בלאט 1 פון 1

א לאנד איז צום לעבן געמאכט

נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 10:39 pm
דורך שלום בערגער
א לאנד איז צום לעבן געמאכט

נישט אײך געהערט די ערד.
נישט אײך געהערן די מענטשן.
נישט אײך װעט דער אײבערשטער
הױך און כעסיק
אזױ גיך בענטשן.

א לאנד איז צום לעבן געמאכט
נישט צו שלמותדיקע טרױמען.
לעבן זאָל מען באשײדן, רעאל,
זיך װײניק לױבן.

א איד זײט איר? זײט באגריסט.
ברענגט א קרבן תודה.
נאָר בעסער נישט קױלען אומזיסט
אפילו בײ „זײ“ איז די מאָדע.