בלאט 1 פון 2
איז מקוה א חיוב אדער א מנהג?
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 4:14 pm
דורך פריינדליך
מאנכע פרעגן, פון ווי שטאמט די מנהג אז בחורים גייען און מקווה?
ענדערש פרעג, פון ווי שטאמט די מנהג אז חתונה געהאטע גייען יעדן טאג און מקווה?!
נאר וואס דען, א מקווה יעדן טאג איז א מנהג חסידות, מען פירט זיך אז פון ווען מען ווערט מחיוב במצוות און מען לייגט תפילין יעדן טאג גייט מען און מקווה, עס איז א מנהג חסידות וואס האט גארנישט מיט חתונה האבן,
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 4:26 pm
דורך יואליש
פריינדליך האט געשריבן:נאר וואס דען, א מקווה יעדן טאג איז א מנהג חסידות, מען פירט זיך אז פון ווען מען ווערט מחיוב במצוות און מען לייגט תפילין יעדן טאג גייט מען און מקווה, עס איז א מנהג חסידות וואס האט גארנישט מיט חתונה האבן,
דאס איז די שאלה. וואס איז די היסטאריע פונעם מנהג אז "מען" פירט זיך אזוי?
אויך, געניג זאכן וואס מ'האט נישט איינגעפירט ביי בחורים, א שטייגער ווי נישט לייגן תפילין חוה"מ. אני הקטן האב געלייגט תפילין חוה"מ אלס בחור. תפילין דר"ת איז נאכאיינס.
אויב א מקוה קען ברענגן פראבלעמען, און יעדער איז מודה אז ס'ברענגט פראבלעמען, און ס'וועט אלס ברענגן פראבלעמען, ברויך מען דאס פריש שוקל זיין, וואס זענען די בענעפיטן? מ'ברויך מאכן א געהעריגע קאסט בענעפיט אנאליז. און יא, כ'וועל יא מישן: ווען די רעדע איז פון עפעס אנדערש, האט מען אין אזא פאל תיכף גע'אסר'ט און מבטל געווען.
א שוויץ אין מקוה (טאקע נישט קיין מנהג חסידות) האט מען אויסגעריסן און פארטריבן זקנים וגברים צו געמישטע שוויצן איבערן גרעיטער ניו יארק. פארוואס? ווייל מ'האט געהערט פון פראבלעמען (קיין קינדער זענען נישט דארט געווען, דרך אגב). דאס הייסט מ'איז בכוח אויסצורייסן איינגעפירטע סטאדארטן, מ'ברויך נאר וועלן.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 8:11 pm
דורך איך אויך
פריינדליך האט געשריבן:מאנכע פרעגן, פון ווי שטאמט די מנהג אז בחורים גייען און מקווה?
ענדערש פרעג, פון ווי שטאמט די מנהג אז חתונה געהאטע גייען יעדן טאג און מקווה?!
נאר וואס דען, א מקווה יעדן טאג איז א מנהג חסידות, מען פירט זיך אז פון ווען מען ווערט מחיוב במצוות און מען לייגט תפילין יעדן טאג גייט מען און מקווה, עס איז א מנהג חסידות וואס האט גארנישט מיט חתונה האבן,
כ'האב אמאל געקלערט אז די חסידישע קפידה פן גיין אין מקוה שבת אינדערפרי (אפילו דער וואס גייט נישט יעדן טאג) ,נעמט זיך פון דעם אז אזוי ווי ביי אינז איז דאך פרייטיג צונאכטס מיטצווע טיים איז כדי מען זאל נישט קען מבחין זיין ווער עס גייט אלס טבילת עזרה האט מען דאס געמאכט פאר א חיוב פאר יעדן.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 8:24 pm
דורך אברעמעל
ווי האט מען דאס געמאכט מער חיוב? ס'אפשר גרינגער צו גיין ווייל מ'יאגט זיך נישט צו די ארבעט, אבער מער חיוב?
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 8:31 pm
דורך איינער
האט מען בכלל אין דער אלטערהיים געהאט די מעגליכקייט צו גיין יעדען טאג אין מקוה?
די גייען און מקוה יעדען טאג איז סתם א מנהג חסידים, צו נעמען די קינדער אין מקוה (לויט מיין מיינוג) א מנהג שוטים.
מיין טאטע האט מיך נישט גענומען אין מקוה ביז א יאר פאר מיין בר מצוה.
רוב אירע האבן אסאך זאכן זיך מער מתקן זיין פאר די מקוה, איך מיין אז עס שוין צייט צו מאכן א חזרת עטרה ליושנה, און נאכמאל מבטל זיין די מקוה. נישט אומזינסט האבן אונזער הייליגע חכמים מבטל געווען טבילת עזרא.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 8:32 pm
דורך שמיטה
איך אויך האט געשריבן:כ'האב אמאל געקלערט אז די חסידישע קפידה פן גיין אין מקוה שבת אינדערפרי (אפילו דער וואס גייט נישט יעדן טאג) ,נעמט זיך פון דעם אז אזוי ווי ביי אינז איז דאך פרייטיג צונאכטס מיטצווע טיים איז כדי מען זאל נישט קען מבחין זיין ווער עס גייט אלס טבילת עזרה האט מען דאס געמאכט פאר א חיוב פאר יעדן.
זייט ווען איז מער קפידא שבת ווי ביום חול. גראדע איז דא וואס גייען נאר ביום ב' וה', איז שבת אויך אין דעם כלל
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 8:38 pm
דורך איינער
די ענין פון מקוה איז קלאר, אז דער בעש"ט האט נישט געוואלט אז מען זאל גיין און מקוה יעדן טאג אלס חוק ולא יעבור, ווייל די גמרא זאגט דאך אז מען האט מבטל געווען טבילת עזרא, און ער האט זיכער נישט געוואלט טון אנדערש ווי די גמרא איינצופירן טבילת עזרא, נאר ער געמיינט אז די יחידה סגולה זאלן גיין אמאל זיך מטהר זיין.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 9:22 pm
דורך א איד
שמיטה האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:כ'האב אמאל געקלערט אז די חסידישע קפידה פן גיין אין מקוה שבת אינדערפרי (אפילו דער וואס גייט נישט יעדן טאג) ,נעמט זיך פון דעם אז אזוי ווי ביי אינז איז דאך פרייטיג צונאכטס מיטצווע טיים איז כדי מען זאל נישט קען מבחין זיין ווער עס גייט אלס טבילת עזרה האט מען דאס געמאכט פאר א חיוב פאר יעדן.
זייט ווען איז מער קפידא שבת ווי ביום חול. גראדע איז דא וואס גייען נאר ביום ב' וה', איז שבת אויך אין דעם כלל
וואס איז די הסבר אז מען גייט נאר ביום ב' וה'
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:40 pm
דורך שרייבער
מן הסתם ווייל מען ליינט, מען זאל נישט עולה זיין אויב מען ברויך גיין אין מקוה
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:51 pm
דורך א איד
און אנטוהן די תפילין, מוז מען נישט זיין אזוי ריין, ווי מען איז עולה?
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 11:08 pm
דורך שמעקעדיג
שב״ק ווערט געברענגט פון אר״י הקדוש אז מען זאל מער מקפיד זיין צו גיין. איך ווייס נישט אויב ס׳האט שייכות צו עונה בליל שבת אדער צוליב קדושת שבת. עס שטייט דאס לשון אז מען זאל גיין ביז 3 מייל נאך א מקוה!
סיי וויאזוי, בלייבט עס א מדת חסידות, נישט מעיקר הדין.
וועגן ב׳ וה' האב איך געהערט פון די וואס פירן זיך אז לכה״פ זאל נישט אדורך גיין 3 טעג אן קיין מקוה. זעהט אויס דאס איז אויך אן ענין.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 2:07 am
דורך שמיטה
איינער האט געשריבן:די ענין פון מקוה איז קלאר, אז דער בעש"ט האט נישט געוואלט אז מען זאל גיין און מקוה יעדן טאג אלס חוק ולא יעבור, ווייל די גמרא זאגט דאך אז מען האט מבטל געווען טבילת עזרא, און ער האט זיכער נישט געוואלט טון אנדערש ווי די גמרא איינצופירן טבילת עזרא, נאר ער געמיינט אז די יחידה סגולה זאלן גיין אמאל זיך מטהר זיין.
דו זאגסט אייגנס אדער דו האסט א מקור לדבריך? ווייל לפי ידיעתי איז דא מקומות וואס מהאט "שטארק" מקפיד געווען נישט צו פארפאסן א טאג פון גיין אין מקוה.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 2:19 am
דורך חד גדיא
די אלע מקומות איז אנייע זאך. פארן קריג האט קיינער נישט מקפיד געוועהן אויף דעם.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 9:29 am
דורך לעמיל
חד גדיא האט געשריבן:די אלע מקומות איז אנייע זאך. פארן קריג האט קיינער נישט מקפיד געוועהן אויף דעם.
א מקור ביטע, וויי ווייט איך ווייס האט מען פארען קריג אויך מקפיד געוועין איך ווייס נישט ווען די מנהג איז געווארען אבער עס איז נישט היינט געבוירען
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 6:14 pm
דורך יואליש
א מקוה שבת מיז זיין גאר א גרויסע זאך אז מ'האט מתיר געווען דערפאר חילול שבת.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 7:07 pm
דורך געפילטע פיש
יואליש האט געשריבן:א מקוה שבת מיז זיין גאר א גרויסע זאך אז מ'האט מתיר געווען דערפאר חילול שבת.
מיינסט מן הסתם אז מ'האט מתיר געווען א
חשש חילול שבת.
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 3:17 pm
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:א מקוה שבת מיז זיין גאר א גרויסע זאך אז מ'האט מתיר געווען דערפאר חילול שבת.
מיינסט מן הסתם אז מ'האט מתיר געווען א
חשש חילול שבת.
יא, כ'האב געקלערט צו שרייבן חשש, אבער כ'האב לעצטענס געהערט פון א ת"ח אז באמת האט עס נישט קיין שום היתר און די אלע היתרים זענען שוין עפטער די פעקט צו פארענטפערן. אזוי קען מען אויסרייסן יעדן סיעף אין שו"ע און אנגעבן ק"ן טעמים להיתר.
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 5:54 pm
דורך געפילטע פיש
יואליש האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:א מקוה שבת מיז זיין גאר א גרויסע זאך אז מ'האט מתיר געווען דערפאר חילול שבת.
מיינסט מן הסתם אז מ'האט מתיר געווען א
חשש חילול שבת.
יא, כ'האב געקלערט צו שרייבן חשש, אבער כ'האב לעצטענס געהערט פון א ת"ח אז באמת האט עס נישט קיין שום היתר און די אלע היתרים זענען שוין עפטער די פעקט צו פארענטפערן. אזוי קען מען אויסרייסן יעדן סיעף אין שו"ע און אנגעבן ק"ן טעמים להיתר.
גערעכט, און דאס איז טאקע די מעלה פון אונזער תורה הקדושה. ע' פנים לתורה.
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 7:09 pm
דורך שמיטה
יואליש האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:א מקוה שבת מיז זיין גאר א גרויסע זאך אז מ'האט מתיר געווען דערפאר חילול שבת.
מיינסט מן הסתם אז מ'האט מתיר געווען א
חשש חילול שבת.
יא, כ'האב געקלערט צו שרייבן חשש, אבער כ'האב לעצטענס געהערט פון א ת"ח אז באמת האט עס נישט קיין שום היתר און די אלע היתרים זענען שוין עפטער די פעקט צו פארענטפערן. אזוי קען מען אויסרייסן יעדן סיעף אין שו"ע און אנגעבן ק"ן טעמים להיתר.
יואל'ישל, אל תמנע טוב, זייט אזוי גוט און שרייבט ווער דער תלמיד חכם איז... תורה הוא וללמוד אני צריך.
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 12:51 pm
דורך לאדיך אפ
אין בית יוסף זעט מען אסאך מאל אז ער טוט פארענטפערן א מנהג וועלכע איז פשטות קעגן די הלכה "עפטער די פעקט".
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:34 pm
דורך בן תמליון
איך האב געהערט פון א הויז בחור סאטמאר רבי יואליש איז נישט געגאנגען יעדן טאג אין מקוה צומאל אפילו א אגאנצע וואך. נו דאס וועלן די שווענץ נישט אריינלייגן אין זמירות דברי יואל.
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:43 pm
דורך בן תמליון
איינער האט געשריבן:האט מען בכלל אין דער אלטערהיים געהאט די מעגליכקייט צו גיין יעדען טאג אין מקוה?
די גייען און מקוה יעדען טאג איז סתם א מנהג חסידים, צו נעמען די קינדער אין מקוה (לויט מיין מיינוג) א מנהג שוטים.
מיין טאטע האט מיך נישט גענומען אין מקוה ביז א יאר פאר מיין בר מצוה.
רוב אירע האבן אסאך זאכן זיך מער מתקן זיין פאר די מקוה, איך מיין אז עס שוין צייט צו מאכן א חזרת עטרה ליושנה, און נאכמאל מבטל זיין די מקוה. נישט אומזינסט האבן אונזער הייליגע חכמים מבטל געווען טבילת עזרא.
איך מיין אויב דאס משוגנער מנהג צו נעמען קינדער אין מקוה הערט זיך נישט אויף מוז מען נעמען דראסטישע שריט. צו ווייסט דער עולם אז זיך עקפאזן פאר א מיינער איז א קרימינאל אקט ערשטן גראד? וואס א מין מטורפת איז דאס צו ווייקן קליינע קינדער מיט גרויסע טאטעס אינאיינעם? און נעקסט מאל איר זעט א טאטע האלטן זיין 3 יעריקס און מיט געוואלד טינקט איהם איין אין וואסער (ירה בים פונקט ווי ביים ים סוף) רופט גלייך הצלה צום טאטן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:51 pm
דורך משולם שטיינפעלד
בן תמליון האט געשריבן:איך האב געהערט פון א הויז בחור סאטמאר רבי יואליש איז נישט געגאנגען יעדן טאג אין מקוה צומאל אפילו א אגאנצע וואך. נו דאס וועלן די שווענץ נישט אריינלייגן אין זמירות דברי יואל.
ער איז נישט געגאנגען יעדן טאג. ער האט געהאט געוויסע באשטימטע טעג וואס ער איז געגאנגען. עס איז אבער נישט געווען אז עס זאל דורכגיין א גאנצע וואך אן א מקוה. (בשם א הויז בחור אין די בראשית יארן)