטמאר, וואס דער לעצטער האט דאס לכאורה איבערגעגעבן פאר זיינע אייניקלעך וואס האבן דאס אריינגעשריבן אינעם גליון "זקינך ויאמרו לך" פ' בשלח. (אגב יעדע וואך קען מען זיך דארט באלעקן מיט אפט טשיקאווע ענינים וואס "זיידעס" געבן איבער פאר זייערע אייניקלעך. ועוד חזון למועד אי"ה).

די ווערטער האבן מיר אויפגעברענגט צו פארשטיין פארוואס האבן די סאטמארע אידן אנגעברענגט די אידן אין אמעריקע, וואס איז געווען שלעכט אין ארגענטינא אז מען האט זיי געמוזט אהערשלעפן אויסצומישן מיטן היימישן עולם און מאכן פון זיי אקוראט וואס סנחריב האט אנגעדרייט אז ער האט מבלבל געווען איין פאלק אינעם צווייטן.

עס איז באמת א פרייד צו ליינען אז דער אויבנדערמאנטער ר' יעקב סאאל ני"ו האט עס פיין דורכגעמאכט און נאכדערצו מיט פרייד און תמימות און האט זוכה געווען צו האבן אייניקלעך יראי ה' וחושבי שמו וואס לערנען אין אזא הייליגער מוסד ווי עס איז די סאטמארע בתי חינוך אין קרית יואל, אבער זענען אלע אזוי גוט אנגעקומען?

לאמיר אנקוקן דער פרשה פאזיטיוו אז מיטן אנברענגען ספאנישע מיידלעך פון ווייט אוועק האבן פילע עלטערע בחורים וואס איז זיי שווער געגאנגען שידוכים געקענט האבן א פיין און יונגער מיידל וואס האט געהאט אלע מעלות (אויסער קענען די זעלבע שפראך ווי דער בחור...)

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר