בלאט 1 פון 1

צוויי פרוטות זענען געווארן גארילעס

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 2:39 am
דורך יאיר
א פרוטה איז געווארן א גארילע
נישט איינע, נאר צוויי
זיי האבן געצויגן אויפברויז פילע
יעדער אויסגעשריגן וויי

דער גארילע, שווארץ און גרויס
געוואקסן ווי עוג מלך הבשן
איינגענומען דער קאווע הויז
א רויעך גייט ווי מעלה עשן

מען רייסט זיך ארום ביי די קעפ
די גארילעס און שימפאנזיעס
מען שימפט און מען שטעכט
אונז, מענטשן, זייערע קוזינעס

ר' מענטש, האסט נישט
געוואלט א מאלפע בלייבן
ווילסט רעדן, זינגען, פילאזאפירן
און פאעמעס שרייבן

טו דיך נישט צונאר לייגן
פיר דיך נישט אויף ווי א גארילע
פון א פרעמדע פאר אויגן
ווער נישט דערשראקן, ס'איז נאר א גארילע

מעגסט שעצן א פרעמדער קולטור
קוק ארויף קריטיק נישט פארדאם עס
האב נישט מורא פון א מיינונגס פארשידנהייט
דארפסט נישט האבן קיין תרעומות

און ווען א גארילע ווייזט זיינע לאפעס
לאך דיך אויס און גיב א שמייכל ערליך
ס'גארנישט אויב דו כאפסט קלאפעס
ס'איז נאר א גארילע, נישט געפערליך

א גארילע, אזוי שווארץ און גרויס
א גארילע, ווי נאריש ווי חי'ש
א גארילע, קריגט זיך רייסט זיך
א האמא סעפיאן איז געווארן א גארילא

(אינספירירט דורך @קינד_אן_קייט)