זעלבסטשטענדיגער קאר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

זעלבסטשטענדיגער קאר

שליחה דורך פליקער »

עס ווערט פארציילט דורך די ביביסי נייעס ארגאן, פון איינעם מר העילען, אז ער ארבייט אויף אזא פלאן.

היות מיר ווייסן שוין וואויל אז אטאמאבילן גייען זיין זעלבסט שטענדיג, עס גייט קענען אפארירן אן קיין שום מענטשליכע פירינג, עס גייט נישט דארפן האבן קיין מענטשליכע אויג וואס זאל ארים קיקן צי עס פארט אינעם ריכטיגען ריכטונג, עס קען ארים קרייזן, פארקן, זיצען אין טקעפיק, אלעס אליין.

השתא דאתית להכא, איז מר העילן ארויס געקומען מיט א פלאן, אז ער גייט פראגראמירן א קאר, וואס די קאר זאל זיין איר אייגענע בעל בית, עס זאל אויך נישט האבן קיין בעלים, וואס זאל אים אדער איר איינטיילן ווי צי גיין, און וואס צי טיען, נעמליך עס זאל אליין פארדינען געלט, און עס זאל האבן פרי פראגראמירט ווי אזוי עס זאל ציטיילן אירע פראפיטן, ווי למשל עס זאל אוועק לייגן קודם געלט פאר געז, עס זאל האבן א באדזשעט פאר אפגרעידן די פראגראם, עס וועט באצאלן פאר פראגראמירער, עס וועט קענען לויפן א חלק טאג אויף די נייע פראגראם, אויב ארבייט זיך עס אויב וועט די נייע אפגרעיד ווערן פערמענאנט.

ווען עס גייט שוין האבן אנגעזאמעלט געניג געלט אינעם קאסע, וואס גייט עס טיען, נישט קיין פראבלעים, די קאר גייט געבוירן נאך א נייע בעיבי קאר, עס וועט ארויסגעיבן א ארדער פאר די פעקטארי עס זאל בויען נאך א קאר, אויך וועלן זיך צוויי קארן קענען משדך זיין און צינעזאם געבוירן די בעיבי, ווען די נייע בעיבי קאר ווערט ארויס גערוילט, ברויך עס קודם באצאלן דעים געבוירן חוב פארן טאטע קאר, ווען עס וועט ווערן אויסגעצאלט ווערט די קאר א פאלקאמע זעלבסשטענדיגע קאר.

ראלס ווערן פראגראמירט אויב די קאר ווערט ציבראכן, אוועק לייגן געלט צי באצאלן פאר די ריפער שאפ די וועלכע גיבן זיך אפ מיט פאריכטן די וויקלעך, און אויב איז מער נישט דא קיין ארבייט אין די געיגענט ווי די קאר קרייזט ארים, איז דא די רול פון הוי גולם למקום אחר, עס וועט נעמען די וואנדער שטעקן (רעידל), און גיין למקום ווי עס אוועט יא זיין עפעס צי לייזן, אויב גייט עס אזוי שלעכט אז די קאר לויפט אויס פון געז, און קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג, איז געקימען די צייט, אז די קאר זאל אקטיווירן איר שטארבן פלאן, עס וועט זיך אינטערגעיבן פאר א סקרעפ מעטל קאמפאני עס זאל איר אימברעינגען, און באנקראפטירן די חובות.

געוויסע בערג מיז מען איבערקומען ווען מען קומט אויף מיט אזעלכע איידיע'ס, די מאראלע דילעמא וואס טייל האבן, ווען מען דילט מיט ראבאטן, ווייל מען האט מורא פון די אלע פראגראמען אז עס וועט זיך שלעכט אויפירן, און אנהייבן טיען צרות פאר די מענטשהייט, אפשר אפילו ארויס און מלחמה מיט די מענטשהייט וואס קען איר שטיין און וועיג.

אויך מיזן זיי זיך דערווייל נאר באניצן מיט די ביטקוין'ס קארענסי, ווייל אלע אנדערע געלטער זענען רעגאלירט אז עס מיז האבן א מענטשליכע בעל בית, נאר ביטקוין קען זיין זעלבסשטענדיג, וועט מען ארבייטן מיט ביטקוין'ס ביז אלע אנדערע קארענסי'ס וועלן פאלן צי די פיס פון די ראבאטישע זעלבסשטענדיגע רייכע אנגעפאשעטע קארן, וואס האלטן זיך און איין פארמערן און געבוירן נאך און נאך בעיבי קארן.

עס זאל נישט קיינער מיינען אז דער מר. העילען איז א חדר אינגל, ער איז געוועין א הויפט עקזעקעטיוו ביי גוגל'ן, און האט א מעכטיגע רעפאטאציע, ער איז נישט קיין פארלנער בעל דמיון.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר