בלאט 1 פון 2

ווי אזוי געט מען זיך אן עצה? Driveway

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:36 pm
דורך וועטערבאריכט
איך וואוין אין בארא פארק אין מיין בלאק איז געווארען זייער ביזי לעטענס, איך האב נישט געהאט א ברירה אין איך האב געמיזט רענטען א driveway. דער driveway איז גראדע א פאר פוס פון א פאמפ. איך צאל גיט געלט פאר׳ן driveway , איך וואלט געקענט האבען נאך א lease פאר א צווייטע קאר פאר די געלט, אבער עס איז ווערט די שלוות הנפש אז איך קען קומען אין גיין ווען איך דארף. אניוועי דער פראבלעם איז מענטשען אדער ״אומענטשען ״ בלאקען מיך אריין אמאל , איך האב געטראכט עס איז סיי ווי סיי נאנט צו א פאמפ ווער גייט זיך דען אנטפאנגען מיט א פאמפ טיקעט, אויב איינער פארקט דירעקט ביי די פאמפ קען איך זיך נאך אריינגליטשען אין די driveway אבער סאיז שווער. אבער א סאך מאל בלאקט מיך יענער אינגאנצען אין איינמאל אין א חודש בין איך שוין געפארקט אין יענער בלאקט מיך אריין. סא די פראבלעם אין שאלה וואס איך האב איז אזוי. איך בין נישט קיין אומענטש, איך וואלט נישט ארויסגעלאזט יענערס לופט, געקלעבט א סטיקער וכו׳ אבער מיין ווייב זאגט מיך אייביג רוף די פאליציי, אדער מען קען ריפארטען אנליין. איך קען זיך נישט ברענגען דאס צו טאן. עס קען זיין מצד הדין א פראבלעם. סאו וואס קען איך יא טוהן, עס איז אלעמאל א היימיש יונגערמאן אדער פרוי אין אויב איך זע זיי זאג איך זיי מיט שייינעם פליז דאנט בלאק מי, איך צאל געלט פאר די driveway אין איך דארף קענען קומען אין גיין. פליז געטס מיר advice וואס איך קען טוהן וועגען דעם, ממש יעצט בלאקט מיר איינער וואס איז שוין דא געווען א פאר מאל. Please help with ideas or advice. א גרויסען ישר כח.
Note: גראדע געדענק איך ווי שווער עס איז צו פארקען פאר מיין driveway, דעריבער פארק איך אלעמאל דארט צו לאזען אנדערע די סטריט פארקינק, איך טריי צו זיין א מענטש אבער דאס פאנגט מיר אהן צו גיין אויף די נערווען שוין.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:45 pm
דורך געפילטע פיש
לייג א סיין אז ווער ס'פארקט דארט די קאר וועט ווערן געטוי'ד, און אומר ועושה. אז איך קום אריין צו דיר אינדערהיים און גנב'ע דיין זילבער וועסטו אויך פרעגן אויב דו מעגסט רופן פאליציי?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:47 pm
דורך שמעון וואלף
ס'איז נישט דא קיין עצה ווייל אפילו אויב די רופסט די פאליס קען געדוירן זעקס שעה ביז זיי קומען.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:49 pm
דורך וועטערבאריכט
געפילטע פיש האט געשריבן:לייג א סיין אז ווער ס'פארקט דארט די קאר וועט ווערן געטוי'ד, און אומר ועושה. אז איך קום אריין צו דיר אינדערהיים און גנב'ע דיין זילבער וועסטו אויך פרעגן אויב דו מעגסט רופן פאליציי?

איך הער וואס די זאגסט , maybe im too nice... דאס וויל איך פרעגען האלט דער עולם אז עס איז נא פראבלעם צו ריפען די פאליס, עס איז א ליגעל driveway אין יענער באקומט זיכער נאך א טיקעט פאר א פאמפ.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:56 pm
דורך ישמעאל הכהן
אויב ער פארקט דארט די ערשטע מאל ווען האסט אים נאך קיינמאל געווארענט טאר מען זיכער נישט עפ הלכה רופן פאליציי צו געבן א טיקעט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:04 pm
דורך שמעון וואלף
ישמעאל, א סיין איז נישט גענוג?

געפילטע, מ'קען נישט טויען פאר פאליס גיט א טיקעט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:12 pm
דורך ישמעאל הכהן
ניין. פרעג א דיין

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 3:17 pm
דורך וועטערבאריכט
אינטערסאנט איז אז איך האב מורא צו פארקען ביי א פאמפ אפילו פאר צוויי מיניט , דער פערשוין פארקט דא פאר שעות אין קיינער קומט נישט געבען א טיקעט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 4:37 pm
דורך berlbalaguleh
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ניין. פרעג א דיין

אויב ס'איז דעם דיינ'ס קאר אדער די קאר פון זיין זון ועט ער זיכער פסק'נען אז מ'טאר נישט רופן די פאליציי. אני כשלעצמי בין מיך נוהג אז אויב איינער בלאקט מיין באס פארקינג, פרוביר איך מברר צו זיין וועמענ'ס קאר ס'איז און איך רוף דעם בעה"ב. (איך האב א הויעכן פייפער וואס קען אויפוועקן די נפטרים אין ביה"ח.) אויב מ'מאכט זיך נישט וויסנדיג רוף איך די פאליציי. ומעשה שהיה. א קאר האט מיך געבלאקט א גאנצן טאג. און ער האט צום סוף באקומען א טיקעט. דער בעה"ב פון די קאר האטציך גערעגט אויף טויזנט. אבער ער פארקט שוין נישט מער דארט...! דעם דיינ'ס נומבער האביך פארלוירן...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 7:21 pm
דורך איחוד פעלד
לעבען א פאמפ איז לכאורה נישט קיין לעגאלע דרייוועי.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 7:50 pm
דורך וועטערבאריכט
איחוד פעלד האט געשריבן:לעבען א פאמפ איז לכאורה נישט קיין לעגאלע דרייוועי.

עס איז נישט אזוי נאנט עס איז אפשר 6 פיס אוועק, עס איז זיכער א ליגעל דרייוועי יס איז שוין דארט 70 יאהר פלאס , נאר געוונענטליך העלפט די פאמפ אז קיינער פארקט נישט אויף יענער זייט.איך קען שיין אריינבעקען באקווארדס אין די דרייוועי. אבער אויב איינער פארקט א גרויסע קאר אדער suv בלאקט עס סיי די פאמפ אין עס שטעקט זיך אריין אין א חלק פון דער דרייוועי אויך. ספעציעל אויב דער נעקסטע קאר איז גאנץ נאנט צום פאמפ.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 8:13 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איחוד פעלד האט געשריבן:לעבען א פאמפ איז לכאורה נישט קיין לעגאלע דרייוועי.

מה ענין שמיטה אצל? וואספארא שייכות האט א פאמפ מיט לעגאליטעט פון א דרייוועי?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 8:28 pm
דורך וועטערבאריכט
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:לעבען א פאמפ איז לכאורה נישט קיין לעגאלע דרייוועי.

מה ענין שמיטה אצל? וואספארא שייכות האט א פאמפ מיט לעגאליטעט פון א דרייוועי?
ער האט א פוינט אז טאמיר די אפלייעסט פאר א curb cut וועלען זיי געווענטליך נישט לאזען אויב עס איז צו נאנט צו א פאמפ , אבער איך האב גראדע אויפגעזיכט אין איך זעה עס איז הינדערט פארצענט א ליגעל garage and driveway /car port. זייט 1940 בערך. אין אני קעיס איך צאל רענט פאר׳ן דרייוועי אין עס זענען דא מענטשען וואס בלאקירען דער דרייוועי. די פאקט פון דער פאמפ איז אז אויב איך רוף דער פאליציי וועלען זיי באקומען א טיקעט פאר בלאקען א דרייוועי אדער א פאמפ אדער אפשר ביידע ?, מעג איך דאס טוהן מצד הדין, אין מצד מענטשליכקייט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:58 pm
דורך פליקער
לייג א סיין אז דו ביזט דער וועטערבאריכטער, אדער אז דו ביזט א הצלה מאן אדער א עזרת נשים.

נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:15 am
דורך ירח בן יומו
קודם כל וויך איך מיטפילן מיט די צער פון [tag]וועטערבאריכט[/tag], איך קען די בייזע ווינטן האבן זיך צוגעטעשפעט צו איהם, דאס זענען די נאסע פגעים וואס פארשטייען אז די וועלט געהערט צו זיי, מ'טרעפט זיי אן אין די ליין ביי די באנק, אדער אין די גראסערי, און ס'קרוכט אויך די נערווען.
עס וועלן זיין אזעלעכע וואס וועלן זאגן "מאך נישט קיין שטורעם דערפון" ס'לוינט נישט זיך צו עסן די געזונט אויף א ענין וואס קען נישט האבן קיין תיקון, אבער אין אמת'ן איז דאס נישט ריכטיג ווייל א מענטש איז בארעכטיגט צו האבן די מנוחת הנפש צו קענען קומען און גיין ווען מ'וויל.

איך האב אמאל געהערט א פסק פון הרב שאפראן (אין ארגון שיעורי תורה) אז בעצם מעיקר הדין איז מבואר אין ב"ק כח אז עביד איניש דינא לנפשי', און משבר ויוצא משבר ונכנס, דאס הייסט אז מעיקר הדין מעגסטו אריין קראכן אין איהם, אויס שיסן אלע פענסטערס אין איהם אויפהייבן כדי צו מאכן פאר זיך א וועג אריין צוגיין אדער ארויס צוגיין, אבער מ'מיז נישט זיין אזא מזיק, מ'קען רופן די פאליס און איהם אוועק טראגן מיט גוטענס.

נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:51 am
דורך petergrifin

נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 2:09 pm
דורך וועטערבאריכט
פליקער האט געשריבן:לייג א סיין אז דו ביזט דער וועטערבאריכטער, אדער אז דו ביזט א הצלה מאן אדער א עזרת נשים.
אדער איך קען ארויפגיסען א הויפען שניי אז עס וועט איהם נעמען א שעה אפצוקלינען דער קאר....

נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 2:38 pm
דורך מאטי
ס'איז דא א פראצענט דרייווער וואס וועלן אויף קיין פאל נישט בלאקירן א דרייוו-וועי, ווידער איז דא א מיעוט וואס רעכענען זיך בכלל נישט מיטן פאקט אז מ'בלאקירט דעם בעל הבית, און פאר זיי העלפט בלויז אומאייגענעמע שריט.

ס'איז אבער אויך דא א גרויסע פראצענט דרייווער וועלכע זענען נישט קיין אומערצויגענע מענטשן, אבער דאך וועלן זיי נאכן צירקולירן א האלבן שטאט פאר א גאר לאנגע צייט, נישט האבענדיג קיין ברירה, זיך מורה היתר זיין צו בלאקירן, אדער זיך אליינס איינרעדן אז א פערטל אוטו לאזט נאך איבער פלאץ, רעכענדיג אז פונקט וועט דער בעל הבית נישט יעצט דארפן אריין אדער ארויספארן.

די פראקטישסטע עצה פאר די סוג מענטשן (נישט אז מ'דארף דאס טון, ס'איז אבער פראקטיש) איז לייגן א שילד מיט א נומער ווי מ'קען רופן פרעגן אויב די דרייוו-וועי גייט דארפן זיין אין באנוץ. פארשטייט זיך איבערלאזן א נומער ווי מ'קען רופן דעם דרייווער אויב ער פארזוימט זיך.

נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:00 pm
דורך נעגאשיעיטאר
ירח בן יומו האט געשריבן:
איך האב אמאל געהערט א פסק פון הרב שאפראן (אין ארגון שיעורי תורה) אז בעצם מעיקר הדין איז מבואר אין ב"ק כח אז עביד איניש דינא לנפשי', און משבר ויוצא משבר ונכנס, דאס הייסט אז מעיקר הדין מעגסטו אריין קראכן אין איהם, אויס שיסן אלע פענסטערס אין איהם אויפהייבן כדי צו מאכן פאר זיך א וועג אריין צוגיין אדער ארויס צוגיין, אבער מ'מיז נישט זיין אזא מזיק, מ'קען רופן די פאליס און איהם אוועק טראגן מיט גוטענס.


רב שאפראן האט אודאי צוגעלייגט אז דאס איז נאר געזאגט געווארן כדי להביא (שטר) זכויותיו לבי דינא, אבער נישט אויף צו נעמען די קאר סתם אזוי,כמבואר בגמ' ובפוסקים.

נ. ב. די סיבה צום זלזול פאר יענעם'ס דרייוו-וועי איז קענטליך צוליב דער רבוי פון אומלעגאלע דרייוו-וועיס, חומסים וגוזלים את הרבים.

נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:06 pm
דורך מאטי
נ. ב. די סיבה צום זלזול פאר יענעם'ס דרייוו-וועי איז קענטליך צוליב דער רבוי פון אומלעגאלע דרייוו-וועיס, חומסים וגוזלים את הרבים.


מ'דארף קלערן, וואס בעצם איז די נפק"מ צווישן א לעגאלע אדער נישט, לגבי די מאראלישע וויכטיגקייט נישט צו בלאקירן דעם בעל הבית. סיי לאיסור און סיי להיתר.

נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:07 pm
דורך שמעון וואלף
מאטי האט געשריבן:ס'איז דא א פראצענט דרייווער וואס וועלן אויף קיין פאל נישט בלאקירן א דרייוו-וועי, ווידער איז דא א מיעוט וואס רעכענען זיך בכלל נישט מיטן פאקט אז מ'בלאקירט דעם בעל הבית, און פאר זיי העלפט בלויז אומאייגענעמע שריט.

ס'איז אבער אויך דא א גרויסע פראצענט דרייווער וועלכע זענען נישט קיין אומערצויגענע מענטשן, אבער דאך וועלן זיי נאכן צירקולירן א האלבן שטאט פאר א גאר לאנגע צייט, נישט האבענדיג קיין ברירה, זיך מורה היתר זיין צו בלאקירן, אדער זיך אליינס איינרעדן אז א פערטל אוטו לאזט נאך איבער פלאץ, רעכענדיג אז פונקט וועט דער בעל הבית נישט יעצט דארפן אריין אדער ארויספארן.

די פראקטישסטע עצה פאר די סוג מענטשן (נישט אז מ'דארף דאס טון, ס'איז אבער פראקטיש) איז לייגן א שילד מיט א נומער ווי מ'קען רופן פרעגן אויב די דרייוו-וועי גייט דארפן זיין אין באנוץ. פארשטייט זיך איבערלאזן א נומער ווי מ'קען רופן דעם דרייווער אויב ער פארזוימט זיך.


בכלל נישט אזא פראקטישע עצה. קאולס וועלן אריינקומען און גרויסן און איך וועל נאך הייסן א שלעכטער פאר זאגן ניין.

נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:08 pm
דורך שמעון וואלף
מאטי האט געשריבן:
נ. ב. די סיבה צום זלזול פאר יענעם'ס דרייוו-וועי איז קענטליך צוליב דער רבוי פון אומלעגאלע דרייוו-וועיס, חומסים וגוזלים את הרבים.


מ'דארף קלערן, וואס בעצם איז די נפק"מ צווישן א לעגאלע אדער נישט, לגבי די מאראלישע וויכטיגקייט נישט צו בלאקירן דעם בעל הבית. סיי לאיסור און סיי להיתר.

טאמער איז עס נישט לעגאל, און די בעה"ב איז נישט אינעווייניג, פארוואס זאל איך עס נישט מעגן בלאקן?

נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:34 pm
דורך מאטי
און אויב ס'איז יא לעגאל