בלאט 1 פון 1
זכרונות פון די בראשית צייטן אין קאווע שטיבעל
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 8:21 pm
דורך [NAMELESS]
היינט צייכענט מען אפ דריי יאר זייט קאווע שטיבעל האט זיך געגרינדעט!! פאר די וואס זענען אנגעקימען נאך אין די ערשטע שטיק צייט איז עס א ספעשעל גרויסע שמחה אז מ'איז אנגעקימען צו דעם נאמבער. די אלע וואס זענען דא נאך זייט די ערשטע יאר פון קאווע שטיבעל זענען מכובד מיטצוטיילען זכרונות.
אין יענע צייטן האט מען נאך געמיינט אז קאווע שטיבעל איז עפעס אזא זשאוק וואס וועט זיך שנעל ענדיגען. ס'איז געווען דעמאלטס נאר היידפארק ווי מ'האט נישט געקענט שרייבן א גראד ווארט און אייוועלט ווי מ'האט טעריריזירט אויף טריט און שריט וכו' מיט אלע אנדערע איבלען עד היום. קיינער האט נישט גע'חלום'ט אז ס'קען זיין א מציאות פון א עהרליכע אפענע סייט וואס איז קעגן באשמיצן פריוואטע מענטשען, קעגן שמוציגע זאכן, און דאך אן קיין צעדרייטע קאנטראל און "איך בין פרומער סינדראם".
די הנהלה האט אונז געהאלטען אין איין סערפרייזן מיט פרישע בייפעלער, לייקס, מאחורי, און נאך און נאך. און צוביסלעך איז די חלום און די זשאוק געווארן א פאקט. נאך אפאר חדשים איז שוין נישט געוען א ספק אז קאווע שטיבעל איז הער טא סטעי ... (אוי חוץ ווען ס'איז געווען די גרויסע קראך. ווען איז עס נאר געווען?)
אבער קיינער האט נישט גע'חלום'ט פון דריי יאר און א פערטעל מיליאן תגובות!!
בעט מען רבותם מיטצוטיילן זכרונות פון די בראשית צייטן
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 8:40 pm
דורך אפטעמיסט
דער אשכול פיהלט ווי די אינטערוויואס מיט די מלחמה געליטענע.
פון וועלכער קראך רעדט מען?
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 8:51 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 9:07 pm
דורך טאמבל סאס
און איך האב געמיינט אז יעדער וועט זיך האלטן זיין ניק לאורך ימים ושנים..

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 9:43 pm
דורך שמעקעדיג
י.מ. סופר גרייט שוין צו אין די ארסענאלן די ארטיקלען 'די בראשית יארן פון קאווע שטיבל' וועלכע וועט לויפן אין די צייטונג יעדע וואך. לכה"פ 600 פארזעצונגען געפלאנט לעת עתה. בעיקר באציהט ער זיך אויף אונזער בעל עגלה זכותו יגון על דויטש.
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 9:56 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:י.מ. סופר גרייט שוין צו אין די ארסענאלן די ארטיקלען 'די בראשית יארן פון קאווע שטיבל' וועלכע וועט לויפן אין די צייטונג יעדע וואך. לכה"פ 600 פארזעצונגען געפלאנט לעת עתה. בעיקר באציהט ער זיך אויף אונזער בעל עגלה זכותו יגון על דויטש.
שמעקעדיג: איך האב געוואוסט אז דו קענסט נישט אדורך לאזן א געלעגנהייט וואו מ'רעדט פון די בראשית יארן, צו רעדן פון הרב י.מ. סופר און בערל בעל עגלה...
לכבודו קען איך אראפברענגען נאך א פאר פון זיינע זיסע לשונות....למשל..."און ער האט זיך אייביג מתמרמר געווען"..."און ער האט זיך שטארק געפלאגט"..."כמים קרים על נפש עייפה"..."ברכיים אשר לא כרעו לבעל הציוני"...
און עטליכע לשונות פון הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו:.."ווילקירליכע פאלמעסונגען"..."און דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרייליכע געמיטער"...!
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:04 pm
דורך גדעון
יאפ, מיר געדענקן. איך בין געווען פון די סאמע ערשטע ניקס דא.
גוטע צייטן געווען דעמאלטס, איך האב געהאט אסאך צייט צו פירן דער מערכה קעגן דער שטערן... ווער געדענקט?
נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 10:52 pm
דורך שמעקעדיג
איך הייב אויף די האנט. ווען גייסטו האבן נאך צייט?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 11:23 pm
דורך געפילטע פיש
יאנקל, גדעון, דבילה, סטארבאקס, רואיק, שרגא, שלמה דיין, חבל על דאבדין ולא משתכחין.
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:35 am
דורך berlbalaguleh
גדעון האט געשריבן:יאפ, מיר געדענקן. איך בין געווען פון די סאמע ערשטע ניקס דא.
גוטע צייטן געווען דעמאלטס, איך האב געהאט אסאך צייט צו פירן דער מערכה קעגן דער שטערן... ווער געדענקט?
גדעון....און וואס איז געווארן...?....

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:36 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:יאנקל, גדעון, דבילה, סטארבאקס, רואיק, שרגא, שלמה דיין, חבל על דאבדין ולא משתכחין.
אפשר זענען זיי מגולגל געווארן אין די סאך נייע ניקס, וועלכע זענען לעצטנס צו געקומען, לאורך ימים ונשים...

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 11:52 am
דורך געפילטע פיש
berlbalaguleh האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:יאנקל, גדעון, דבילה, סטארבאקס, רואיק, שרגא, שלמה דיין, חבל על דאבדין ולא משתכחין.
אפשר זענען זיי מגולגל געווארן אין די סאך נייע ניקס, וועלכע זענען לעצטנס צו געקומען, לאורך ימים ונשים...

אורך נשים אדער אורח כנשים?
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:50 pm
דורך לעיקוואד
האבן מיר זיך דערלעבט, עס איז שוין דא זכרונות פון די זקני קאווע שטיבל, פון די גאלדענע בראשית יארן, וואס מ'האט זיך געמוטשעט מיט מנין, ווער האט גע'חלומ'ט עס וועט אמאל אזוי בליען אמאל די מוסדות, ממש מ'זעהט אפען די יד ההשגחה, ווי לא תשכח מפי זרעו, די היינטיגע יונגווארג נעמט דאס פאר גרענטעד מען דארף זיי מחנך זיין אפגעבן א שבח והודאה, לאמיר טאקע זינגען חסדי השם כי לא תמנו...
עניוועיס, א פרייליכע אפשערן קאווע שטיבל, לאמיר האפן וועסט בלייבען מיט די קאפל און ציצית וואס מ'טוהט דיר היינט אן, אז די אלע יגיעות און תפילות פון די הייליגע זיידעס זאל נישט זיין לריק, און זאלן מיר דערלעבן משיח'ן בקרוב פאר קאווע שטיבל וועט ארנסט אויסקוקען ווי די אלטע אידען וואס פארציילען אין מיאמי פון די בראשית יארן . און נישט פארגעסן, א מפלה פאר די שונאים, ייראו שונאי וייבושו.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 11:12 pm
דורך קרעקער
נישט קיין ספק אז קאווע שטיבעל האט געטוישט די חסידישע געזעלשאפט אין נוא יארק
סהאט ארויסגעברענגט די אמתדיקע פרצוף פון רבנים ועסקנים
סרידערט וועגען עוולות וואס ווערט געטוהן קעגען יחידים
אסאך יודען האבען הנאה פון דעם
אשרי לו פון די באלבוס פון קאווע שטיבעל