בלאט 1 פון 2
פראקטישע און נוצליכע לינקס
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2012 10:58 pm
דורך אךשמח
דער אינטערנעט איז כמים שאין להם סוף, און ווער האט דען צייט אפירצוזוכן נייע וועבזייטלעך ווען מען קען קוים נאכקומען דאס וואס מען 'מוז' דורכגיין יעדן טאג?
איך האב זיך אנגעקליבן א צאל אינטערעסאנטע און נוצליכע זייטלעך און וועל עס שטעלן פארן עולם.
איך וויל בעטן די וואס וועלן צולייגן זייערע לינקס אז מ’זאל פרובירן צו שרייבן וואס דער לינק איז און וואס מ'זעט דערין.
Re: אינטערעסאנטע און נוצליכע לינקס
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 11:29 am
דורך אךשמח
איך וועל אנהייבן מיט א לינק וואס איך האלט איז זייער נוצליך און ווערט אפט דערמאנט אלס בעסטער זייטל צו לייגן אויפן היים בלאט
http://www.refdesk.com עס האט שטארקע הסכמות און די בעסטע איז אז עס האט א ריזן נומער פון באזוכער.
עס האט אביסל פון אלעמען, און טאקע אז עס איז זייער ליידיג פון גראפיקס און איז בכלל נישט צוציענד אבער עס פילט אן דעם חסרון מיט זיינע גוטע לינקס און גוטע סחורה וואס מען קען דארט טרעפן.
איין גרויסער חסרון איז דא און איך מוז אייך ווארענען אהינצוגיין נאר ווען איר האט גאר אסאך צייט פריי, ווייל עס איז אזוי מלא וגדוש אז מען קען דערין קריכן און קלעטערן נאן סטאפ!!
Re: אינטערעסאנטע און נוצליכע לינקס
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 12:32 pm
דורך טעמפא
פשיהא, געוואלדיג! ישר כח, אך פארן לינק צו דעם סייט. קיינמאל פריער געזען.
Re: אינטערעסאנטע און נוצליכע לינקס
נשלח: מאנטאג מערץ 12, 2012 2:22 pm
דורך אךשמח
www.readitlater.comאיז זייער א נוצליכער לינק וואס אויב זעסטו א זאך וואס דו ווילסט ליינען אבער האסט נישט קיין צייט, וועט עס אוועקלייגן דעם וועבפעידזש און וועסט עס קענען ליינען אויף סיי וועלכע מאשין, סעלפאון, קאמפיוטער וכד. ווי אויך האבן זיי עפפס אויפן ענדרויד און אייפאון. עס וועט סעיווען דעם גאנצן פעידזש און מען קען עס ליינען אויך ווען מען וועט נישט האבן קיין אינטערנעט קאנעקשאן.
Re: פראקטישע און נוצליכע לינקס
נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2012 12:41 am
דורך אךשמח
www.manilla.comא זייטל וואס מען קען אריינלייגן אלע קאמפאניס וואס מען דארף זיי באצאלן חודשליכע בילס. קיספען, קאנעדיסן, ספרינט, ווערייזאן ועוד ועוד, און ס'האלט חשבון אויף אלעם, און שיקט רעמיינדערס. מען קען עס אנשטעלן ווי מען זאל באקומען דערמאנונגען, וכו'.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 2:00 pm
דורך אךשמח
http://gethuman.com/א גוטער וועבסייט וואס וועט דיר געבן די בעסטע טעלעפאן נומער פון גאר אסאך קאמפאניס, וואס דורך רופן דעם נומער וועסטו נישט ברויכן ווארטן צופיל אויפן ליין.
אויך האט עס פילע אפציעס, צב"ש געבן זיי דיר א וועג צו אריינלייגן דיין נומער און א מענטש וועט דיר אנרופן, דערמיט פארשפארנדיג די צייט וואס דו ברויכסט ווארטן אז איינער זאל צוקומען צו דיר.
און נאך.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 10:36 pm
דורך א איד
אךשמח האט געשריבן:http://www.manilla.com
א זייטל וואס מען קען אריינלייגן אלע קאמפאניס וואס מען דארף זיי באצאלן חודשליכע בילס. קיספען, קאנעדיסן, ספרינט, ווערייזאן ועוד ועוד, און ס'האלט חשבון אויף אלעם, און שיקט רעמיינדערס. מען קען עס אנשטעלן ווי מען זאל באקומען דערמאנונגען, וכו'.
איך וואלט שטארק הנאה געהאט פון אזא זאך
ייש"כ
דאס קאסט געלט?
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 11:04 pm
דורך אךשמח
א איד האט געשריבן:אךשמח האט געשריבן:http://www.manilla.com
א זייטל וואס מען קען אריינלייגן אלע קאמפאניס וואס מען דארף זיי באצאלן חודשליכע בילס. קיספען, קאנעדיסן, ספרינט, ווערייזאן ועוד ועוד, און ס'האלט חשבון אויף אלעם, און שיקט רעמיינדערס. מען קען עס אנשטעלן ווי מען זאל באקומען דערמאנונגען, וכו'.
איך וואלט שטארק הנאה געהאט פון אזא זאך
ייש"כ
דאס קאסט געלט?
אינגאנצן בחינם.
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 3:03 pm
דורך א איד
איך האב מיר ארויפגעשריבן דערויף, און איך האב הנאה דערפון,
זיי דארפן נאך אפדעיטן זאכן דארט
ווי למשל PROVIDENT BANK האבן זיי נישט
ווי אויך עקסטשענדזש טעלעקאם האבן זיי נישט
און ארענדזש אין ראקלענד
אין איך שטעל זיך פאר אז נאך אירע ווארטן אז זיי זאלן עס אפדעיטן
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2012 3:44 pm
דורך אךשמח
Online voice to text. You need Google Chrome for it to work for now. And a mic of course.
http://www.talktyper.com
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2012 7:32 pm
דורך ידען
אך שמח
Wow
זעהט אויס גוטע סייטס.
איך דארף יעצט לייקען אלעס?
פארוואס נישט? קאסט געלט?
Ok נאך קוקען די סייט וועט מען לייקען וואס סע אינטערעסאנט.
ישר כח.
ברענג נאך.
נשלח: מאנטאג יולי 02, 2012 11:43 pm
דורך cookies
[justify]פראגראם[/justify].
נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 1:52 am
דורך טראכט
אךשמח האט געשריבן:http://gethuman.com/
א גוטער וועבסייט וואס וועט דיר געבן די בעסטע טעלעפאן נומער פון גאר אסאך קאמפאניס, וואס דורך רופן דעם נומער וועסטו נישט ברויכן ווארטן צופיל אויפן ליין.
אויך האט עס פילע אפציעס, צב"ש געבן זיי דיר א וועג צו אריינלייגן דיין נומער און א מענטש וועט דיר אנרופן, דערמיט פארשפארנדיג די צייט וואס דו ברויכסט ווארטן אז איינער זאל צוקומען צו דיר.
און נאך.
אוי ווי איך "פריי" זיך צו די לינק, עס קען מיר שפארן אסאך צייט, יאך האב עס געבאקמארקט און ארויפגעשטעלט אויבן אן, דאנקע שיין!
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 1:46 pm
דורך אברעמעל
cookies האט געשריבן:[justify]פראגראם[/justify].
וואסי דאס?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:25 pm
דורך ידען
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:20 pm
דורך מומחה
אברעמעל האט געשריבן:cookies האט געשריבן:[justify]פראגראם[/justify].
וואסי דאס?
גיב
קרעדיט פאר דער וואס האט עס געמאכט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:15 am
דורך געפילטע פיש
מומחה האט געשריבן:גיב
קרעדיט פאר דער וואס האט עס געמאכט
הייסט דו ביסט די בעל מחבר? שיין שיין.
טוט דאס עפעס אנדערש פון בליפינג קאמפיוטער'ס
Unhide?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:47 am
דורך מומחה
יא, יענץ איז געאייגענט פאר פעלער ווען די וויירוס האט באהאלטן אלע פיילס מיט א סיסטעם Attribute +s און מ'דארף טוישן די Attributes פון אלע פיילס וואס זענען באהאלטן געווארן דורך די וויירוס, משא"כ מיין פראגראם טוט טוישן די סעטינג וואס הייסט דעם קאמפיוטער צו ווייזן די באהאלטענע פיילס און עקסטענשנס, ער טוישט נישט קיין Attributes נאר די דיספלעי סעטינגס.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 8:23 pm
דורך יידל
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:00 pm
דורך אךשמח
https://www.dmachoice.orgבאקומט איר אומגעזוכטע פאסט, און איר ווילט פטור ווערן דערפון?
באזוכט דעם וועבזייטל און זיי וועלן אייך העלפן לויז ווערן פון אומגעוואונטשענע סחורה.
**************************************
http://www.nyc.gov/html/greenyc/html/home/home.shtmlא זייטל פון ניו יארק גאוו, וואס איז ענליך צום ערשטן לינק.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:33 pm
דורך אךשמח
http://www.zipwhip.com/ווער עס האט אן ענדרויד פאון און וויל טעקסטן פונעם קאמפיוטער אדער פון טאבלעט.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:37 pm
דורך אךשמח
http://stackexchange.com/שאלות ותשובות פון כל מיני זייטלעך צוזאמגענומען לפונדק אחד.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 4:41 pm
דורך sunbar
איינער דא ווייסט אפשר אביסל וועגן mint.com?