א פרייליכן געבורטס טאג יומי
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 6:20 pm
צו אונזער טייערע באליבטע זון, בנימין (יומי) ני"ו
לכבוד דיין 12'טע געבורט'ס טאג, שפירן מיר נויטיג אראפצושרייבן אפאר ווערטער, ארויסצוברענגען אונזערע געפילן לכבוד די געלעגנהייט.
פאר 12 יאר צוריק אין דעם היינטיגן טאג, יענעם זינטאג פרשת תרומה, ל' שבט, א' דר"ח אדר תשס"ג, קוים א יאר פון ווען מ'האמער חתונה געהאט, איז געווען דער גליקליכסטער טאג פון אונזער לעבן, די מינוט'ן דעמאלטס (אזוי נאכמיטאג..) האט געגעבן א נייער באדייט צו אונזער לעבן, א ליכטיגע נשמה'לע האט באשיינט אונזער וועלטל, ווען מיר האבן צום ערשטן מאל אנגעקוקט דיין פיצינקע פנים'ל און מיר האבן דערשפירט דעם געפיהל, יא, מיר זענען געווארן עלטערן! דער רבש"ע האט אונז באשאנקען מיט א לעכטיג זיס קינד, איז נישט געווען קיין גרעניץ צו אונזער פרייד, און אונזער דאנק צו השי"ת.
נאך פינף זיסע קינדער זענען אונז געבוירן געווארן נאך דיר, אבער דעם דאזיגן געפיהל האבן מיר מער נישט געשפירט, יא דאס פרייד איז געווען יעדעס מאל עקסטער..., אבער נאר איינמאל איז אונז געבוירן געווארן אונזער "עלטסטע" זון, נאר איין קינד איז אונזער "ערשטע" קינד, און דאס ביזטו, אונזער טייערע יומי.
מיר האבן געפראוועט א שיינע גרויסע וואכנאכט ביי זיידי'ן אינדערהיים, געווען דארטן מכל טוב וטוב, יעדער האט זיך געפרייט, א קלייניגקייט? זיידי האט געהאט די ערשטע אייניקל...
צו מארגן זענען מער שטאלצערהייט געגאנגן אין גרויסן בית המדרש און על ברכי רבינו זי"ע האבן מיר דיר אריינגעברענגט בבריתו של אברהם אבינו, און דיך א נאמען געגעבן 'בנימין' נאך דיין גרויסן זיידן ז"ל.
יא! דיין פדיון הבן איז אויך געווען מיט פראכט און שיינקייט, דער כהן הגדול מאחיו האט מיר דיר צוריקגעגעבן און דו ביזסט אפיציעל געווארן מיינס! דערנאך האט יעדער געכאפט קנאבל... כ'מיין אז עלטער באבי האט נאך אוועקגעלייגט...
די שמחה וואס אונז האמער געהאט ווען אונז האמער זיך איינגערעדט אז דו זאגסט שוין "טאטי" און "מאמי" איז געווען עד אין לשער! אפגערעדט ווען דו האסט טאקע אנגעהויבן זאגן... אזוי יעדע טרעפ וואס דו האסט געמאכט איז דאס געווען אן אומבאשרייבליכע פרייד, ווער רעדט נאך פון דיינע זיסע געדאנקן וואס דו ביזסט אויפגעקומען צו העלפן דיין 11 חדשים אינגערע ברודער...
זייענדיג דער עלסטער קינד אזוי נאנט צו אונזער הארץ האבן מיר א ספעציעלע ליבשאפט צו דיר, און יעדעס מאל ווען דיין יארגאנג ריקט זיך ארויף מיט נאך א יאר, דערמאנט עס אונז ווי שנעל די יארן לויפן, אט האבן מיר געשיקט אונזער ערשטען קינד אין חדר, נאר נעכטן האט אונזער בכור געלעקט האניג, מיט א חשק געזאגט אל"ף בי"ת, נאכן אפוויינען 15 מינוט בשעת'ן אפשערן... און אט אט ווערסטו שוין א בר מצוה... ווען דו ביזסט ווען א מיידל (אויף וואס דיין באבע האט אזוי ארויסגעקוקט זייענדיג אין די שלושים פון איר מאמע ע"ה) וואלסטו ווען יעצט בת מצוה געווארן...
כ'דענק ווען דו ביזסט ס'ערשטע מאל אהיימגעקומען מיט דיין משניות, די שמחה איז געווען אזוי גרויס, ווען האסט אנגעהויבן לערנען גמרא האסטו מיך ממש אלט געמאכט... אפגערעדט ווען מ'האמער צום ערשטן מאל געלערנט א תוספות, איך האב שוין ממש געזיכט דעם שטעקן...
במשך די יארן ווען נאך און נאך קינדער, אינגלעך מיט מיידלעך זענען ב"ה צוגעקומען צו אונזער משפחה, ביזטו געוואקסן גרעסער און עלטער, און מיר האבן געהאט די געלעגנהייט זיך כסדר צו איבערצייגן ווי וואויל, קלוג, געלונגען, און טאלאנטפול דו ביזט, פארשטייט זיך אז עלטערן האבן שטארק הנאה צו אנטדעקן מעלות אין זייערע קינדער, און צומאל רעדן זיך עלטערן איין אויף זייערע קינדער אז זיי פארמאגן גאר די זאכן וואס די עלטערן וואלטן ווען געוואלט די קינדער זאלן פארמאגן... דעריבער דאנקען מיר השי"ת אז ב"ה אויף דיר דארף מען זיך גארנישט איינרעדן... מ'דארף גארנישט צולייגן, דו ביזט ב"ה באשאנקען מיט אזעלכע גוטע מתנות פון הימל, דיין פלייסיגקייט אין לערנען, דיינע מידות טובות, געלונגענע שרייבן, זינגען, געדאנקען, געפילן, און נאך אסאך אנדערע מעלות.
אלץ דער עלסטער קינד און שטוב טראגסטו אבער אויך א שטיקל אחריות אויף דיר, דיינע קלענערע געשוויסטער זעען אין דיר דער 'מאדעל' נאכצואוואקסן, דיינע קלענערע ברודער'לעך און שוועסטער'לעך קוקן יעדע זאך "וואס טוט יומי?"
און מיר דאנקען השי"ת דערפאר, טאקע ווייל די קלענערע זוכן זיך צו פירן אין דיינע וועגן, איז אונזער פרייד אזוי שטארק אז דיין שטרעבן איז אלעמאל צו זיין א וואויל ערליך קינד, ס'איז ממש א הנאה צו זעהן די געבענטשטע השפעה וואס דיינע גוטע מעשים האבן אויף דיינע אינגערע געשוויסטער, און מיר זענען זיכער אז ביים דרייצענטן יאר פון דיין לעבן וועסטו ממשיך זיין אויף דעם גוטן וועג, און זיך אויפפירן פיין, איידל און ערליך, וועסט זיין דער פראכט פון אונזער משפחה, דער שטאלץ פון דיינע עלטערן, און דער קרוין פון דיינע געשוויסטער.
דעריבער גיבן מיר אין דעם טאג אונזער ווארימסטע וואונטשן, דו זאלסט שטענדיג זיין גליקליך און צופרידן, אלעמאל אין יעדע צייט זאלסטו זיך שפירן שטארק און זיכער מיט די ליבשאפט פון דיינע עלטערן פונעם גוטן געבענטשטן וועג און וואס דו גייסט, און דו זאלסט טאקע אויסוואקסן ווי ס'איז דיין שטרעבן, א ערליכע איד, יעדער זאל אויף דיר קענען אנוויזן "אזוי קוקט אויס א איד וואס פירט זיך מיט מדות טובות, און זוכט צו טון נאר מצוות און מעשים טובים, א איד וואס לערנט און דאווענט".
ווי עס וואונטשן דיינע עלטערן וואס הערן נישט אויף דיר צו ליב האבן יעדן טאג און יעדע נאכט, ביי יעדן שריט און ביי יעדן טריט, אלעמאל צו יעדע צייט.
טאטי און מאמי.