בלאט 1 פון 2

בילדער - אין די וועלט פון וויסנשאפט

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:36 pm
דורך יידל
דער אשכול איז מיוחד פאר צייטליכע בילדער אין די וועלט פון וויסנשאפט, נאטור און טעכנעלאגיע.

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:38 pm
דורך יידל
פאריגע וואך איז פארגעקומען א אסטראנאמישע פאסירונג וועלכע קיינער וואס לעבט היינט וועט ווארשיינליך מער קיינמאל נישט בייוואוינען, און דאס איז די טראנזיציע פון ווענוס (נוגה) איבער די זון. אט איז א בילד צוזאם געשטעלט פון אפאר בילדער:
בילד

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:39 pm
דורך יידל
נאך א בילד פון דעם טראנזיט, געכאפט אין צפון דעקאטא, אמעריקע:
בילד

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:47 pm
דורך יידל
בילד
די בילד קומט פון נאסא'ס "שפיצער" טעלעסקאופ, און לויט נאסא איז דאס איינע פון די ערשטע זאכן וועלכע זענען באשאפען געווארן ביים מאמענט פון בריאת העולם ווען דער רבוש"ע האט געזאגט ויהי אור.

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:50 pm
דורך יידל
בילד
א גאר געפערליכע היסטארישע שטורעם איז באפאלען א שטעטל אין טעקסאס פארגאנגענע וואך.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 12:21 am
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:פאריגע וואך איז פארגעקומען א אסטראנאמישע פאסירונג וועלכע קיינער וואס לעבט היינט וועט ווארשיינליך מער קיינמאל נישט בייוואוינען

קיינער? היינט איז דא גענוג מענטשען וואס לעבען איבער די הונדערט און פינעף, נאך דערצו אז די לייף עקפעקטענסי האלט זיך אין איין ארויף רוקן, ווער ווייסט ווי לאנג מ'וועט לעבן הונדערט יאר פון היינט.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 12:48 am
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:פאריגע וואך איז פארגעקומען א אסטראנאמישע פאסירונג וועלכע קיינער וואס לעבט היינט וועט ווארשיינליך מער קיינמאל נישט בייוואוינען

קיינער? היינט איז דא גענוג מענטשען וואס לעבען איבער די הונדערט און פינעף, נאך דערצו אז די לייף עקפעקטענסי האלט זיך אין איין ארויף רוקן, ווער ווייסט ווי לאנג מ'וועט לעבן הונדערט יאר פון היינט.

גערעכט. איך וואלט ווען געדארפט שרייבן "קיינער וואס האט עס בייגעוואוינט דאס מאל".

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 10:12 pm
דורך משולם שטיינפעלד
יידל האט געשריבן:בילד
די בילד קומט פון נאסא'ס "שפיצער" טעלעסקאופ, און לויט נאסא איז דאס איינע פון די ערשטע זאכן וועלכע זענען באשאפען געווארן ביים מאמענט פון בריאת העולם ווען דער רבוש"ע האט געזאגט ויהי אור.


דאס איז א פאקטישע בילד אדער בלויז אן אילוסטראציע?

וואו איז דא מער אינפארמאציע איבער דעם בילד?

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 10:44 pm
דורך ניו יארק
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:פאריגע וואך איז פארגעקומען א אסטראנאמישע פאסירונג וועלכע קיינער וואס לעבט היינט וועט ווארשיינליך מער קיינמאל נישט בייוואוינען

קיינער? היינט איז דא גענוג מענטשען וואס לעבען איבער די הונדערט און פינעף, נאך דערצו אז די לייף עקפעקטענסי האלט זיך אין איין ארויף רוקן, ווער ווייסט ווי לאנג מ'וועט לעבן הונדערט יאר פון היינט.

מיט אינפלעטשעין.... אפשר ביז די 150 :lol:

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 12:22 am
דורך יידל
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:בילד
די בילד קומט פון נאסא'ס "שפיצער" טעלעסקאופ, און לויט נאסא איז דאס איינע פון די ערשטע זאכן וועלכע זענען באשאפען געווארן ביים מאמענט פון בריאת העולם ווען דער רבוש"ע האט געזאגט ויהי אור.


דאס איז א פאקטישע בילד אדער בלויז אן אילוסטראציע?

וואו איז דא מער אינפארמאציע איבער דעם בילד?

זע דא.

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 12:28 am
דורך געפילטע פיש
אזוי גייט אויסזעהן די הימל ווען אונזער מילכיגער וועג גאלאקסי מערדשד מיט אנדראמעדא אום 4 ביליאן יאר.
בילד

נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 9:52 am
דורך יידל
די בילד פונעם מוח, געכאפט געווארן בשעת אן אפעראציע, האט געוואונען א פארמעסט פון די שענסטע מעדעצינישע בילדער פון יאר 2012.
בילד

נשלח: מוצ"ש יוני 30, 2012 11:25 pm
דורך יידל
א בילד פון די קאלאראדא ווילד-פייערן, געכאפט פון ספעיס
בילד

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 9:28 am
דורך יידל
נאסא'ס לענד ראווער אויף מארס האט אהיימגעשיקט א פאסט קארטל מיט א שיינעם בילד פון קעמפ...
opportunity-rover-pancam.jpg

קליק צו זען א פול סייז בילד

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 9:52 am
דורך יידל
אן אקטיווע "זון-ספאט" וועלכע ווערט אנגערופן "אקטיווע ראיאן 1515" האט זיך לעצטנס צופלאקערט אין האלט אין איין ארויסגעבן מעכטיגע פלאמען. נעכטן האט נאסא באוויזן צו כאפן א בילד פון איין אזא אויפלאקערונג:

בילד

נשלח: מוצ"ש יולי 07, 2012 10:37 pm
דורך זר זהב
נייע קלארע בילדער פון מארס
http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... Rover.html

נשלח: מוצ"ש יולי 07, 2012 10:39 pm
דורך לאדיך אפ
זר זהב האט געשריבן:נייע קלארע בילדער פון מארס


:like :like

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:20 pm
דורך יידל
די נעכטיגע שטורם אין ניו יארק, איז געווען וואס רופט זיך א "רעגן שעפט שטורם". דאס געשעט ווען א רעגן קומט פון געציילטע וואלקענעס און איז קאנצעטרירט אויף א קליינעם פלאץ. די בילד איז געכאפט געווארן פון אן עראפלאן.
בילד

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:35 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:די נעכטיגע שטורם אין ניו יארק, איז געווען וואס רופט זיך א "רעגן שעפט שטורם". דאס געשעט ווען א רעגן קומט פון געציילטע וואלקענעס און איז קאנצעטרירט אויף א קליינעם פלאץ. די בילד איז געכאפט געווארן פון אן עראפלאן.

אמר הקב"ה אני הוא שהבחנתי בין טפה לטפה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 9:30 pm
דורך יידל
א מעלעריי פון די קוריאסיטי ראווער אויף מארס
בילד

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2012 11:17 pm
דורך יידל
די פאנאראמיק 360 דעגרי בילד וואס נאסא'ס קוריאסיטי ראווער האט געשיקט פאריגע וואך:
בילד

סאלאר שטורעם אויף די זון פאריגע וואך:
בילד

א בילד פון א גאר זעלטענעם ערשיינונג, א טווין רעגנבויגן (צוויי רעגנבויגנס וואס קומען ארויס פון איין רעגנבויגן) געכאפט געווארן פאריגע וואך:
בילד

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:56 pm
דורך יידל
א פארבייפליענדע נאסא טעלעסקאופ האט געכאפט א בילד פון קוריאסיטי.
בילד

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:57 pm
דורך זר זהב
וואס זעהט מען דא? זאמד?

וואו איז קוריאסיטי?