בלאט 1 פון 2

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:26 pm
דורך טאמבל סאס
פאר די זעלבע סיבה זענען אויך די מאדערן ארטאדאקסן "יא נארמאל"?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:35 pm
דורך יואב
דער בעסטער מהלך איינצושפאנען מעסיגע מוסלומענער, איז לכאורה אויב אמעריקע יאגט אפ פון דאנען, וכשיטת ראן פאול וחבריו.
מ'האקט דאך פון זיי קעפ. אזא סאודיע אראביע, איראן און נאך לענדער האבן א גענוג שטארקער ארמיי צו צעשטויסן אייסיס. נאר אז אמעריקע טוט דאס, פארוואס זאלן זיי דאס טאן. די מוסלומענער מוזן האבן א ברודער-קריג, און זאלן זיי דאס טאקע טאן.

אמעריקע מוז האפן פאר "זייער" קאאפאראציע? כאילו אויב אייסיס אטאקירט אמעריקע וועט אמעריקע זיך בעטן ביי איראן פאר הילף. זיי, וועלכע זענען אין געפאר, זאלן האפן אויף דער הילף פון אמעריקע.

דאס איז כלפי דיין סברה פון קאאפאראציע, נישט צו עצם נאמען מיט זיינע ידות און כינויים.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:56 pm
דורך פליקער
איך גלייב אז דאס איז א טאקטיק פונעם פרעזידענט, ער שטעלט אן א לעקיש פנים, ווי לא ידע אם קם, אבער מען הערט גריסן אז ער מארדערט אויס די אייסעס חברה ווי ס'ברויך צו זיין, ווען בוש האט אויסגעריפן יעדע מערדעריי יעדע שריט האט דאס נאר דעברעינגט בייז בליט, ווי די פראטעסטן, אקיופיי וואל סטריט ועוד, ער וויל נישט מאכן דעים טעות טוט מען עס בהסתרה, און ווי די רבי האט שוין דערויף מגיב געווין אינעם ניגון.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:57 pm
דורך chusid
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:יעדער איז אויף מיט די דעבאטע פארוואס אבאמא וויל נישט מודה זיין אז די טעראר פון אל-קאידא, אייסיס וכו', פארמאגט א שם הכולל "איסלאמישער טעראר". איך פארשטיי די סברא פון די משמאילים וואס מאכן חוזק פון דעם פרעזידענט: רוף אן דעם קינד ביים נאמען! מאך דיך נישט בלינד צו דעם מציאות. עס איז א פאקט אז די אלע טעראריסטן באקומען זייער יניקה פון זייער איסלאמישער רעליגיע, קען מען זיך נישט פארהוילן פון דעם מציאות אז דאס איז איסלאמישער טעראר. די טענה גייט נאך ווייטער אז אבאמא קען פשוט נישט זען דעם פאקט, און מאכט זיך בכוונה בלינד.
אבאמא'ס טענה איז אבער אז עס איז נישט איסלאמישער טעראר ווייל איסלאם ווערט נישט אזוי פראקטיצירט. די טעראריסטן גנב'ענען דעם נאמען פון איסלאם פאר זייערע אינטערעסן, און מיר טארן נישט אריינפאלן אין זייער נעץ זיי צו רופן ווי אזוי זיי ווילן זיך רופן. אבאמא טענה'ט, דו רופסט דיך "איסלאמיק סטעיט"? ביסט גארנישט איסלאמיק.
איך מיין אבער אז דער אמת איז נישט דאס און נישט דאס. יעדער איז מודה אז מיליאנען מוסולמענער זענען מער-ווייניגער פרידליכע מענטשן. כמעט יעדער איז מודה אז רוב מוסולמענער זענען קעגן טעראר. אפילו אויב עס זאל זיין אמת אז די טעראריסטן זענען "איסלאמישע טעראריסטן" איז נאך אלץ נישט פראקטיש זיי אזוי אנצורופן, ווייל עס איז זייער אומבאקוועם פאר רוב מוסולמענער פון די וועלט דאס צו הערן. איי פארוואס דארפן מיר זיך רעכענען מיט אלע מוסולמענער'ס אומבאקוועמליכקייט? איז דער תירוץ אז עס איז קריטיש זיי צו האבן אויף אונזער זייט. מיט'ן ארויסלאזן איסלאם פון דעם בילד מאכט מען אסאך גרינגער פאר מוסולמענער זיך צו אידענטיפיצירן מיט דעם קאמף קעגן טעראר.
אויב ווילסטו נישט אז אמעריקע זאל זיך אריינמישן אין יעדן אינטערנאציאנאלן קאמף קעגן טעראר און פארלירן אייגענע סאלדאטן, דארף מען מאכן די לאקאלע מוסולמענער לענדער שפירן באקוועם אנטייל צו נעמען אין דעם קריג, און זאלן זיי זיך ספראווען מיט די לאקאלע פראבלעמען. אויב זאגט אמעריקע כסדר קלאר אז זי קוקט אן איסלאם ווי א פרידליכע רעליגיע, וועט זיין אסאך גרינגער צו עררייכן אזא קאאפעראציע.

דיין סברא איז גאנץ פשוט און יעדער בר דעת קען פארשטיין אז דאס איז א סטראטעגישער שריט, איז וואס איז פשט פון די עקסטרעמע איגנאראנץ פון די ריפאבליקאנע ווען זיי קוויטשען כאילו מ'רעדט מיט א קליין קינד איז מען איז'ם מסביר פשוטע לאגיק ??

Ben Shapiro: The Myth of the Tiny Radical Muslim Minority

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 10:26 am
דורך סימפל

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 11:02 am
דורך יואליש
סימפל האט געשריבן:http://youtu.be/g7TAAw3oQvg


בען שפירא אדרעסירט נישט "איסלאמישע טעראר". ער פרובירט צו צייגן אז רוב מוסלעמענער זענען "ראדיקאל." די ווערטער שפיל איז זייער וויכטיג. ווער איז אריינגערעכענט אין בען'ס דעפענישאן פון א ראדיקאל?

איינער וואס וויל זיין לאנד זאל ווערן געפירט ע"פ הלכות איסלאם
איינער וואס האלט אז מסירות נפש אין מלחמה קען זיין אמאל אן אויסגעהאלטענע מיטל
איינער וואס האלט אז מיתת בי"ד פאר א זונה איז צומאל אויסגעהאלטן
איינער וואס איז נישט זיכער אויב בין לאדין'ס קאמפ איז קלאר אומאויסגעהאלטן

בען שפירא אלס אן ארטאדאקסישע איד וואס דאווענט דריי מאל א טאג השיבה שופטינו כבראשונה איז לויט די דעפענישן א ראדיקאל זשאו. איך פארשטיי אז בען האט היסברים, אבער אפשר האט די מוסלעמער אויך היסברים, פונדעסטוועגן בויט ער א תורה אויף קורצע אנטקעטע פראגעס וואס ערלויבט נישט פאר היסברים.

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 11:17 am
דורך ישראל קאפקע
זיינע טרוקענע ציפערן זענען אויך פיק ענד טשוז, גענומען ווען די ענטפערס זענען געווען דאס מערסטע עקסטרעם (צום ביישפיל גלייך נאך די איראקער אינוואזיע, אדער ביי די הויכפונקט פון די סעקטעריען שלאכטן אין איראק) און נישט פון איין אנקעטע אדער איין צייט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 11:33 am
דורך קינד_אן_קייט
מענין לענין באותו ענין, קומט דאס פאר אביסל מאדנע אז בשעת וואס רוב וועלט (בעיקר די מידיא) רופט אן אייסיס בשם ISIS, האלט זיך אבאמא ביי זיינ'ס און רופט זיי אן ISIL.

ווארשיינליך, האט אבאמא רעכט, ס'איז אבער פארט טשיקאווע.

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:28 pm
דורך פלאוויוס
די טענה פון די רעפובליקאנער קעגן אבאמא'ס סטראטעגיע איז, אז כאטש מ'דארף טאקע נישט איינוויקלען אלע מוסולמענער אינעם ליילעך, דארף מען פארט אנערקענען אז ס'איז אן איסלאמישער ענין, וויבאלד דער צוגאנג צו א לעזונג איז געוואנדן אינעם אנאליז.

צו נעמען א ביישפיל: אויב אנערקענט מען נישט אז ס'האט מיט א ראדיקאליזאציע פון א ספעציפישער רעליגיע (אין דעם פאל איסלאם), מוז מען דאך אויסזוכן אנדערע סיבות צו דעם טעראר. דא מוז מען בעל-כרחו אריינקוועטשן דעם פסיכאלאגישן הסבר אז "עקאנאמישע און סאציאלע פראבלעמען" דערפירן צו טעראר. אויב איז דער לעצטער הסבר ריכטיג, קומט אויס אז מ'דארף זיך פארלייגן צו פארבעסערן דעם סאציאל-עקאנאמישן מצב אין די אראבישע און מוסולמענישע מדינות.

דא טענה'ן אבער די געגנער פון אבאמא, אז די ציפערן ווייזן אז אייסיס שליסט אן מענטשן פון אלע שיכטן אין דער געזעלשאפט, אפגעזען פון רייכקייט, ארעמקייט, אדער סאציאלער שטאנדפונקט. בכן טענה'ן זיי, איז נישט יושר צו באציען דעם שורש פונעם פראבלעם צו עפעס וואס איז נישט ריכטיג, און מ'וואלט יא געדארפט אנערקענען אז ס'איז א פראבלעם פון ראדיקאלער איסלאם (כאטש מ'דארף אנערקענען אז דאס איז נישט איסלאם ווי א כלל). רעפובליקאנער ווייזן אן אז דער פרעזידענט פון מצרים, אליין א מוסולמענער, האט יא אנגערופן דעם פראבלעם ביים נאמען, אויסרופנדיג אז איסלאם דארף דורכגיין א רעפארמאציע, כדי "זי זאל נישט פראדוצירן" מער אזעלכע ראדיקאלן. מ'קען זיך דינגען מיט דער פארמולע פונעם עגיפטישן פרעזידענט, אבער עפעס לאגיק איז מסתמא דא אין דעם.

די געגנער פון אבאמא ווייזן אן אז פרעדינט א-סיסי פון עגיפטן האט, נאכ'ן אנאליזירן דעם פראבלעם, באשלאסן צו באקעמפן די צרה דורכ'ן אריינברענגען שינויים אין דעם קאריקולום אין די שולעס. אט דאס איז א פאסיגע לעזונג צום פראבלעם "נאר אויב מ'איז מסכים אז ס'האט צוטון מיט רעליגיעזע אינדאקטרינאציע", אבער כל זמן מ'אנערקענט דאס נישט, וועט מען בכלל נישט צולייגן קאפ צו פאסיגע לעזונגען, נאר מ'וועט זיין פארנומען מיט פאלשע לעזונגען.

צום ביישפיל, אויב וואלט אבאמא אנערקענט אז ס'איז א פראבלעם מיט איסלאם, בכל אופן שהוא, מיט וועלכן נאמען מ'זאל עס נישט וועלן געבן, וואלט ער אפשר אויפגעשטעלט אדער געשטיצט א קערפערשאפט פון איסלאמישע טעאלאגן וואס זאלן באקעמפן די ראדיקאלע אידעען. ער וואלט אויך געקענט באצאלן פאר אזעלכע טעאלאגן וואס זאלן זיצן אויף דער סאציאלער מידיא און צוריקשלאגן זיך קעגן אלע "פארפירערישע" דעות אין איסלאם, וואס מאכן נאר שאדן פאר'ן איסלאם. ווילאנג אבער אבאמא איז נישט גרייט צו אנערקענען דאס אלעס, וועט מען קיינמאל נישט פארן אין דער ריכטונג.

איך אליין קען נישט געהעריג מכריע זיין בין ההרים הגדולים, אבער איך זע כאטש זייער א שטארקער ארגומענט קעגן אבאמא'ס צוגאנג.

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:31 pm
דורך יאיר
בכלל איז גאר מאדנע אז א כלומר'שטער קריסט און ווארשיינליכער אטעאיסט זאגט דעות איבער ווער עס איז יא אדער נישט א מוסלעמענער.

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:33 pm
דורך קינד_אן_קייט
[tag]פלאוויוס[/tag], ס'איז קלאר נישטא קיין איינצעלנער אורזאך אדער לעזונג, אבער אויב ברויך מען אנטשיידן איינס פון די צוויי אלץ איבערוועגנד איז לכאורה דא שטערקערע נייטונגען צו אבאמא'ס מהלך (סאציאל/עקענאמיש, אאו"ו).

קודם, איז דער יסוד פון "וישמן ישרורון ויבעט" א מענטשליכער פענעמענאן, אפגעזעהן פון ראסע. און אז מ'קוקט אויף די היסטאריע פון איסלאמישע ראדיקליזם (אדער ראדיקליזם אין אלגעמיין), איז איבערצייגנד וויאזוי עס שפרודלט דוקא אין באפעלקערונג'ן ווי ארימקייט און קיין לעבנ'ס האפענונג הערשן בערבוביא.

ס'איז אויך עטוואס מער פראקטיש אין טעאריע צו לייזן, זינט אינפילטרירן אן עקזיסטירענדע רעליגיע מיט'ן פרואוו איר צו מאדערניזירן שאפט געווענליך דאס פארקערטע (א שטייגער ווי אין אונזערע רייען איז א חוכא וטלולא ווען דרויסענדיגע פרובירן פארצושלאגן מען זאל אדאפטירן יסודי התורה צום היינטיגן שטייגער).

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:37 pm
דורך הקטן
די מהלך וואו אזוי אייסיס ריקראט איז דארך איסלאם. קימט אבמא און זאגט הייבט זיך נישט אן, איך זעה נישט דא קיין איסלאם, דאס איז איינפאכע טערעריסטען.
די נערישקייט דערפין איז אז דער וואס ווערט ריקראטעט צי אייסיס ווייסט זייער גיט וואס דער אמת איז אין די קינדירישע סעמענטעקס מאכט בכלל נישט אויס

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:43 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז אלעס שיינע פשעטליך אבער א פרעזידענט קען נישט שפילן געימ'ס. ער דארף זעהן די קלארע פאקטען. נאר אזוי קען מען מלחמה האלטען מיט די שונא. די שונא איז איסלאם!!

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:51 pm
דורך קינד_אן_קייט
איסלאם איז א רעליגיע, זי קען קיין שונא נישט זיין און מען מען קען איר אויך נישט קיין קאפ קערצער מאכן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:14 pm
דורך chusid
פלאוויס, איך קום יעצט פון מקוה און איך זע ווי ממש יעדער היימישער מיט ר"ת גאקעס..פארשטייט די פשוטע לאגיק וואס דער טיפש אבאמא קען נישט כאפן אפילו נאך פופציג מאל מסביר זיין....
מיין פוינט איז אז אבאמא און די סטעיט דיפארטמענט פארשטייען פונקטליך וואס יעדער ריפאבליקאנער פארשטייט אזוי קלאר ווי טאג, וואס דען עס איז א סטראטעגישער שריט און אויב ווילסטו דיך מחילוק זיין דארפסטו אנהייבן פון ווי ער האלט נישט כאילו ער כאפט עפעס נישט וואס די ראדני יודן פארשטייען. ...

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:27 pm
דורך הקטן
איזי איזי, ס'דא געניג ריפאבליקאנער (און אוך דעמעקראטן) וואס טראגן נישט קיין ר"ת גאקעס אין כאפן נישט וואס די כאפסט

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:34 pm
דורך לעיקוואד
עפעס דערמאן איך זיך אלץ אין דער ארטיקל
http://www.newyorker.com/humor/borowitz ... ing-stupid

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:44 pm
דורך פישלע העררינג
לעיקוואד האט געשריבן:עפעס דערמאן איך זיך אלץ אין דער ארטיקל
http://www.newyorker.com/humor/borowitz ... ing-stupid

א שיינע תורה... במציאות, נאכ'ן "טראכטען" אזוי לאנג, האט זיך ארויסגעשטעלט אז אבאמא האט טאקע יא ריספאנדעט "סטופיד" צו ליביע, סיריע, מצרים, און נאך. א האלבע וועלט איז איבערגענומען געווארן דורך ראדיקאלען צוליב זיין עקשנות און אומקאמפיטענץ.

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 3:51 pm
דורך איחוד פעלד
העי, אונז האבען נישט קיין געלט זיך אליין צו סאפארטען, לאז געמאכט פירען מלחמות אין יעדעס אראבישע מדינה און פראבירען אריין שטעלען א פעלערהאפטיגע דעאמקראטיע ווי אין איראק.

לאז זיי זיך אויסהרג'נן און טאמער די מאכט גייט אריבער צו אייסיס טו בעד, וועט מען זיי באמבאדירען פין אויבן. גענוג סאלדאטען געהרג'ט אויף די מלחמות. אונז זענען פשוט נישט אומשטאנד. די אראבער ווייסען נישט וויאזוי צו האלטען דעמאקראטיע.

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 4:02 pm
דורך פישלע העררינג
איחוד פעלד האט געשריבן:העי, אונז האבען נישט קיין געלט זיך אליין צו סאפארטען, לאז געמאכט פירען מלחמות אין יעדעס אראבישע מדינה און פראבירען אריין שטעלען א פעלערהאפטיגע דעאמקראטיע ווי אין איראק.

לאז זיי זיך אויסהרג'נן און טאמער די מאכט גייט אריבער צו אייסיס טו בעד, וועט מען זיי באמבאדירען פין אויבן. גענוג סאלדאטען געהרג'ט אויף די מלחמות. אונז זענען פשוט נישט אומשטאנד. די אראבער ווייסען נישט וויאזוי צו האלטען דעמאקראטיע.

הא ניחא ווען ער מישט זיך טאקע נישט. דעמאקראטיע ארבעט נישט אין די איסלאמישע לענדער, אבער קאדאפי ארבעט גוט פאר זיי. מובאראק ארבעט גוט פאר זיי. אסאד ארבעט גוט פאר זיי. איז אבאמא גענומען און די ערשטער צוויי פארטריבען פון די מאכט און איבערגעלאזט א חלל וואס די ראדיקאלען האבן ממלא געווען, נאר אסאד לאזט זיך דערווייל נישט פון אבאמא'ס מאניפיולעישאנס.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:09 pm
דורך petergrifin
שוין, איך װעל מוזען זײן דער טראלל און זאגן ״Its Bush's fault"."
:D

נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 11:18 pm
דורך קרעקער
אבאמא איז נישט קיין טיפש דעס איז כולי עלמא מודי
עפעס וויל ער דא
איך גלייב נישט אז ער שטיצט מוסלעמס

קאנסערוואטיווער העלד--דער 12 יעריגער חכם האלט ווי זשוליאני

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 3:32 pm
דורך chusid
1.2 מיליאן זע'ערס!!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yUtirCf-RfU[/youtube]