בלאט 1 פון 1

דאס איז א פשוט ליד

נשלח: מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:43 pm
דורך שלום בערגער
דאס איז א פשוט ליד
וואס יעדער קען פארשטיין.
די באגריפן זיינען איינפאך
און אלע ווערטער קליין.

מע ווערט צו ערשט געבוירן.
דערנאך שטארבט מען אוועק.
די רגע'ס זיינען שווערע
נאר שווערע אויך די טעג.

רעד צו מיר נאר איידל
כ'וויל ניט קיין קריטיק.
אלץ וואס איך טו איז ריכטיק.
(חתימה: אזא ניק)