בלאט 1 פון 1
הסכמות אויף ספרים?
נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:48 pm
דורך שמעקעדיג
לאור
די אשכול פון גראדע מעכעלע, אז אפילו היימישע ספרים קען מען פעלשן, און מען קען מאכן צו שפאט אפילו גדולים וטובים, וויל איך אויסשומעסן דעם ענין פון הסכמות אויף ספרים.
ס'איז ידוע אז אסאך ערליכע אידן האבן געהאלטן אז מען טאר נישט אריינקוקן אין א ספר אן א פארלעסליכע הסכמה. פארשטייט זיך אז כל אחד לפי השקפתו, א סאטמארער טאר נישט נעמען אין האנט א ספר וואס האט אן הסכמה פון רב קוק אדער שטיינמאן, און א בעלזער טאר נישט נעמען א ספר מיט א הסכמה פון רז"ל פילאף (כ'מאך נאר א משל, יו געט די פיקטשער). אבער אז מען זעהט למעשה אז רבנים קען מען אויסנארן, און בכלל ווערן די ספרים מער און מער נמצא, חדשים לבקרים, און נישט אלע רבי'לעך היינט קענען טיילן הסכמות, איז לכאורה זייער שווער צו האלטן טרעק אז יעדע ספר'ל וואס כ'נעם ארויס אין ביהמ"ד זאל האבן א פאסיגע הסכמה.
איך האב פונקט לעצטנס געטראפן הענגען א צעטל אין ביהמ"ד פון אן אלטן קול קורא (תרמ"ב) צו מחזק זיין דעם ענין בזמנינו, און דאס האט מיר געמאכט מער טראכטן דערוועגן.
.
נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 12:54 pm
דורך שעפטל
דא קומט אריין די קשיא... האבן די אלע ספרים וואס ווערן דערמאנט ביי די חתימות אויפן קול קורא הסכמות??
נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 2:10 pm
דורך [NAMELESS]
מדברי מוהרא''ש ז''ל פארוואס ער האט נישט גענומען קיין הסכמות אויף זיינע ספרים,
נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 2:46 pm
דורך ונבנתה העיר
זיך פונקט יעצט אנגעקלאפט אין דעם.
נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
לאור הערת ונבנתה, דערמאן איך זיך אז כ'האב לעצטענס ערגעץ געליינט אז איינער איז געקימן צו הגרש''ז אויערבאך פאר א הסכמה אויף א ספר האט ער אים געזאגט, אמאל האט מען געבטען א הסכמה פון א רב אזוי אז זיין קהילה זאל דאס קויפן היינט ווען א רב געבט א הסכמה טוט דאס בסה''כ אויך אז די קעגערנישע פראקציע זאל דאס נישט קויפן...
ואולי זהו כונת הספר הנ''ל זיי וועלן צו יעדעם צושיקען לפי זיין געשמאק,
נשלח: פרייטאג פעברואר 13, 2015 3:51 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז אינטרעסאנט אז דער המדריך אויף די גמרא איז טאקע נישט בנמצא היינטיגע צייטן. אבער פונקטליך וואס זיין חטא איז געווען. על מה יצא הקצף, זאגן די חשוב'ע רבנים נ"ע נישט ארויס.
מענין לענין באותו ענין: ווען די התאחדות (און די עדה החרדית) איז ארויס אקעיגן די שטיינזאלץ גמרות, האבן אלע אונגערישע אידן (מוויליאמסוברג, קרי.) ארויסגעווארפן די גמרות. ס'נישט אז פארדעם האבן זיי יא געהאט עפעס א פראקטישן נוצן פון די גמרות. ווייל לויט ווי הרב שטיינזאלץ שרייבט אין די הקדמה, האט ער בכלל נישט געצילט אויף די אונגערישע אידן מיט זיין פירוש. ער האט געמאכט דעם פירוש פאר די אידן וועלכע וואוינען אין ארץ ישראל און זענען אויפגעוואקסן מיט די מאדערנע עברית שפראך, און די לשון המשנה והגמרא איז פאר זיי פרעמד. האט ער מחבר געווען צווישן ביידע...און שטייצעך, שפעטער איז די חשוב'ע 'סאכדעס ארויס אקעיגן ארטסקרול אויכעט...זעמיר נאר געבליבן מיט עוז והדר...דערווייל...!
נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 8:24 pm
דורך סאו וואט
אונטרעסאנט שמועסענדיג מיט הגאון רבי וואלף זיכערמאן שליט"א מחבר ספר אוצר פלאות התורה, האב איך געהאט פאר איהם עטליכע שיינע הארות והערות אויפן ספר, וואס
ער וואלט געקענט נוצען, פרעגט ער מיר אויפן ארט, כאילו דאס איז זיין גרעסטע דאגה, צו דו אלע ספרים וואס כ'האב דערמאנט האבען הסכמות. פרעג איך וואס איז? וואטס יאר פראבלעם?
זאגט ער מיר, אז ער לייגט נישט אריין א ווארט פון א ספר וואס דער מחבר האט נישט קיין הסכמות, און האט אפילו אויסגעלאזט שיינע זאכען, וויבאלד געוויסע ספרים האבען נישט געהאט קיין הסכמות. פרעג איך איהם גלייך צירוק, צו האט דען דער ספר "דברי יואל" אן הסכמה וואס דו ברעגנסט כמה פעמים....? איך ווארט נאך פארן תירוץ.
נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 8:40 pm
דורך [NAMELESS]
ער האט מיט געהאלטן ווען די האסט אים געזאגט די הערות, אדער געווארן רויטליך נישט זייענדיג באהאווענט און זיינע חידושים?
נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 8:43 pm
דורך ונבנתה העיר
קומענדיגע מאהל ווען דו שמועסט מיט'ן גאון קענסטו איהם פרעגן ווער האט געגעבן א הסכמה אויף
דעם.
נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 8:44 pm
דורך ירח בן יומו
סאו וואט האט געשריבן:אונטרעסאנט שמועסענדיג מיט הגאון רבי וואלף זיכערמאן שליט"א מחבר ספר אוצר פלאות התורה, האב איך געהאט פאר איהם עטליכע שיינע הארות והערות אויפן ספר, וואס
ער וואלט געקענט נוצען, פרעגט ער מיר אויפן ארט, כאילו דאס איז זיין גרעסטע דאגה, צו דו אלע ספרים וואס כ'האב דערמאנט האבען הסכמות. פרעג איך וואס איז? וואטס יאר פראבלעם?
זאגט ער מיר, אז ער לייגט נישט אריין א ווארט פון א ספר וואס דער מחבר האט נישט קיין הסכמות,
האסטו אפגעציילט וויפיל הסכמות האט ער אויף די ספר? ער האט זיכער (כשמו) געמאכט אז יעדער איינער טרעפט דארט זיין שר המסכים.
נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 9:04 pm
דורך איך אויך
עס איז נאך דא איינער וואס גלייבט אז ר' זיכערמאן האט עס באמת אליינס צאמגענומען? כ'האב געמיינט עס איז א סוד פאר גאנץ בראד אז א שטאב פון שרייבערס/מלקטים (עפ''י השמועה עוז והדר ארבייטערס) האבען געטוהן די עבודה.
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:28 am
דורך סאו וואט
עזריאל האט געשריבן:ער האט מיט געהאלטן ווען די האסט אים געזאגט די הערות, אדער געווארן רויטליך נישט זייענדיג באהאווענט און זיינע חידושים?
אודה על האמת, כ'בין געוועהן שארקירט עמעזט געפלעפלעט (וואטערעווער דער ווארט איז..) ווען ער האט פונקטליך געוויסט וואס ס'שטייט און זיין ספר, פארוואס "ער" האט עס אריינגעלייגט, און צו מאל מיר געקענט זאגען שטיקער ספרים וואס ס'איז שוין געוועהן אריין, און האט עס דערנאך ארויסגענומען, ער ווייסט יעדעס ווארט וואס שטייט דארט באמת.
ס'איז מיר טאקע געוועהן א חידוש.
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:15 pm
דורך לית דין בר נש
איך אויך האט געשריבן:עס איז נאך דא איינער וואס גלייבט אז ר' זיכערמאן האט עס באמת אליינס צאמגענומען?
זיכער האט ער אליין צוזאם גענומען די הסכמות!!!
ווען נישט ער גייט אליין באקומט ער דען הסכמות?
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 5:46 pm
דורך געוואלדיג
סתם לשם ביאור, אין ספרים וועלן מיר טרעפן ג' מיני הסכמות:
א) שלא להדפיס הספר עד כך וכך שנים (עפ"י רוב עשר שנים) ולקנות הספר לחזק ידי המוציא לאור ליוכל לפרנס בני משפחתו.
עפ"י רוב די ספרים פון היבש אסאך יראן צוריק.
ב) שהמחבר הוא ת"ח וירא שמים.
אויך פון היבשע יארן צוריק.
ג) די היינטיגע הסכמות על דברי הספר.
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 10:43 am
דורך סאו וואט
געוואלדיג האט געשריבן:סתם לשם ביאור, אין ספרים וועלן מיר טרעפן ג' מיני הסכמות:
א) שלא להדפיס הספר עד כך וכך שנים (עפ"י רוב עשר שנים) ולקנות הספר לחזק ידי המוציא לאור ליוכל לפרנס בני משפחתו.
עפ"י רוב די ספרים פון היבש אסאך יראן צוריק.
ב) שהמחבר הוא ת"ח וירא שמים.
אויך פון היבשע יארן צוריק.
ג) די היינטיגע הסכמות על דברי הספר.
דו היינטיגע הסכמות ווערען נישט געגעבן פארן מחבר הספר, ס'איז כדי זיך אליינס צו פראומאוטען, אז ער איז כלומערעשט א שר המסכים,
אונדערצייט וואס אמאל האט מען פארגינען א שבח ותהילה פאר א מחבר ספר, צו מאל מער אדער ווייניגער, אבער קארג מיט טיטלען און מלא שבח איז מען נישט געוועהן.
איז אבער היינט אנדערש, ס'איז געגעבן געווארן צו ווייזען אז ער איז אויף דו מאפע פון טיילען הסכמות, ומאידך גיסא פון זייערע שמוציגע אום אויסגעארבעטע מדות פארגינען זיי נישט קיין שיין ווארט פאר דו מחבר הספר. מיינעדיג אז זיי גייען ווערן קלענערע צדיק אדער גדול, און יענע וועט זיין צופרידען מיט דעם, ווייל יענער מחבר איז דאך ממילא מיין שוואנץ און חסיד.
משל למה הדבר דומה, לשבר את האוזן, צו סקווירא רבי, ווער ס'זעהט זיינע שמועסן און בחצר הקודש ווען ער גייט מנחם אבל זיין א מענטש, זאגט ער נישט זאכען וואס דער וואס זיצט שבעה וויל הערן, און זאגט זאכען ווייטער וואס ער וויל דערציילען, היינו ווייטער צו פאנטיזירען אז דער וועלט האט זיך אלעמאל געדרייט ארום סקווירא, ומאידך גיסא ווערט ער בטעות נישט זאגען קיין דברי שבח אויף א נפטר, אויב עפעס א שבח, וועט עס זיין אה, ער איז ספעציעל נאנט געוועהן מיטן טאטע ז"ל, מער ווי אנדערע... וואו, פישש, ממש א נחמה. אבער פארן חסיד שוטה איז דאס גענוג, אבער ס'איז ווייטער אזאך וואס ער וויל זאגען, נישט דעס וואס מ'וויל הערן.
און אזוי אויך זענען דו היינטיגע הסכמות, פארגינען נישט קיין גוט ווארט פאר א צווייטער, ס'איז נאר צו קענען נעמען און ארויסקעשען כבוד ווייטער פאר דו זיך מיך, און דער אנכיות.
והמבין יבין, ווייל מיינע ווערטער זענען עמוק עמוק, דו"ק ויונעם לך.
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 5:08 pm
דורך געוואלדיג
סאו וואט האט געשריבן:דו"ק ויונעם לך.
מיינסט דאס אמת'דיג?
לענינינו ביסט עפ"י רוב גערעכט חוץ אי מיירי מעשיר, אשר מי לנו גדול מרבי אשר היה מכבד עשירים, עיין ערך אוצר פלאות התורה
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 5:19 pm
דורך שעפטל
אז מ'רעדט דא פונעם אוצר פלאות התורה וואס אגב איז עס טאקע א פלאות'דיגע ספר, ס'גייט מיר גאנץ קנאפע אן ווער ס'האט דאס באמת געמאכט... אבער אין די הסכמות האב איך גראדע יא געזעהן אפאר מסכימים לויבן אים אויס אלס א בעה"ב וואס געט אוועק פון זיין צייט פאר תורה.
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 5:21 pm
דורך געוואלדיג
איך האב אויך די ספר אינדערהיים און איך בין זיך מחיה מיט דעם, איך האב ארויס געברענגט נאר אז ביי די ספר שטארצן די טיטלען זייער ארויס
נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 5:49 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב א ספר פון ארום 150 יאר צוריק ווי דער דפוס הראשון האט נאך די הסכמה הרב הטיפש....
(איך וואלט עס געוואלט ארויף שטעלן אבער איך ווייס נישט ווי אזוי ,