בלאט 1 פון 1

לא נבחרות - לא בוחרות

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:45 pm
דורך פארוואס?
ווי עס איז באקאנט פאר יעדן איינעם, גייט פארקומען בחירות אין ארץ-ישראל, אינעם קומענדיגן מערץ 17, פאר די צוואנציגסטע כנסת ישראל.

געציילטע חרדי'שע פרויען האבן אויפגעמאכט א קאמפיין מיטן נאמען לא נבחרות לא בוחרות , זאגנדיג דערמיט, אז כל זמן עס וועט נישט זיין קיין חרדי'שע חברת-כנסת אינעם כנסת, וועלן זיי נישט גיין וואטן.

עס הערט זיך זייער א דרייסטישע שריט, און זיי וועלן לכאורה דארפן צאלן א טייערע פרייז דערפאר, (עס איז גרינג צו שאצן אז ווען נישט, וואלט דער נומער פון די פרויען געווען מיט אסאך מער דידזשיטס).

זייערע פאשקעווילן און סטעיטמענטס איז זייער שיין און קריעיטיוו, ספעציעל איינס פון זיי (וואס איז געווארן אויפגעהאנגען אין די גאסן פון ארץ ישראל), וואו זיי שרייבן כביכול א געגנערישע פאשקעוויל, מיטן ציהל צו אריינברענגען אין באוואוסטזיין זייער קאמפיין:
בילד

עס איז צום האפן אז זייערע פעולות וועלן עפעס אויפטוהן, כאטש עס איז קלאר אז אין שארט-טערם וועלן זיי נישט דערגרייכן זייער ציהל (מ'האלט שוין נאכן אפלייען די ליסט פון די חברי-הכנסת פאר די חרדישע פארטייען), און זיי ווייסן דאס אויך, אבער די מטרה איז צו צוביסלעך ווייך מאכן די בלאקעידזש וואס נעמט ארום די מוחות, און צוביסלעך אריינברענגען אביסל מער אפענקייט.

פאר מער באזוכט דא.

פאר די אין חוץ לארץ, וואס זענען שותפים לדעה, און פרעגן זיך די קשיא: האחיותיכם תצאנה למלחה ואתם תשבו פה?
איז שוין דא די באקאנטע תירוץ פונעם רעבענזכעסאלאגעינא אז: אית דפרע בגופיה ואית דפרע בממוניה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:54 pm
דורך קאווע טרינקער
א מחיה... כ'האב הנאה.
נישט ווייל איך וויל זעהן דווקא פרויען ח"כ אין די חרדישע פארטיי, נאר אפילו די מענער זאלן נישט זיין וועם סאדיגורא מיט שראלטשע מאכן אפ! די ח"כים זענען בכלל נישט ערוועלט עפ"י דעת רוב הציבור!
מ'דארף מאכן פריימעריס, מעמבערס פון די פארטיי זאלן געבן זייער שטימע, ווער ס'זאל אין משכן הכנסת איבערגעבן זייער שטימע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 1:58 pm
דורך [NAMELESS]
ליצים...
יוזמה חדשה של בעלי עודף משקל: לא נבחרים לא בוחרים

לפני הכל, תרשו לי להגיד: אני חרדי. באמת חרדי. מתגורר בשכונה דוסית בירושלים, למדתי בפוניבז' ואני מנוי ל"הפלס". עכשיו שצלחתי בהצטיינות יתירה את מבחן ה"דוסימטר", אני רוצה להכריז בקול רם וצלול:בעלי עודף משקל לא רוצים להיות בכנסת.
 בעלי עודף משקל צריכים להיות בכנסת.בעלי עודף משקל רוצים להיות בכנסת כדי להיות חלק ממעגל מקבלי ההחלטות. לא נתחיל לפרט כאן את ההבדלים הקיימים בין אנשים שמנים לרזים, אבל ההבדלים הללו רבים לאין שיעור. אבל באין ייצוג של ח"כ בעל עודף משקל אין מי שיבוא וילחש על אוזנו של הח"כ הנכבד את צרכיה של מחצית מאוכלוסיית בוחריו. מי אמור להסביר לו את הבעיות הנוצרות במושבים הצרים באוטבוס ובתחבורה הציבורית בישראל, מי יוכל להעיר את תשומת ליבו למצב חנויות הביגוד לבעלי עודף משקל? להגיד ששמנים צורכים 30% יותר מהגברים?
ואפילו נניח שהמסר הועבר (בכ"ז יש לו בודאי בעל עודף משקל אחד במשפחה או בשכונה), מאחר ולא מדובר בבעיות אותן חווה הח"כ הח"כ על בטנו, הן עומדות אצלו בעדיפות שנייה. וכך, בשאלה האם להיאבק על קצבאות ילדים או על אחוזי השומן בגבינה הצהובה, תנצח האופציה הראשונה. והבחירה בקצבאות ילדים, לא נעשית על רקע דיון מעמיק ולבסוף, בחירה בהעדפת הקצבאות מתוך שיקולים אלו ואחרים. הבחירה נעשית בשל חוסר היכולת להכיר בעמק את הצורך באוכל מופחת שומן.
אבל כשאין שמנים בשטח, אין מי שיניח את הבעיות על השולחן וכשהן לא שם, גם הנושאים שכבר הגיעו לפתחו של הח"כ, יתועדפו מיידית בחשיבות פחותה. זו הסיבה שבעלי עודף משקל צריכים וחייבים להיות בכנסת.
וכאן צריך להבין את גודל האירוניה. אם תעיפו מבט למעלה, תראו שהטור הזה פורסם תחת שם בדוי. ככה זה. אני חושב שאנשים בעלי עודף משקל צריכים לרוץ לכנסת, אבל אפילו לפרסם טור תחת השם שלי, אני לא יכול. פרסום טור דעה תחת שמי, יחייב אותי במחיר שאין לי יכולת לשלם, כי המחיר שיידרש לא יהיה אישי, הוא יהיה משפחתי ואותו, אני לא יכול לשלם.

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:29 pm
דורך יאיר
אפשר קענען די חרדיות פון ארץ ישראל קומען קיין חוץ לארץ אויסלערנען אונזערע טורבאן איינגעהילטע פרויען ווי אזוי צו מאכן א רעוואלוציע?

נשלח: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:48 pm
דורך מאטי
שווה צפייה: עובדה - פרק 12 - רציתי לשתף אותך: הנשים החרדיות שנאבקות על זכותן להיבחר לכנסת
http://www.mako.co.il/mako-vod-keshet/u ... =makoTVapp

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:22 am
דורך פארוואס?
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ליצים...
יוזמה חדשה של בעלי עודף משקל: לא נבחרים לא בוחרים

לפני הכל, תרשו לי להגיד: אני חרדי. באמת חרדי. מתגורר בשכונה דוסית בירושלים, למדתי בפוניבז' ואני מנוי ל"הפלס". עכשיו שצלחתי בהצטיינות יתירה את מבחן ה"דוסימטר", אני רוצה להכריז בקול רם וצלול:בעלי עודף משקל לא רוצים להיות בכנסת.
 בעלי עודף משקל צריכים להיות בכנסת.בעלי עודף משקל רוצים להיות בכנסת כדי להיות חלק ממעגל מקבלי ההחלטות. לא נתחיל לפרט כאן את ההבדלים הקיימים בין אנשים שמנים לרזים, אבל ההבדלים הללו רבים לאין שיעור. אבל באין ייצוג של ח"כ בעל עודף משקל אין מי שיבוא וילחש על אוזנו של הח"כ הנכבד את צרכיה של מחצית מאוכלוסיית בוחריו. מי אמור להסביר לו את הבעיות הנוצרות במושבים הצרים באוטבוס ובתחבורה הציבורית בישראל, מי יוכל להעיר את תשומת ליבו למצב חנויות הביגוד לבעלי עודף משקל? להגיד ששמנים צורכים 30% יותר מהגברים?
ואפילו נניח שהמסר הועבר (בכ"ז יש לו בודאי בעל עודף משקל אחד במשפחה או בשכונה), מאחר ולא מדובר בבעיות אותן חווה הח"כ הח"כ על בטנו, הן עומדות אצלו בעדיפות שנייה. וכך, בשאלה האם להיאבק על קצבאות ילדים או על אחוזי השומן בגבינה הצהובה, תנצח האופציה הראשונה. והבחירה בקצבאות ילדים, לא נעשית על רקע דיון מעמיק ולבסוף, בחירה בהעדפת הקצבאות מתוך שיקולים אלו ואחרים. הבחירה נעשית בשל חוסר היכולת להכיר בעמק את הצורך באוכל מופחת שומן.
אבל כשאין שמנים בשטח, אין מי שיניח את הבעיות על השולחן וכשהן לא שם, גם הנושאים שכבר הגיעו לפתחו של הח"כ, יתועדפו מיידית בחשיבות פחותה. זו הסיבה שבעלי עודף משקל צריכים וחייבים להיות בכנסת.
וכאן צריך להבין את גודל האירוניה. אם תעיפו מבט למעלה, תראו שהטור הזה פורסם תחת שם בדוי. ככה זה. אני חושב שאנשים בעלי עודף משקל צריכים לרוץ לכנסת, אבל אפילו לפרסם טור תחת השם שלי, אני לא יכול. פרסום טור דעה תחת שמי, יחייב אותי במחיר שאין לי יכולת לשלם, כי המחיר שיידרש לא יהיה אישי, הוא יהיה משפחתי ואותו, אני לא יכול לשלם.


דער צושטעל איז נאריש לענ"ד, ווייל כאטש עס זענען פארהאן אלע סארטן מענטשן, און נישט יעדער איינער באקומט א פלאץ אין כנסת, גלייב איך אז אויב עס איז נישט פארהאן קיין דיסקרימינאציע, דאן וועט די פראצענט פון די סארט פראקציע אינעם פאלק ווערן רעפרעזענטירט פחות ויותר מיט דעם פראצענט אינעם פארלעמענט, משא"כ דא ווען עס איז דא 50% פרויען אויב נישט מער, און צווישן די 20 פרומע חברי כנסת, איז נישט פארהאן קיין "שום" פרוי.

בכלל, אויב דער בעל המשל מיינט צו ארויסברענען אן אמת'ע פוינט, דאן לייקנט ער דעם אמת, מיר און דיר ווייסן, איז דען די סיבה פארוואס חרדישע פרויען זענען נישט אין כנסת, צוליב די זעלבע סיבה וואס איבערוואגיגע מענטשן זענען נישט (?) דארטן, איז דען נישט קלאר און אפען אז עס מ'לאזט נישט קיין פרוי זיין א חברת-כנסת?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:28 am
דורך גנדי
דוכט זיך איך האב ערגעץ געזעהן בילדער פון פרומע פרויען וואס ווילן לויפן פארן כנסת? ווער זענען זיי?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:51 pm
דורך [NAMELESS]
@פארוואס, איר זענט 100% גערעכט כ'האב נישט געמיינט קיין אידיעלאגיע עס האט מיר געקאסט א שמייכל האב איך פרובירט צי מהנה זיין אנדערע,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:57 pm
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן:אפשר קענען די חרדיות פון ארץ ישראל קומען קיין חוץ לארץ אויסלערנען אונזערע טורבאן איינגעהילטע פרויען ווי אזוי צו מאכן א רעוואלוציע?

איך פרוביר צי טראכטן פין יאיר'ס ציפרידענהייט מינע ווען נאך די רעוועלוציע וועלן זיי זיין איינגעהילט אין בורקעס...
דוכט זיך אז פאר רעוועלוציאנערן דארף מען נישט פארן קיין ישראל אין די איסט סייד איז דא בעסערע אין געלונגענערע,

נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 1:15 am
דורך פלאוויוס
גנדי האט געשריבן:דוכט זיך איך האב ערגעץ געזעהן בילדער פון פרומע פרויען וואס ווילן לויפן פארן כנסת? ווער זענען זיי?


ובזכותן: חרדיות עושות שינוי

https://www.mimoona.co.il/Projects/2488

http://bechirot.gov.il/election/Candida ... e_GxS_Text

נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:19 am
דורך איש את רעהו
יאיר האט געשריבן:אפשר קענען די חרדיות פון ארץ ישראל קומען קיין חוץ לארץ אויסלערנען אונזערע טורבאן איינגעהילטע פרויען ווי אזוי צו מאכן א רעוואלוציע?

זיי ווארטן צו זען די רעזולטאטען פון יאיר'ס רעוואלוציע'ס אויף ק''ש

פון:זהבה גלאון

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:39 pm
דורך chusid
ככה נראית תמונת ראשי המפלגות שפורסמה היום בעמוד הראשי של האתר "בחדרי חרדים". אני לא יכולה לתאר לעצמי איך מרגישות נערות ונשים שחיות בחברה שעושה להן בכל יום את מה שעשו כאן לתמונה שלי.
בשנים האחרונות יותר ויותר נשים חרדיות מסרבות להיות שקופות ודורשות לקחת חלק בפוליטיקה, בתרבות ובמרחב הציבורי. התמונה הזאת היא חלק מהמלחמה של גברים נגד המגמה החשובה הזאת. אני ומרצ עומדים לצד הנשים האלה והמאבק שלהן לשוויון ולכבוד. אני מבטיחה שנעשה הכל כדי שינצחו במאבק, כדי שאף אישה לא תודר מהמקום שהיא עבדה קשה כדי להגיע אליו, וכדי שאף פעם לא יפקסלו לנו את הפנים.
ובזכותן - חרדיות עושות שינוי

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 11:31 pm
דורך קינד_אן_קייט
זיי האבן אנגעצויגן קארגע 1800 שטימעס, חבל.

אולי, נעקסטע מאל זאלן זיי אפקויפן אפאר רעבעצין׳ס און שפילן בעסער דעם פאליטישען סיסטעם.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:03 am
דורך קינד_אן_קייט
ס׳איז גאר א שוואכער מספר, פערצענטואל איז דאס לכאורה א נישטיגע 1% פון זייער וואל כח, וואס צייגט אז אדער האבן זיי געפירט א שוואכן קאמפיין און נישט אויספיעט צו דערגרייכן זייער פאטענציאל, אדער גאר ערגער, אז דאס מערהייט 99% האבן דא אויסגעדרוקט א קנאפער פראטעסט אויף פארקערט און איגנארירט א געוואונטשענער מהפיכה.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:45 am
דורך געפילטע פיש
99% האט גארנישט פראטעסטירטס, זיי זענען געגאנגען מיטן סטאטוס קווא און געפאלגט די רבנים, דאגעגן די גאנצע איין פראצענט פון יהדות החרדית וואס האט געוואוט איז געגאנגען קעגן די רבנים, די מוסדות, (די פרעשור דארט צו וואוטן ג' איז סאך שטערקער ווי דא צו וואוטן פאר דזאו לאזאר), קעגן די פארטיי וואס זאגט צו מער קיצבאות פאר קינדער, כוללים, זאכן וואס קענען מאכן א עכטע דיפערענס ביי זיי אין טאש, אבער זיי זענען געגאנגען קעגן אלעס און פראטעסטירט, פאר וועם? פאר אפאר ווייבלעך וואס האבן דיסיידעד צו שפילן אביסל פאליטיקס, נישט קיין פראפעסיאנאלע קאמפיין, סתם, אפאר פרויען וואס ווייזט ארויס ווידערשפעניגקייט קעגן די רבנישע און מענערישע עסטעבלישמענט. איך מיין אז די איין פראצענט ווייזט אויף עפעס.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:47 am
דורך לעיקוואד
די שטימעס איז פאר קוליאן-ובזכותן, דאס איז אן עקסטערע מערכה פון לנל"ב.

זייער שיין, אבער עס איז שוין דא מער וואס האבען געוועלט כולנו חברים-ננח פון דעם.. (2300)

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 1:13 am
דורך קינד_אן_קייט
געפילטע פיש האט געשריבן:דאגעגן די גאנצע איין פראצענט פון יהדות החרדית וואס האט געוואוט איז געגאנגען קעגן די רבנים, די מוסדות, (די פרעשור דארט צו וואוטן ג' איז סאך שטערקער ווי דא צו וואוטן פאר דזאו לאזאר), קעגן די פארטיי וואס זאגט צו מער קיצבאות פאר קינדער, כוללים, זאכן וואס קענען מאכן א עכטע דיפערענס ביי זיי אין טאש

אז דו רעכנסט ״גאנץ״ יהדות החרדית (פון די וואס שטימען ג׳) איז די רעזולטאט א בלויזע 0.5% בערך, כ׳האב געהאפט אז זיי וועלן אנציען נאנטער צו 5-10% (פארגעס נישט אז זייער אגענדע זאגט צו נאך מער ספעציפיש פאר פרויען עווענטועל).

כ׳פארשטיי אייערע נייגונגען צו טרעפן אין דעם שוואכן אויסקום א קורטוב נחמה, ועקיבא מצחק.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 1:45 am
דורך געפילטע פיש
קען זיין ביזט גערעכט אז איך ליין אריין אין דעם אביסל צו סאך, אבער פארגעס נישט, דאס זענען נישט פון די מכם ובכם וואס זענען נישט אינטערעסירט אינעם הצלחה פון יהדות החרדית (נישט די פארטיי), ווייל זיי קענען דאך וואוטן פאר מרץ אדער ליכוד, דאס זענען חרדישע מענטשען וואס יעדע וואוט פאר די פרויען איז ארויסגעווארפן א וואוט, פון א סטראטעגישע בליק, ווייל קיינער האט זיך נישט איינגערעדט אז זיי וועלן אריבערגיין די אחוז החסימה, ממילא איז עס פשוט אוועקגעווארפן א וואוט על קרן הצבי, און מיט דעם אלעם האבן זיי אנגעצויגן 0.9% פראצענט (1858 קעגן 205,551) אויף עפעס ווייזט עס. קענסט זיך דינגען וואס די "עפעס" מיינט.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 2:39 am
דורך ישראל קאפקע
אינטערעסאנט, אין בני ברק אליין איז געווען פונקטליך 1860 פסול'ע שטימען.

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 4:37 pm
דורך [NAMELESS]
געפילטע פיש האט געשריבן:קען זיין ביזט גערעכט אז איך ליין אריין אין דעם אביסל צו סאך, אבער פארגעס נישט, דאס זענען נישט פון די מכם ובכם וואס זענען נישט אינטערעסירט אינעם הצלחה פון יהדות החרדית (נישט די פארטיי), ווייל זיי קענען דאך וואוטן פאר מרץ אדער ליכוד, דאס זענען חרדישע מענטשען וואס יעדע וואוט פאר די פרויען איז ארויסגעווארפן א וואוט, פון א סטראטעגישע בליק, ווייל קיינער האט זיך נישט איינגערעדט אז זיי וועלן אריבערגיין די אחוז החסימה, ממילא איז עס פשוט אוועקגעווארפן א וואוט על קרן הצבי, און מיט דעם אלעם האבן זיי אנגעצויגן 0.9% פראצענט (1858 קעגן 205,551) אויף עפעס ווייזט עס. קענסט זיך דינגען וואס די "עפעס" מיינט.

גראדע האב איך דעמאלס מיטגעהאלטן פון די נאנט די פרשה, און מ'האט געקענט זען פונקטליך וויפיל מענטשן האבן מצביע געווען פאר סיי וועלכע פארטיי אין סיי וועלכע שטאט אין ארץ ישראל.

הונדערטער אדער אפילו דאס רוב שטימען פאר די פארטיי 'ובזכותן', די פרומע [?] פרויען'ס פארטיי, זענען געקומען פון פלעצער וואו ס'וואוינען נישט קיין שום חרדים. אלזא איז קלאר אז אסאך פרייע האבן אויך מצביע געווען פאר זיי, כדי צו שטויסן די אריגינעלע חרד'ישע פארטייען.

דערפאר, [tag]געפילטע פיש[/tag], איז דיין האפענונג זייער אין די ערד...

נשלח: פרייטאג יוני 05, 2015 7:15 pm
דורך berlbalaguleh
פארוואס: דאס אז דער קול קורא איז איין שטיק ליצנות איז זיכער. אבער, ערנסט גערעדט, וואס איז דער איסור עפ"י הלכה אז א פרוי זאלל וואוטן. אדער אז זי זאלל אויסגעוועהלט ווערן אלס א חברת הכנסת...? אדער אלס מעמבער אין א מועצה דתית...!