בלאט 1 פון 1
קליינע ווערטער פון גרויסע מענטשן
נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:44 pm
דורך ישמעאל הכהן
''קום נאר אהער דו קליינער טוטער''
'' דו גייסט פון דאנעט דו קליינער שטינקער?'
~ גרויסע טאטע'ס צו קלענערע קינדער ~
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 12:40 am
דורך כוכב
אז דו גייסט נישט אין בעט קום איך מיט א סטראפ.
כעדיר געבן אין זיבעטן ריפ אריין.
לייג נישט די הענט דארט.
גיי זיץ ביי די קינדער טיש.
פיץ נישט דיין נאז.
נאך איינמאל און כבין דיר נישט מקנא.
ווילסט כזאל שרייבן אן נעוויירע צעטל.
איך גיי לייגן פעפער אין דיין מויל.
קומסט נישט מיט צו די חתונה.
וועלכע סדרה גייט די וואך.
יונגעלע, ברענגמער די סאדע.
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:24 am
דורך [NAMELESS]
איך צייל ביז דריי
ווארט נאר ווארט
נאך איינמאל און די גייסט און בעט
די היינטיגע קינדער... וואס ווייסן זיי...
די אמת זאג ווייל איך קען זעהן אויף דיין שטערן
נאך איין מאג איך הער.....
איך הער מיט איינמאל בעטן
נישט אלעס וואס מ'זעהט דארף מען האבן
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 9:52 am
דורך ציבעלע-קיגל
איך האב געהאט א רבי אין חדר וואס פלעגט שרייען... (ווי אן עגלה ערופה)
שעם זיך אין דיין ווייטען האלדז אריין... איך דארף זיך אויסשרייען די גרינע גאל...
ווארט נאר ביז מארגען... מארגען וועל איך ברענגען מיין רימאן...
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 9:56 am
דורך לית דין בר נש
בחור'ל גיי צו צום עמוד!
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:03 am
דורך ציבעלע-קיגל
שיגץ ארויס!
פוי!
גיוואאאאאלד!
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 11:47 am
דורך [NAMELESS]
איך וועל שוין רעדן צו דיין טאטען..
אין חדר לייגסטו אויך זוי גוט צו קאפ
איך צו אראפ מיין פאסיג
וועלסט עלטער ווערן וועלסטו פארשטיין (דאס איז די קלימאקס)
צוויי בלאט א וואך האמיר געלערענט און ישיבה מיט די רא"ש און רי"ף
איך וויל זעהן א ליידיגע טעללער
אה.. יונגע כוחות......
זאג נאר וועמעס ביזטע?
דיין טאטע איז אונדערהיים?
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 12:02 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
עזריאל האט געשריבן:
ווען די וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין
געווענליך ווען א מגיד שיעור פלעגט מיר עס זאגן, פלעג איך אים בעהטן צו צוווארטן א מינוט
איך בין געגאנגען צום ספרים שראנק, ארויסגענומען א ספר איוב, און אים צוגעוויזן וואס איוב יונגסטע חבר האט אים געזאגט, נאכדעם וואס די צוויי עלטערע האבן פרובירט
וַיַּעַן אֱלִיהוּא בֶן בַּרַכְאֵל הַבּוּזִי וַיֹּאמַר צָעִיר אֲנִי לְיָמִים וְאַתֶּם יְשִׁישִׁים עַל כֵּן זָחַלְתִּי וָאִירָא מֵחַוֹּת דֵּעִי אֶתְכֶם. אָמַרְתִּי יָמִים יְדַבֵּרוּ וְרֹב שָׁנִים יֹדִיעוּ חָכְמָה. אָכֵן רוּחַ הִיא בֶאֱנוֹשׁ וְנִשְׁמַת שַׁדַּי תְּבִינֵם. לֹא רַבִּים יֶחְכָּמוּ וּזְקֵנִים יָבִינוּ מִשְׁפָּט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 11:27 pm
דורך ישמעאל הכהן
''עפרא לפומיה!''
- כ''ק אדמו''ר מ'... שליט''א אויף כ''ק אדמו''ר מ'... זצ''ל -
נשלח: מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:50 pm
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:
וועלסט עלטער ווערן וועלסטו פארשטיין
עס דערמאנט מיר טאקע דער מעשה וואס מען האט געזען א חתן נאכן הרי את מקודשת ווארפט זיך פאר געלעכטער ... אויפן פראגע פארוואס ! האט ער געזאגט אז יעצט פארשטייט ער שוין אלע זאכן וואס מען האט עים געזאגט אלע יארן אז ווען די וועסט חתונה האבן וועסטו פארשטיין ...!!
Re: קליינע ווערטער פון גרויסע מענטשן
נשלח: דינסטאג מערץ 08, 2016 8:20 pm
דורך טמיר
אסאך מאל קומט מיר אויס צו הערן שטארקע מימרות פון איינע פון גרעסטע - אויב נישט דער גרעסטער- בעלי מספרים פאר קליינע קינדער.
2 מימרות קומט מיר יעצט ארויף אויפן זכרון:
גוים האבן נישט קיין בארד; זיי האבן א בעזעם. (העתקה מסיפור דסיסרא)
די סנהדרין האבן געקענט אלע שפראכן, אויסער העברעאיש. ווייל ס'איז טמא.