א פארדאמונג קעגן מר. בערגער

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

א פארדאמונג קעגן מר. בערגער

שליחה דורך נהורא נפישא »

על דעת המקום, ועל דעת הקהל, בישיבה של מעלה, ובישיבה של מטה, טוען מיר פארדאמען די פארלוימדונגען פון מר. שלום בערגער אינעם פרעסטיזשפולן צייטונג דער פארווערטס, וואס פארמאגט מער ליינערס פון החומה, פון די יעניגע וואס זענען זיך מתלבש מיט די לבוש פון נ"ק, סיידן אויב מרים שמולעוויטש האפמאן קויפט ארום פופציג קאפיס, וואס דאן האט די החומה מער, נו ר' שלום שליט"א דעם אמת זאגטס, וויפיל קאפיס קויפט איר?

אשר ע"כ, במקום שאין איש השתדלתי להיות איש, גבר בגוברין, להתאזר כגבור מתניי, לשלוף חרב מתערה, וללחום מלחמת אש דת השערה, להכות על קדקד רשע, ובמקום שיש חילול כבוד חסידים, אין חולקים כבוד לאנשי יפת, ואין רוקדים מה יפית ומה ידידות.

שמענו ותרגז בטננו, בשעה שהיה כרס במלואו, ותצילנה אזנינו הכרוכים בפאותינו, אשר בא איש אחד הרחוק ממחנינו, שאינו יודע שיחנו שיחת תלמידי חכמים הצריכה לימוד, ופער פיו לבלי חוק, להבאיש רוחנו קבל עולם ומלואו, בעלילות שוא ורשע.

אני כשלעצמי האב איך נאכנישט דורכגעליינט דעם ארטיקל פונעם פארווערטס, ווייל איך האב באלד א מיינונג נאך פאר איך האב געליינט, וואס, וואו, ווען, אבער עפעס אזוי האב איך פארשטאנען אז ער איז בא בטענה, אז אונזער שפראך איז נישט קיין שפראך, אונזער קולטור איז נישט קיין קולטור, אלזא מיר זענען ווייניגער ווי דעם חתי האמורי והפריזי, וואס זייער קולטור ווערט געפארשט און דאקומענטירט דורך הויעכגעשעצטע אנטראפאלאגן מיט גרויס אינטרעסע.

וויל איך אייך פרעגן מר. בערגער האבן מיר נישט דאס רעכט נישט נאכצופאלגן די באשלוסן פון די ייווא אינסטיטוט, האבן מיר נישט דאס רעכט צו רעדן אין דעם הייליגען שפראך פון רביהקוה"ט וואס האט בדם לבבו, דמים תלתא משמע, (כ'האב פארגעסן וואס איז די דריטע) מרעיש עולמות געווען אנטקעגן ציונות וחטא הידוע, אין אלעס אין דעם הייליגן שפראך אידיש.

איז טאקע אונזער אידיש נישט גענוג מאדערן, דאן וויאזוי איז דאס אז מיר קענען נישט ליינען די שאלות פון עגונות געשריבן געווארן אין די ספרי שו"ת פון הונדערטער יארן.

האבן מיר נישט קיין רעכט צו עסן גאלערעטע, האבען מיר נישט קיין רעכט צו עסן די פיש כאשר קבלנו מאבותינו ורבותינו, דגים-בידכם-ניתנו פיאנערן, מיר דארפן דוקא עסן שרימפ און קאקאראטשן אזוי ווי די יעניגע אוכלי השקץ והחזיר די פארווערטס שרייבער האבן געפייערט א פעסטיוואל דוקא אינעם הייליגסטן טאג פון יאר.

טארן אונזערע צייטונגען נישט שרייבן וואך איין און וואך אויס אז די ציונים שלאגן ערליכע אידן, און אז מ'הערט נישט אויף צו גראבן, אמאל אין שנעלער און אמאל אין שטייטער, טארן אונזערע צייטונגען נישט שרייבן אז מציצה בפה איז די געזונטסטע מעטאד צו היילן די נארוואס געווארענע מילה וואונד.
דארפן מיר זיך טאקע אלעס שואל עצה זיין מיט אייך מר. בערגער ?
(דרך אגב במאמר המוסגר, וויל איך דא מוחה זיין אנטקעגן הרב שמידל וואס גלייבט רח"ל אין אבולוציה, ווען נישט מער און נישט ווייניגער ווען אימער מ'טרעפט אין ישראל קברים פון נוענדריטאלן אדער אנדערע האמא ספישיס, זאגט ער רח"ל אז דאס איז קברי אבותינו ורבותינו, ובזה יצאתי ידי חובת מוחאה)

דער אמת, העט מען ווען זיך געדארפט אויסצוגלייכן אויף א גלעזעלע וויין, נאר בעפאר ברויכן מיר מברר זיין צו איר טראגט מיטן עירוב אדער אנעם עירוב, צו איר גייט צו די בחירות, אדער צו איר נוצט תפילין פון אזאנע סופרים וואס גייען צו די בחירות, און צו אייער פלונית'טע גייט מיט ביי האר, ווייל אויב רח"ל מאכט זיך ביי איך איינע פון די דריי, איז יינך יין נסך, און אויב גאר זענט איר עובר אויף אלע דריי רח"ל דאן העלפט אפילו נישט אויב ס'מבושל.

ואסיים מעין הפתיחה, שדינו של האיש הנ"ל חרוץ, שהוא צריך לפייס את הציבור החסידי, ולשוב בכל לבבו ונפשו בתשובת המשקל, באותה אשה, ובאותה מקום, ובאותה זמן, והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו וגו' אמן
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אבי געהאקט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יע ער מאכט א שטיקל קאמישע קוגל אבער ביסודו איזה ער טייער גערעכט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט