בלאט 1 פון 1

פראנצויזיש ביים היימישן עולם אין קאנאדא

נשלח: דינסטאג פעברואר 17, 2015 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
אפגעטיילט פון דעם אשכול נייער סאטמארער בית המדרש ווערט געעפנט אין קרית טאהש.
יואב האט געשריבן:
אגב, דער היימישער עולם דארט רעדט פראנצויזיש?

דאס שטעטל (און טאש אליינס) הייסט ...Bois Briand....מ'זאגט עס ארויס "בוא-בריאנ(ד(...!

דער עולם דארט רעדט פראנצויזיש, ווייל דאס איז די אפיציעלע שפראך פון די באפעלקערונג דארט. און. דרך אגב, די פראנצויזן זענען זייער שטארק צופרידן ווען מ'רעדט זייער שפראך. ספעציעל, א איד. מ'קען אלעס פועל'ן ביי זיי ווען מ'רעדט זייער מאמע לשון...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:25 pm
דורך יואב
berlbalaguleh האט געשריבן:
יואב האט געשריבן:איך כאפ נישט פונקטליך וואס דא גייט פאר. דער סאטמארער בית מדרש האט/ברויך/וויל זיך געעפענט אין טאהש אדער מחוץ הגבולות?

אגב, דער היימישער עולם דארט רעדט פראנצויזיש?

דאס שטעטל (און טאש אליינס) הייסט ...Bois Briand....מ'זאגט עס ארויס "בוא-בריאנ(ד(...!

דער עולם דארט רעדט פראנצויזיש, ווייל דאס איז די אפיציעלע שפראך פון די באפעלקערונג דארט. און. דרך אגב, די פראנצויזן זענען זייער שטארק צופרידן ווען מ'רעדט זייער שפראך. ספעציעל, א איד. מ'קען אלעס פועל'ן ביי זיי ווען מ'רעדט זייער מאמע לשון...!

אז אין קוויבעק רעדט מען פראנצויזיש האב איך געוואוסט. געפרעגט האב איך צי דער היימישער עולם דארט איז פליסיג, צו אפילו גרייזיג אין יענער שפראך.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 3:42 pm
דורך berlbalaguleh
יואב: אלס דירעקטער ענטפער צו דיין שאלה. די יונגע דזשענערעישן זענען מער ווייניגער פליסיג אין די פראנצויזישע שפראך. אבער די עלטערע אידן רעדן פראנצוזיש מיט אן אונגערישן אדער פוילישן עקסענט. דו האסט שוין אמאל געהערט אן אונגערישן איד אדער אידענע רעדן ענגליש? ס'איז נאך מער קאמיש ווען מרעדט פרענטש אויף אונגאריש.... :lol:

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:19 pm
דורך יואב
berlbalaguleh האט געשריבן:יואב: אלס דירעקטער ענטפער צו דיין שאלה. די יונגע דזשענערעישן זענען מער ווייניגער פליסיג אין די פראנצויזישע שפראך. אבער די עלטערע אידן רעדן פראנצוזיש מיט אן אונגערישן אדער פוילישן עקסענט. דו האסט שוין אמאל געהערט אן אונגערישן איד אדער אידענע רעדן ענגליש? ס'איז נאך מער קאמיש ווען מרעדט פרענטש אויף אונגאריש.... :lol:

וואוו! אם כדברך, הלוואי זאלן מיר ניו יארקער קענען אזא גוט ענגליש ווי די ארטיגע שפראך איז שגור בפי דעם קוויבעקן חרדישן אידנטום.

דוכט זיך אבער אז ביי דער חינוך-קריזיס/גזירה /נארמאליזאציע/חוק איינצופירן לימודי חול תחת ועל טהרת הקודש, האט די קוויבעקער רעגירונג זיך באקלאגט אז מ'לערנט נישט מיט די קינדער פראנצויזיש.

דא אין שטיבל האט עמיצער אמאל געלינקט אן ארטיקל איבער דעם לאווען פון מאנטריאל וועלכער באקלאגט זיך אז מ'האט מיט עמען נישט געלערנט, און ער קען נישט קיין ענגליש און נישט קיין פרענטש.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:26 pm
דורך מאטל שניידער
דאכצעךמיר אז מקען ציילן אויף 1 האנט די מענער וואס קענען פראנצויזיש אין טאהש נשים איז יא דא אביסל מער

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:43 pm
דורך פרייוויליג
יואב האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:יואב: אלס דירעקטער ענטפער צו דיין שאלה. די יונגע דזשענערעישן זענען מער ווייניגער פליסיג אין די פראנצויזישע שפראך. אבער די עלטערע אידן רעדן פראנצוזיש מיט אן אונגערישן אדער פוילישן עקסענט. דו האסט שוין אמאל געהערט אן אונגערישן איד אדער אידענע רעדן ענגליש? ס'איז נאך מער קאמיש ווען מרעדט פרענטש אויף אונגאריש.... :lol:

וואוו! אם כדברך, הלוואי זאלן מיר ניו יארקער קענען אזא גוט ענגליש ווי די ארטיגע שפראך איז שגור בפי דעם קוויבעקן חרדישן אידנטום.

דוכט זיך אבער אז ביי דער חינוך-קריזיס/גזירה /נארמאליזאציע/חוק איינצופירן לימודי חול תחת ועל טהרת הקודש, האט די קוויבעקער רעגירונג זיך באקלאגט אז מ'לערנט נישט מיט די קינדער פראנצויזיש.

דא אין שטיבל האט עמיצער אמאל געלינקט אן ארטיקל איבער דעם לאווען פון מאנטריאל וועלכער באקלאגט זיך אז מ'האט מיט עמען נישט געלערנט, און ער קען נישט קיין ענגליש און נישט קיין פרענטש.

מאטל האט גוט געזאגט, דער חרידישער אידנטום דארט, קענען נישט קיין געהרג'טער ווארט פראנצוזיש. אך און וויי אויב די ניו יארקער קענען אזא אנגלית אזוי ווי דער ארטיגער שפראך ביים חרדישן אידנטום אין קוויבעק..

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:49 pm
דורך berlbalaguleh
יואב: איכ'ל ענטפערן על ראשון ראשון. די סיבה פארוואס דער היימישער עולם האט זיך גענימען לערנען און רעדן פראנצויזיש איז ווייל אין קוויבעק איז פאראן א געזעץ אז אלע דאקומענטן און אפליקאציעס מוזן אריינגעגעבן ווערן אין די שפראך. און א יעדער פראדוקט וואס ווערט ערלויבט צו פארקויפט ווערן אין קוויבעק מוז האבן אן אויפשריפט אויף פראנצויזיש.נאכמער. אפילו א יעדער ריטעיל געשעפט ווי גראסערי, קליידער סטאר אדער הארדעוויר, מוז האבן לכה"פ איין מענטש וועלכער רעדט פרענטש. אויב נישט. קענמען באשטראפט ווערן. ס'איז געווען מיט עטליכע יאר צוריק ווען פסח'דיגע פראדוקטן וועלכע זענען מאנופעקטשורד אין ניו יארק און זענען פארקויפט געווארן אין מאנטריאל, האט די רעגירונג קאנפיסקירט די אלע זאכן. ווייל ס'האט נאר געהאט אן אויפשריפט אין ענגליש. מיט גרויס השתדלות האט מען געפועל'ט אז זיי זאלן עס ארויסגעבן. און מ'האט זיי פארזיכערט אז אין דער צקונפט וועלן אלע פראדוקטן האבן די פראנצויזישע אויפשריפט. מהאי טעמא. ווען מ'קויפט איינס פון די כשר'ע פראדוקטן אין ניו יארק, זעהט מען אויף די באקסעס אויפגעשריבן אויך אין פרענטש. ווייל זיי שיקן די זעלבע פראדוקטן קיין מאנטריאל והגלילות...!

דיין צווייטע שאלה איז געווען אז די רעגירונג האט זיך באקלאגט אז מ'לערנט נישט פראנצויזיש. נישט דאס איז געווען די סיבה. נאר זיי האבן געטענה'ט אז מ'לערנט נישט גענוג שעות דעם אלגעמיינעם קורריקולום אין די ישיבות און ת"ת...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:53 pm
דורך מאטל שניידער
berlbalaguleh האט געשריבן:אין קוויבעק איז פאראן א געזעץ אז אלע דאקומענטן און אפליקאציעס מוזן אריינגעגעבן ווערן אין די שפראך

נישט ריכטיג

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:56 pm
דורך berlbalaguleh
מאטל שניידער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אין קוויבעק איז פאראן א געזעץ אז אלע דאקומענטן און אפליקאציעס מוזן אריינגעגעבן ווערן אין די שפראך

נישט ריכטיג

מאטל שניידער: אין גאנץ קענעדע, חוץ קוויבעק איז דאס דער געזעץ. ביילינגואליזם. אבער אין קוויבעק גופא איז די פראנצויזישע שפראך די אפיציעלע שפראך...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 4:59 pm
דורך מאטל שניידער
berlbalaguleh האט געשריבן:
מאטל שניידער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אין קוויבעק איז פאראן א געזעץ אז אלע דאקומענטן און אפליקאציעס מוזן אריינגעגעבן ווערן אין די שפראך

נישט ריכטיג

מאטל שניידער: אין גאנץ קענעדע, חוץ קוויבעק איז דאס דער געזעץ. ביילינגואליזם. אבער אין קוויבעק גופא איז די פראנצויזישע שפראך די אפיציעלע שפראך...!

מקען אריינגעבן אלע אפליקאציעס אויף ענגליש אויך אין קוויבעק

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:05 pm
דורך berlbalaguleh
מאטל דער שניידער: או.קעי. איך צו צוריק...! בד"וו. דו ביסט אפשר עפעס א שטיקל קרוב צו מאטל דער שניידער , דער איידעם פון טוביה דער מילכיגער. אין פידלער אן דע ראאף... :lol:

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 5:08 pm
דורך מאטל שניידער
berlbalaguleh האט געשריבן:מאטל דער שניידער: או.קעי. איך צו צוריק...! בד"וו. דו ביסט אפשר עפעס א שטיקל קרוב צו מאטל דער שניידער , דער איידעם פון טוביה דער מילכיגער. אין פידלער אן דע ראאף... :lol:

צוגעטראפן

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:23 am
דורך chusid
וואס טוען די טאשע ווען זיי דארפן גיין צו א דאקטאר אדער דענטיסט (אויב זיי קענען נישט פראנצויזיש אדער ענגליש) ?

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 1:28 am
דורך בעל מדות
chusid האט געשריבן:וואס טוען די טאשע ווען זיי דארפן גיין צו א דאקטאר אדער דענטיסט?

געב א קוק נאכאמאל די נאמען פון אשכול און באשליס צו ביזט זיכער אז דא קימט דיין פראגע.
אבער אז די פרעגסט איך גלייב אז אין אזא אנטוויקלט לאנד ווי קאנאדע זענען דא איבעראל דאקטוירים און דענטיסט'ס, מען פארט ארויס פון שטעטל געווענליך צו א דערנעבנדע קליניק און אסאך פארן קיין מאנטרעאל, אין שטעטל איז אויך דא א דאקטער אפיס ווי א דאקטער קימט ארויס דריי פיר מאל א וואך, (אזוי איז עס געווען אין די צייטן ווען איך האב דארט געלערנט פאר יארן צוריק)

נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 9:20 am
דורך פרייוויליג
בעל מדות האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:וואס טוען די טאשע ווען זיי דארפן גיין צו א דאקטאר אדער דענטיסט?

געב א קוק נאכאמאל די נאמען פון אשכול און באשליס צו ביזט זיכער אז דא קימט דיין פראגע.
אבער אז די פרעגסט איך גלייב אז אין אזא אנטוויקלט לאנד ווי קאנאדע זענען דא איבעראל דאקטוירים און דענטיסט'ס, מען פארט ארויס פון שטעטל געווענליך צו א דערנעבנדע קליניק און אסאך פארן קיין מאנטרעאל, אין שטעטל איז אויך דא א דאקטער אפיס ווי א דאקטער קימט ארויס דריי פיר מאל א וואך, (אזוי איז עס געווען אין די צייטן ווען איך האב דארט געלערנט פאר יארן צוריק)

יישר כח פאר די שיינע אפשאצונג. איך האב מיך עכט מחיה געווען, אלזא איך גיי טוישן מיין עקזיסטענץ צו א פרושען לאקאציע. איך וועל דיר איבערגעבן די ווארט.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 8:29 pm
דורך מאן דאמר
די פרויען וואס זענען אויפגעוואקסן אין מאנטריאל, קענען א פליסיגע פראנצויזיש בדרך כלל, די מענער איז אזוי, די חסידישע לערנען כמעט אדער בכלל נישט קיין פראנצויזיש מיט די אינגלעך, מיטן חשבון אז זיי גייען סייווי חתונה האבן קיין אויסלאנד, אין נישט דארפן קענען קיין פראנצויזיש, דער אלגעמיינער עולם אבער, לערנט יא פראנצויזש מיט די אינגלעך, אין זיי קענען שוין עטוואס בעסער, אפגערעדט די ספרדישע ציבור וואס רעדט פראנצויזש אלץ ערשטער שפראך.
עס איז דא צווישן די חסידישער עולם א צאל מענער וואס רעדן פליסיג פראנצויזיש, על פי רוב ווייל זיי האבן א פאך וואס פארלאנגט דאס, אבער על פי רוב קענען זיי נישט קיין פראנצויזיש.