בלאט 1 פון 1
אינטערסאנטע פאקטן
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:43 pm
דורך [NAMELESS]
האסטו געוויסט אז ?
1) 7.000 קינדער פאלן ארויס א יעדן טאג פון סקול..דאס מיינט א יעדע 26 סעקונדעס נאך א קינד !! ( איי ווי פיל נשמות (אין גופים) פאלן ארויס , א פחד...
2) אז ביי די דעפרעשן 1929 איז די אנעמפלוימענט רעיט געוועזן ביי 25% , אין ביי די אפריקען אמעריקענס ביי גאנצע 90% !!!
3) אז אין עוורידזש גייט 12 ניי געבוירן בעיביס א טאג בטעות אריבער צו די נישט ריכטיגע עלטערן !!!
4) דער סאנדעל סייז פונעם "סטעטשו אף ליבערטי" איז סייז נומבער 879 !!!
5) עס זענען דא מער פויליש רעדנדע אין שיקאגא , ווי אין עני שטאט אין פוילן (אחוץ ווארשע )
6) מער ווי 90%מוסלמענער וואס זענען געהרגט געווארן אין די מיטל מזרח פון יאר 1948 זענען געווען דורך מוסלמענער.. נאר 0.3% איז געווען דורך מדינת ישראל..(קוקט אויס ווי דער בלאט האט נישט די ריכטיגע נומבערס...)
7) די צווייט גרעסטע רעליגיע אין 20 סטעיטס איז איסלאם , אין אין 14 סטעיטס איז עס אידישקייט ,
8) ביז יאר 1796 איז געווען א סטעיט מיטן נאמען פרענקלין , אין היינט הייסט עס טענעסי ,
9) אז רוב קארס פייפן אויפן F Kay ,
10) אז מער ווי 133 מיליון אמעריקאנע זענען איבערוואגיק ,דאס קימט אויס צו 64% אדאלטס ,
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 9:25 pm
דורך כוכב
זייער אינטערסאנט, שרייב נאך.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 11:28 pm
דורך [NAMELESS]
11) אז עס איז פארהאן מער אטאמען אין א איינציג גלעזעל וואסער ווי גלעזלעך וואסער אין אלע אקאענען צוזאמען
12)אז א פאפיר איינגעקנייטשט 42 מאל וועט דעגרייכען פון דער ערד ביז די לבנה,
13)דורכאויס זיבען יאר טוישט זיך יעדע פארטיקל פונעם מענטשליכע גוף, נאך זיבן יאר איז מען באמת א נייע מענטש,
14)אז די גאנצע מענטשליכע פאפאלאציע היינט אויף דער וועלט, פיט אריין אין א קיוביק מייל,
15)אז אויב קוועטשט מען צוזאם אלע אטאמען פון פלענעט ערד אן קיין ליידיג ספעיס אינדערמיט וועט דאס גאנצע מעשה הכל מכל כל זיין די סייז פון א בעיסבאל,
16) אז עס נעמט פאר א פאטאן (ליכט) 200,000 יאר ארויסצוקימען פון דער זונ'ס אינעווייניגסטע צענטער ביז אינדרויסען, דערנאך נאך אכט מיניט צו געגרייכן אונזער וועלטעל,
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:07 am
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע: #17)...אז ווען א מענטש טרינקט א גלעזל בראנפן ווערט ער אן אנדערער מענטש...און דער, אנדערער מענטש דארף טרונקען נאך א גלעזל בראנפן....

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 12:24 am
דורך petergrifin
@ײן שרף – בערל׳ס לעצטיגע תגובה איז א גוטע אינטערשריפט..
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:01 am
דורך chusid
גראדעמעכעלע האט געשריבן:11) אז עס איז פארהאן מער אטאמען אין א איינציג גלעזעל וואסער ווי גלעזלעך וואסער אין אלע אקאענען צוזאמען
12)אז א פאפיר איינגעקנייטשט 42 מאל וועט דעגרייכען פון דער ערד ביז די לבנה,
13)דורכאויס זיבען יאר טוישט זיך יעדע פארטיקל פונעם מענטשליכע גוף, נאך זיבן יאר איז מען באמת א נייע מענטש,
14)אז די גאנצע מענטשליכע פאפאלאציע היינט אויף דער וועלט, פיט אריין אין א קיוביק מייל,
15)אז אויב קוועטשט מען צוזאם אלע אטאמען פון פלענעט ערד אן קיין ליידיג ספעיס אינדערמיט וועט דאס גאנצע מעשה הכל מכל כל זיין די סייז פון א בעיסבאל,
16) אז עס נעמט פאר א פאטאן (ליכט) 200,000 יאר ארויסצוקימען פון דער זונ'ס אינעווייניגסטע צענטער ביז אינדרויסען, דערנאך נאך אכט מיניט צו געגרייכן אונזער וועלטעל,
וואסי פשט פון 12? וואס הייסט ביז די לבנה??
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:38 am
דורך [NAMELESS]
Well, let’s see how we’d figure it out. I don’t know how thick one piece of paper is, but I know it’s pretty thin. I can, however, estimate how big those 500 page reams are. They’re about 2 inches high, so maybe that’s about 5 cm. That means one page is about 0.01 cm high. And what of the Moon? Mean distance from the Earth is about 384,000 km, or about 3.84 x 1012 pages away. So you’d expect that you’ll need an awful lot of foldings to get there, right? Well, hang on for a second.
When I start with an unfolded page (zero foldings), it’s one page thick. When I fold a page once, it will be 2 pages thick. But — and this is key — when I fold it twice on itself, it’s not three, but 4 pages thick. If I fold it a third time, I’ll see that it’s 8 pages thick. Can you see a pattern here? Paper folding is exponential, so that if I fold it a fourth time, it’ll be 16 pages thick (so that option is clearly wrong), a fifth time will give me 32 pages thick, and so on. By time I get to 9 foldings, my folded paper is bigger than my original ream of 500 sheets. By time I get to 20 foldings, my folded paper is more than 10 kilometers high, which surpasses Mt. Everest. 41 foldings will get me slightly more than halfway to the Moon, so that means that 42 foldings is all it takes! (Of course, good luck folding a real piece of paper more than 7 or 8 times…)
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:02 am
דורך [NAMELESS]
17) אז עס איז דא א געוויסע
מין דזעלי פיש וואס קען טעקניקלי לעבן פאר אייביג,
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:11 pm
דורך [NAMELESS]
18) ביז פערל הארבער איז דער שאלדער פעטש פונעם 45'טע אינפענטרי דעוויזיע געווען דעם "סוואסטיקע" סימבאל ...
19) 1 פון יעדע 21 ניו יארקער איז א מיליאנער ,
20) אויב איר האט געקויפט בלויז 1 "שער" אין קאקא קאלע אין 1920 וואלט עס ווערט געווען אין 2010 .6.7 מיליאן ,
21) עס איז דא מער פאבליק לייברעריס אין אמעריקע .ווי מעקדאנלד געשעפטן ,
22) מער us סאלדאטן אין אפגאניסטאן אין 2012 זענען באגאנגן זעלבסט מארד .ווי געהארגט געווארן ,
23) 20% פארהייראטע באהאלטען סיקרעטס פון זייער ווייב /מאן !! אין א חלק אפילו מער ווי 25 יאר !! ( קוקט אויס ווי די סורוועי רעכענט נישט אריין די אידן בכלל אין קאווע שטיבעל באניצער בפרט...)
24) די וועלט וואלט געווען 7 פוט באל פעלדער אוועק פונעם זון אויב וואלט עס געשרינקן צו די גרויס פון א טעניס באל ,
26) מיט הינדערטע יארן צוריק (וועלכע יארן ??) פלעגן נאר די רייכערע מענטשן גיין מיט אינטערוועש ,(קוקט אויס עס איז נאך נישט געווען דעמאלדס קיין חסידישע אידן..)
27) אין א סורוועי אין 1988 האבן "גאנצע 13%" געזאגט אז זיי גלייבן אז די לבנה איז געמאכט פון טשיז ..(נישט דא ווער זאל לאכן..)
לכבוד פורים
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:34 pm
דורך [NAMELESS]
אחשברוש מלך טפש היה !!!
ווען טפשות וואלט געמאכט..
28)הויך וואקסן,וואלט ער ארויף געלייגט זיין פיס אויפן עמפייער סטעיט בילדינג. צוצובינדן זיין שיך ...
29)קליין וואקסן, וואלט ער געקענט זיצן אויף א דיים (צען סענט) אין שאקלן זיינע פיס , אין ס'וואלט נישט דערגרייכט דער פלאר..
30)וואקסן אין די ברייט,וואלט מען נישט געקענט קיין חילוק פון זיין העמד סייז .אין זיין סעלפאון נומבער...
31)וואקסן אין דער שמאל,וואלט ער געקענט אדורך גיין א נאדל לאך מיט אויסגעשפרייטע הענט, נישט אנרירענדיג די ווענט...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:56 pm
דורך מאטי
אויפן לעצטן האב איך געטראפן עפעס אין די ארכיוון, כ'דענק ס'איז דאס צווייטע סעודת אסתר.

- Willard-Wigan-1.jpg (8.03 KiB) געזען געווארן 1641 מאל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:21 pm
דורך ציבעלע-קיגל
100% פון די ניטורי קרתא זענען טויט משוגע.
עס איז דא אן עירוב אין וויליאמסבורג ( אפי' עס זענען דא בהמות וואס זאגען אז נישט)
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 1:11 am
דורך רויטע וואנצעס
אז די עווריזש פאליציי מאן אין אמאריקע לעבט מיט 10 יאר ווייניגער ווי א נארמאלע מענטש. (60 מינוט Jan. 25, 2015)
די נאמבער איז קאמבאנאציע פון שיסערייען ווי אויך נאטירליכע טויטן נאכן ריטייערען צוליב די שרעקליכע סטרעס פון די אינגערע יארן אין די פאליציי.
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
33) עס איז ערלויבט אריין צו ברענגן ביקסן ביי די נאציאנאלע קאנווענשענס סיי דעמאקראטן סיי רעפאבליקאנער , אבער א וואסער גאן איז פארבאטן...
34) אין 1386 האט מען און פראנקרייך ארויס געפירט א דבר אחר צום תלייה אין צענטער פון שטאט נאכן הרגענן א קינד ,
35) בלויז 6.7% פונעם אלטוועלטליכע פאפעלאציע פארמאגן א קאלעדזש דעגרי ,
36) די אייפעל טורעם אין פאריז איז אין זימער העכער מיט 6 אינטשעס ווי אין ווינטער , דערנאך וואס די היץ פארברייטערט די שטול ,
37) פרעזידענט רעיגן איז געווען א לייפגארד אין היי סקול ווי ער האט געראטעוועט די לעבנס פון 77 מענטשן !
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2015 10:45 pm
דורך ונבנתה העיר
ברכות כ"ז:
ועל תרנגול שנסקל בירושלים על שהרג את הנפש.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 9:54 pm
דורך [NAMELESS]
38) היטלער האט געהאט א נעפיו וויליאם פעטריק היטלער וואס האט געדינט אין די אמעריקאנע ארמיי ...
39) היינט צוטאג'ס (צום ערשטן מאל) איז אן עוורידזש קאנאדיער רייכער ווי אן עוורידזש אמעריקאנער ,
40) די זון איז די קאלער ווייס נישט געהל ,
41) די מילך פון היפא'ס איז נישט ווייס נאר פינק ..
42) וואסער עקספענד סיי אין קעלט אין סיי אין היץ. דערפאר פלאצט א פילע באטעל אין פריזער און דערפאר האט א וואסער בוילער סיסטעם אן עקספענשן טענק ,
נשלח: זונטאג יולי 03, 2016 4:19 pm
דורך ליפא
אז אין פינלאנד צאלט מען פאר א טרעפיק לויט וויפיל געלט מ'פארמאגט. שוין געווען וואס האבן געצאלט איבער 100 טויזענט דאלער פאר אזא טיקעט
נשלח: זונטאג יולי 03, 2016 4:41 pm
דורך געוואלדיג
כבר מילתי אמורה
געוואלדיג האט געשריבן:
אין פינלאנד איז די קנס פאר פארן איבער די ערלויבטע שנעלקייט געוואנדן אין וויפיל געלט איהר פארדינט א יאר
אפשר שיקן מיר דאנאלד טראפ אהין צו דרייוון אביסל שנעל
viewtopic.php?p=320821#p320821
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 7:49 pm
דורך נהורא נפישא
האט איר געוויסט אז אין טשיינע און אינדיע ווערן געבוירען צענדליגע מיליאנען קינדער יערליך, טראץ דעם וואס די טאטעס גייען נישט צו צי פתיחת הארון בימי הריונה.
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 9:06 pm
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:, טראץ דעם וואס די טאטעס גייען נישט צו צי פתיחת הארון בימי הריונה.
סי דאך א בפירוש'ער גמ',
מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה.
Re: אינטערסאנטע פאקטן
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 9:08 pm
דורך [NAMELESS]
דערפאר ווערן זיי געבוירן צו א לעבן א אינדיע און טשיינע...
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יולי 04, 2016 9:13 pm
דורך [NAMELESS]
זיי נישט דזשעלעס