קלארע לופט װי װיין לויטער
די שמעק פון סאסנע װינקט
געטראגען מיט די אװנט װינטער
די קלאנג פון גלעקער קלינגט
א שטילער שלאף די בוים און שטיינער
אין חלומ'ל פארכאפּט
דער שטאט װאס זיצט אליין איינער
אינדערמיט א װאנט עס טאפּט
ירושלים די שטאט פון גאלד
און פון קופּער און ליכטיגקייט
פאר אלע דיינע לידער
א פידל בין איך גרייט
די װאסער גריבער טרוקן אלע
אין מארק נישט דא קיינער
אין אלט שטאט אויף דעם הר הבית
אפילו נישט איינער
אין טיפע היילן אין די פעלזן
יאמערט דארט די װינד
צום ים המלח פון יריחו
גייט קיינער נישט אצינד
ירושלים די שטאט פון גאלד
און פון קופּער און ליכטיגקייט
פאר אלע דיינע לידער
א פידל בין איך גרייט
קומענדיג צו דיר היינט זינגען
באקרוינען דיר מיט עהר
בין איך נאך קלענער פון דיין יונגסטע
די לעצטע ליד זינגער
דיין נאמען װי א קיש פון שרף
פארברענט די ליפּן גיך
ירושלים די שטאט פון גאלד
כ'קען נישט פארגעסן דיך
ירושלים די שטאט פון גאלד
און פון קופּער און ליכטיגקייט
פאר אלע דיינע לידער
א פידל בין איך גרייט
צוריקגעקערט צו די גריבער װאסער
צוריק צום מארק געשװינד
אויף הר הבית טוט א שופר שרייען
אין אלט-שטאט שוין אצינד
און אין די היילן אין די פעלזן
טויזנט זונען שיין
אויפ'ן װעג דורך יריחו
צום ים המלח גיין
ירושלים די שטאט פון גאלד
און פון קופּער און ליכטיגקייט
פאר אלע דיינע לידער
א פידל בין איך גרייט
ירושלים מיין שטאט פון גאלד
- נופת צופים
- ידיד ותיק
- הודעות: 737
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
- געפינט זיך: וואו נישט
- האט שוין געלייקט: 604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 644 מאל
דער אשכול פארמאגט 25 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן