בלאט 1 פון 1

מיט א טיפערן בליק - פרשת תרומה תשע"ה - מבית ומחוץ תצפנו..!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 8:06 pm
דורך א שעפעלע
מיט א טיפערן בליק
פרשת תרומה תשע"ה
ועשו ארון... מבית ומחוץ תצפנו..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

יא די הייליגע תורה הקדושה האבן מיר די אידישע קינדער שוין זוכה געווען צו באקומען, און צו א תורה'דיגע לעבן פיל מיט געשמאק און זיסקייט טוען מיר זיך שוין גוט איינגעוואוינען, אבער עם ישראל איז נאך נישט פערטיג, אט זענען מיר זוכה צו דאס גרעסטע... דאס ליבשאפט וואס השי"ת האט צו אונז זיינע געטרייע קינדער איז אויפן העכסטן שטאפל, און הקב"ה זאגט פאר משה רבינו זאל זאגן פאר כלל ישראל: דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְיִקְחוּ לִי תְּרוּמָה מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ תִּקְחוּ אֶת תְּרוּמָתִי וכו' וְעָשׂוּ לִי מִקְדָּשׁ וְשָׁכַנְתִּי בְּתוֹכָם - רעד צו די אידישע קינדער, און זיי זאלן נעמען פאר מיר א אפשיידונג, פון איעדע מענטש וואס זיין הארץ באגערט אים צו געבן, זאלסטו נעמען וכו', און זיי זאלן מאכן פאר מיר א הייליגקייט אז איך זאל וואוינען צווישן ענק, די תוה"ק איז ממשיך און רעכנט אונז פונקטליך אויס וואס און ווי אזוי דער משכן זאל געבויעט ווערן.

טייערע ברידער ווי פארשטענדליך ליגט אין די וואכעדיגע פרשה א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען נישט קומען נאנט צו איר עומק און פארשטאנד, ווי דער מדרש, זוהר אין די ספה"ק שמועסן ארום באריכות אז די גאנצע בריאה, דער גוף פונעם מענטש, ווי אויך אונזער עבודה אויף די וועלט איז אלעס פארגליכן צום משכן מיט אירע כלים, מיר וועלן זיך בסייעתא דשמיא אפשטעלן אויף איין נקודה און פרובירן אויף אונזער מדריגה ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן...

די עבודת המקדש פאנגט זיך אָן מיט די הייליגע ארון, ווי די פסוק זאגט וְעָשׂוּ אֲרוֹן עֲצֵי שִׁטִּים אַמָּתַיִם וכו', וְצִפִּיתָ אֹתוֹ זָהָב טָהוֹר מִבַּיִת וּמִחוּץ תְּצַפֶּנּוּ וכו'. זיי זאלן מאכן דעם ארון פון העלצער פון טענען ביימער וכו', און דערנאך זאלסטו אים באדעקן מיט ריין גאלד פון אינעווייניג און פון אויסענווייניג... לאמיר זיך אפשטעלן און באמערקן, דא ביים ארון זאגט די פסוק "ועשו" - זיי זאלן מאכן, אבער שפעטער אין די פרשה ביי די אנדערע כלים זעט מען אז די פסוק זאגט "ועשית" - די זאלסט מאכן, וואס לכאורה דארף עס א הסבר פארוואס ווען ס'קומט צום ארון באנוצט זיך די פסוק מיט א פרעזענדליכע לשון אז איעדע יחיד זאל עס מאכן? די מדרש זאגט א"ר יהודה ב"ר שלום א"ל הקב"ה יבאו הכל ויעסקו בארון, הקב"ה זאגט ווען ס'קומט צו די ארון זאלן אלע קומען און נעמען א חלק... וואס לכאורה דארפן די הייליגע ווערטער א
הסבר ווי איז דען שייך אז איעדע איד זאל בויען דעם ארון, זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זאלן בויען איין קאסטן?

בכלל דארף מען אריין טראכטן וואס איז דער פשט אז דער ארון איז געווען געמאכט פון האלץ איבערגעדעקט מיט גאלד "מבית ומחוץ תצפנו", דער פשוטע דעת זאגט אז די הייליגסטע זאך, וואס ליגט אין די הייליגסטע פלאץ אויף די וועלט זאל זיין געמאכט פון ריין גאלד, ווי מיר טרעפן טאקע ביי די מנורה, ס'איז געווען געמאכט פון ריין אויסגעקלאפטע גאלד "מקשה אחת זהב טהור", אבער ביים ארון באפעלט אונז הקב"ה עס צו מאכן פון האלץ און דערנאך איבערדעקן מיט גאלד פון ביידע זייטן? פארשטייט זיך פשוט אז ס'ליגט דא א טיפקייט וואס מיר דארפן ריכטיג אפלערנען, לאמיר זיך פארטיפן.

טייערע ברידער, איידער מיר באטראכטן וואס די הייליגע ארון לערנט אונז, איז כדי מיר זאלן זיך אפשטעלן און מאכן א "ויקחו לי תרומה", וואס דאס מיינט זיך אביסל אויפמאכן דעם הארץ און נשמה, זיך אוועק זעצן און כאפן א אפענע שמועס מיט זיך אליין, באטראכטן דעם 'זיך', און זיך פרעגן ווער און וואס בין איך? פון וואס בין איך צוזאמגעשטעלט און וואס איז מיין ציל און שאיפה? וויאזוי קען איך נענטער ווערן צו הקב"ה? און ווי נאר דער מענטש פאנגט אָן אמת'דיג אריינטראכטן, ער גייט אריין אין די טיפעניש פון זיין הארץ ווערט אים צום אלעם ערשט קלאר אז טיף אינעווייניג אין איעדע אידיש קינד איז פארהאן א נשמה קדושה, א ריינע הייליגע נשמה א חלק אלוקי ממעל, וואס איז ריין ווי דער טאג וואס דער מענטש איז געקומען אויף די וועלט, און ווי ווייט דער מענטש זאל נאר גיין אדער לויפן בלייבט עס ווייס ריין, און ס'טוט אים כסדר רופן צו קרבת אלוקים, ס'בענקט צו האבן א קשר מיטן בורא עולם, ס'צילט צו א לעבן פון תורה ומצוות, אַה! די הייליגע אידישע נשמה אזוי ריין און לויטער, באטראכט דעם איד וואס איז נאך ליידער ווייט פון שמירת תורה ומצוות, ווי אזוי ער קוקט אויס ווען ער ווערט געדריקט, ווען ער גייט אריבער א שוועריגקייט, ווי גלייך טוט זיך ערוועקן דאס אינערליכע בענקשאפט און געטריישאפט צו הקב"ה, ווייל ווי ווייט א איד זאל נאר זיין איז טיף אינעווייניג פארהאן א לויטערע נשמה וואס איז ריין ווייס, מאכט זיך אמאל אז דער מענטש באדעקט עס, ער פארשטאפט דעם אינערליכן הייליגן רוף און צוביסלעך פארגעסט ער ליידער ווער ער איז, אבער אויף די מינוט וואס ער שטעלט זיך אפ און געבט א גוטן טראכט אריין איז עס קלאר אז ס'איז ביי אונז פארהאן א העכערקייט וואס רופט אונז כסדר צו דביקת בה', א נשמה קדושה וואס בענקט און צילט אויף קרבת אלוקים, ווען דער מענטש באטראכט זיך, ווען דער מענטש שמועסט זיך אויס מיט זיך אליין הערט ער דעם הייליגן רוף הויעך און קלאר...

אזוי טראכנדיג באמערקט דער אידעלע אז יא אמת אז פון איין זייט איז פארהאן א חלק אלוקי וואס איז איין שטיק רוחני, וואס בענקט און צילט אויף א העכערע לעבן נאנט צום בורא עולם, אבער פון די אנדערע זייט פארמאגט ער עפעס א צווייטע חלק צו זיך וואס דאס איז זיין חלק הגשמי, דער חלק הגוף וואס שלעפט אים צום צווייטן זייט, און דער אידעלע איז אינגאנצן צוריסן... פון איין זייט הערט ער דעם רוף צו זיין דבוק בה' אבער פון דער צווייטער זייט רופט אים דער גוף צו אנדערע זאכן, כל מיני תאוות און חמדת לויפן אים נאך, געלט און כבוד לויפט אים אין מח, בקיצור ס'שלעפט אים אוועק פון זיין א געטרייע עובד ה', דער מענטש שפירט אז די צוויי גייען נישט צוזאמען ס'איז אדער רוחניות אדער גשמיות, איין טאג א מלאך און איין טאג א גלח, בקיצור דער אידעלע איז צומישט וואס איז מיין עבודה? וואס טו איך? כ'וויל דינען השי"ת און צו בורא עולם זיין מקושר, אבער א גאנצע טאג בין איך עוסק אין פרנסה כ'בין אין געשעפט ווי גייען די צוויי צוזאמען? דער יצר טוט אונז כסדר איינרעדן אז ס'איז אלעס אדער גארנישט, אדער ביסטו זוכה צו נאר רוחניות און אויב נישט איז... און אזוי צוביסלעך ווערט דער מענטש אינערליך צומישט און צוריסן, ..כ'האב דאך שוין אזוי פיל מאל פרובירט כ'קען נישט אנקומען צום ציל, וויפיל איך זאל נאר ארבעטן אויף מיין עבודת ה' איז נאך אייביג פארהאן געוויסע חלקים וואס איך קען דערפון נישט פטור ווערן, נו אויב אזוי וואס איז דען ווערד מיין עבודה?!?!

טייערע ברידער שטארק זיך! די הייליגע ארון לערנט אונז אז רוחניות און גשמיות גייען צוזאמען האנט ביי האנט... און נישט עפעס א בדיעבד נאר אזוי האט הקב"ה אויסגעשטעלט די וועלט אז דער מענטש דארף ביידע, ווען מען באטראכט דעם ארון זעט מען עס קלאר, ס'איז געווען געמאכט פון אינעווייניג מיט גאלד וואס דאס איז מרמז אויפן לעכטיגן לויטערן נשמה פון א איד וואס איז איין שטיק גאלד און ווי געשמועסט בלייבט עס ריין אויף אייביג, ווי ווייט דער מענטש וועט לויפן וועט זיין הייליגע נשמה מיט אים מיטגיין אויף טריט און שריט, דערנאך איז פארהאן די חלק הארון וואס איז געמאכט געווארן פון האלץ וואס דאס איז מרמז אויף די גוף פונעם מענטש, די חומריות וואס נעמען ארום דעם נשמה, דער גוף וואס צילט און גליסט צו דברים גשמיים...

נו קען דאך דער מענטש מיינען אז די האלץ איז עפעס וואס מען דארף דערפון פטור ווערן, אדער אויסרייסן, ניין טייערע ברידער חס ושלום די ארון האט געדארפט האבן אין זיך האלץ, יא אזוי האט הקב"ה אויסגעשטעלט די עבודת האדם אז מיר האבן א חלק הגוף א חלק הגשמי, די ארבעט איז נישט אויסצורייסן די תאוות און חמדת נאר נעמען די האלץ און עס איבערדעקן מיט גאלד, וואס דאס מיינט אז דער גליסטענישן און חמדת פונעם מענטש זאל זיין ארום גענומען פון ביידע זייטן מיט נשמה און הייליגקייט, יא די גאנצע חלק הגשמי די חלק וואס גליסט און צילט נאך כבוד און געלט זאל ווערן איבערגעדעקט מיט עבודת ה', וואס דאס מיינט נעמען די אלע גשמיות און זיי אריין שלעפן אין רוחניות, מאכן פון די גשמיות רוחניות, "און "ווען די האלץ ווערט איבערגעדעקט מיט גאלד איז עס די הייליגסטע זאך אויף די וועלט", ..ווען א איד ארבעט, ווען ער איז אין אפיס מיטן מחשבה צו קענען בסייעתא דשמיא ברענגן פרנסה אין שטוב און קענען שיקן די קינדערלעך אין א ערליכע מוסד איז די גאנצע עבודה זיינע א שטיק רוחניות, איעדע מינוט אין געשעפט איז הייליג, ווען ער עסט און שלאפט צו קענען האבן כוחות פאר עבודת ה' איז איעדע טראפל א חלק פון זיין עבודת ה', ווען דער מענטש איז מצליח איבערצוקומען זיינע נסיונות ווערט די גאנצע נסיון א חלק פון זיין שטייגן און הצלחה... געדענק אז די האלץ דארף זיין, פרוביר נישט פטור צו ווערן דערפון, אויך זאלסטו זיך נישט לאזן פונעם יצר פארדרייען אז אויב ביסטו נישט דבוק בה' אויף א הונדערט פראצענט, אויב איז נאך פארהאן אין דיר גליסטענישן צו אנדערע זאכן איז דיין עבודה חלילה גארנישט, אויב ביסטו נישט זוכה צו לערנען יומם ולילה פעלט פון דיין עבודת ה', ניין געדענק אז הקב"ה האט אזוי אויסגעשטעלט די וועלט אז מיר זענען צוזאם געשטעלט פון א חלק הרוחני און א חלק הגשמי און דער מענטש דארף ביידע צו קענען אמתדיג שטייגן און וואקסן, און טאקע נאר ווען ער איז מצליח צו נעמען די האלץ און עס איבערדעקן לייגט מען עס אריין אינעם קודש הקדשים, ווען די האלץ איז ארום גענומען פון ביידע זייטן איז עס די הייליגסטע וואס נאר פארהאן!

ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם – יא איעדע פון אונז, איעדע יחיד דארף בויען א משכן א פלאץ פון הייליגקייט אויף די וועלט פארן טאטן אין הימל, יא ביי אונז אין הארץ, ביי אונז אין מחשבה, ביי אונז אין די רמ"ח אברים ושס"ה גידים, ווי חז"ל זאגן אונז בתוכו לא נאמר אלא בתוכם בתוך כל אחד ואחד, ס'שטייט נישט איך וועל רוען 'צווישן' זיי, נאר 'אין' זיי, דאס הייסט אינעווייניג ביי איעדן איינציגן איד, איעדע איד וואס עפענט זיך אויף, וואס בויעט א משכן ברענגט אראפ און אנטפלעקט די שכינה אויף די וועלט, און ברענגט נענטער די וועלט צו איר תיקון, ווי דער חרדים שרייבט "בתוך לבי משכן אבנה לזיוו" אין מיין הארץ וועל איך בויען א משכן פאר זיין שיינקייט.

ברידער טייערע, מיר שטייען דאך שוין אין די לעכטיגע טעג פון חודש "אדר", וואס האט אין זיך די לשון פון א-ד-ר וואס דאס איז א'חד דער אחד יחיד ומיוחד דר קומט וואוינען צווישן אונז, די חודש פון שמחה, די טעג וואס מען באקעמפט דעם עמלק, דער וואס איז געווען די ערשטע אריין צוברענגן אין עם ישראל ספיקות, (ווי באוואוסט פון די ספה"ק אז עמלק איז בגימטריא ספק) דער וואס מאכט דעם אידעלע שפירן אומזיכער, ..אפשר קען איך נישט? ווער זאגט אז איך האב נאך א מעגליכקייט? כ'האב שוין פארשפילט מיין לעבן? יעצט איז די צייט אויסצורייסן די אלע ספיקות "אין שמחה כהתרת הספקות" ס'איז נישט פארהאן א גרעסערע שמחה ווי קלאר ווערן, אז איעדע אידישע נשמה איז ריין גאלד און וואס ס'זאל נאר זיין בלייבט עס גאלד, יא אויף די חלק הגשמי די האלץ וואס נעמט ארום די נשמה איז דא איין ארבעט מען דארף עס איבערדעקן מיט גאלד מיט מצוות און מעשים טובים, דערהער דעם הייליגן רוף פון דיין גאלדענע חלק וואס ליגט טיף אינעווייניג און זאג צו זיך הויעך און קלאר ...יא אמת אז נעכטן האב איך פרובירט אבער היינט וועל איך נאכאמאל פרובירן ווייל די אינעווייניג רופט און בענקט צו קרבת ה' נענטער ווערן צו הקב"ה, דערהער דעם רוף לאז זיך נישט פארדרייען פונעם עמלק, געדענק אז אינעווייניג איז הערליך שיין, נעם זיך צו די ארבעט מאך די אויסעווייניג אויך גאלד און די באלאנגסט אינעם קודש הקדשים!

לסיכום געדענק:
• אז טיף אינעווייניג אין איעדע אידיש קינד איז פארהאן א נשמה קדושה, א ריינע הייליגע נשמה א חלק אלוקי ממעל!
• הקב"ה האט אזוי אויסגעשטעלט די עבודת האדם אז מיר האבן א חלק הגוף א חלק הגשמי... יא די האלץ דארף זיין...
• ווען די האלץ די חלק הגשמי איז ארום גענומען פון ביידע זייטן איז עס די הייליגסטע וואס נאר פארהאן!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 9:26 am
דורך [NAMELESS]
הארציג און ווארעם