א קאפיטל היסטאריע: די טיילונג אין טאהש!
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
א קאפיטל היסטאריע: די טיילונג אין טאהש!
אין אן אנדערן אשכול האט מען ארימגערעדט איבער א נייע בית המדרש אין קרית טאהש און איך האב מיך אינטערגענימען אפצושרייבן א ארטיקל דערוועגן, למעשה האב זיך עס פארצויגן און איך האב באשלאסן צו ווידמען א באזינדערע אשכול איבער די היסטאריע ביז אהער, בכדי מען זאל פארשטיין בעסער וואס דאס איז די מצב דארט און וואס עס גייט דארט פאר.
איך קען טאהש ווי די אפדרוקן אין מיינע פינגערס, איך האב געלערנט דארט מיט אן ערך פון אכט יאר צוריק און איך פאר אהין צענדליגע מאל א יאר.
איך האב א גרויסע באדן צו קלאר מאכן און איך וועל עס פרובירן מאכן דעם קורצן וועג און גיין על ראשון ערשטן ועל אחרון צווייטן און איך האף אז דאס וועט זיין מיין לעצטע אנאליז איבער דעם שטעטל ווייל איך האב א שנאה צו זיך שלאגן מיט מענטשן.
מיט יארן צוריק האט טאהשע רבי שליט"א ולרפו"ש אויפגעבויעט זיין שטעטל און צו זיין זייט זענען געשטאנען זיינע געטרייע לייבן עטליכע אמאליגע צישאסענע אידן וועלכע האבן אלע מיטגעלעבט די שווערע וועלט מלחמה און מסכים געווען מיטן טאהשע רבי צו גיין במסירות נפש אין א עיר הנדחת צווישן פוסטע ביימער און פעלדער אויפצושטעלן אפאר געביידעלעך.
איין וועלט בארימטע פאמיליע מיט געטרייע און בלינדע מסירות נפש פארן טאהשן רבי האבן מיט די יארן אנגעהויבן אויפבויען דעם שטעטל און פון עטליכע בנינים האבן זיי געדאפלט דעם שטעטל און ארויפגערוקט ריזיגע בנינים וואס טאהש האט זיך נישט וואס צו שעמען דערמיט, זייער תקופה איז געווען א גלארייכע טראנספארמירונג אין שטעטל מיט בלוט און שווייס האבן זיי דערגרייכט צו יעדע אידישן נגיד פון פראנקרייך ביז תימן שאפנדיג שווערע הינדערטער מיליאנען דאלארן אויף א פארנעם וואס ווייניג האבן באוויזן בפרט אין יענע צייט, די טאהשע רבי האט פאר זיי געהאט א גרויסע הכרת הטוב און יעדעס ווארט איז איבריג.
ווען טאהשע רבי שליט"א האט אנגעהויבן אלט ווערן האבן זיך זאכן אנגעהויבן טוישן און מען האט ארויסגערוקט דעם פאמיליע אויף א שאנדפולן אופן זיי שפייענדיג אין פנים ווי פלאמעדיגע כפויי טובה און אזוי האט זיך אנגעהויבן א ווינט פון מענטשן קעגן די יעניגע וואס האבן פארכאפט דעם טראן.
דעי פאמיליע איז היינט צוטאג'ס די גרעסטע אדער איינע פון די גרעסטע פאמיליעס אין שטעטל מיט הינדערטער אייניקלעך וועלכע וואוינען שטאלץ אין די באדן וואס זייערע זיידעס האבן אויפגעבויעט בדם לבבם און ווי לעכערליך דארף מען זיין צו זאגן אז זיי זאלן זיך אוועקציען פון דעם שטעטל וועלכע זיי זענען געווארן אויפגעוואקסן דערין (נאך בעפאר דער היינטיגער מושל מ.ר. איז געבוירן געווארן) ווי זייערע ביזנעסער זענען, און ווי זיי האבן אלץ געהאט א געפיל צו דעם פלאץ.
מיט די יארן האט מען פרעכערהייט געביסן און געציפט די בני המשפחה ווען מען האט אין די איין מנין אין שטעטל נישט ערלויבט מענטשן צו געבן נעמען פאר די ניי געבוירענע קינדער און נישט געגעבן קיין עליות און נאך אסאך אזאנע מעשי רשעות וכפוי טובה וועלכע האבן צוגעברענגט א צוטיילונג אנהויב שוואכער און ווי שפעטער אלץ שטערקער ווען ביסלעכווייז האט זיך אנגעהויבן אוועקשטעלן א אייגענע מנין.
וועסטו זאגן טאהשע רבי האט געוואלט זיין באיחוד מיט זיינע תלמידים, איז די ענטפער דערויף אז ער האט אנגעהויבן אריינגיין אין די עלטערע יארן ווען מען האלט שוין נישט קיין קשר מיט מענטשן און אפילו ווען יא האט מען מיט צוואנג ארויסגעטריבן מענטשן פון די גרויסע מנין מיט אלע סארט טעראר.
די דיין אין די נייע קוים סטאביליזירטע קהילה הרב א. מ. טייטלבוים איז מסלתה ומשמנה וואס טאהש פארמאגט א שפיגעלע פון שטעטל, א באליבטע אינגערמאן, א גאון עולם, וועלכע זיצט און לערנט יומם ולילה און קריגט רעספעקט ביי רוב איינוואוינער,
ער פלעגט לערנען בחברותה מיט הרב י. ט. א דומ"ץ אין די טאהשע בית הוראה פון די שענסטע פרות וואס טאהש האט נאר ארויסגעגעבן, ער האט לעטצענס אוועקגעמופט (הרב י.ט.) פון שטעטל זאגנדיג אז "...טאהש איז פונקט ווי א געהיידזשעקטע פליגער פארכאפט דורך מערדער און וויבאלד ער האט מורא אז די פליגער גייט אין טאג קראכן, לאזט ער זיך ארויס דערפון מיט א פערישוט!!! קאמענטארן זענען איבריג.
הרב טייטלבוים האט געקריגן שימוש און זיך געלערנט אלע הלכה'דיגע פונקציעס ביי גדולי הדור אריינגערעכנט ביי איינע פון די טאהשה רבי'ס איידימער!
די מנין האט פארגעזעצט און מיט די יארן זיך אריינגעצויגן אין א גאר געאייגנט פלאץ (555 על שם די אדרעס) און מיט א הערליכע מקוה און אלע ציגעהערן האט די בית המדרש אויך אנגעהויבן פונקציאנירן אלץ א וואכן שול מיט פולע מנינים און שיעורים טעגליך.
ווען די גרויסע פייער (זינטאג דברים תשע"א) האט פארניכטעט אכצן דירות אין שטעטל האט די קהילה באשלאסן צו נוצן א נייע טאקטיק וויאזוי צו באשטראפן די איינוואוינער וועלכע האבן פארלוירן די האב און גוטס מיט דעם שריפה ( נאר 555 מתפללים פארשטייט זיך) מיטן נישט איבערבויען דעם אלטן בנין, און געבן דירות נאר פאר די וועלכע שטעלן זיך צו מיט אלע קאפריזן און שיגעת'ן.
האט זיך דאן אנטוויקלט א געלעגנהייט אז א גוי נעבן טאהש האט געזיכט צו פארקויפן זיין הויז און א "נחשון בן עמינדב" א געליטענער פון די פייער אהן א דאך איבערן קאפ האט געמאכט דעם באשלוס אז ער גייט עס אפקויפן, פון דא און ווייטער האבן זאכן אנגעהויבן גיין ארויס פון די טבע ווען א פולע דירות האבן אנגעהויבן ווערן אפגעקויפט אנהויב דורך די פייער געליטענע און מיטגעמאכטע נשמות וועלכע האבן זיך געוואלגערט פון בעיסמענט צו בעיסמענט אהן רחמנות,
און דערנאך דורך פולע משפחות וועלכע האבן געשמייכלט מיטן מצב און א מאסן ארויסוואנדערונג איז אריין אין קראפט.
עס האט נישט גענימען קיין לאנגע צייט, און אין א סעזאן ווען מענטשן האבן געשריבן קאנטראקטן איינע נאכן אנדערע אויף הערליכע געביידעס האט די אלטע קהילה אנגעהויבן באטריגערן עלטערן פון די בית חינוך לבנות וועלכע איך מיין אז עס הייסט בית צירל (פארעכט מיך אויב איך האב א טעות) און מען האט ארויסגעשטעלט קליינע מיידלעך פון די קלאסן אהן מעלדן פאר די עלטערן זיי צו קומען אפנעמען און איין מיידל איז געזיצן אהן סקול א יאר צייט, און מענטשן האבן באשלאסן צו אריינטאנצן אין א סקול, וכך הוא מען האט געפנט זיבן קלאסן פאר א שעה א טאג ביי מענטשן אין די הייזער און במשך הזמן האט מען געלייגט א האנט אויף צוויי שיינע געביידעס פאסיג און ריזיג די סקול האט זיך פארברייטערט און געעפנט אלע קלאסן אין א קורצע צייט אפשניט, כסדר האבן מענטשן ארויסגענימען קינדער אין די פלייץ האלט נאך אהן ווען די בית חינוך וועלכע ווערט גערופן "בית חינוך לבנות בנות ישורון ד'טאהש" פארמאגט שוין יעצט צוויי הינדערט מיידלעך קע"ה, דאס אז די עלטסטע קלאס פארט אריין קיין מאנטרעאל איז בכלל נישט קיין חסרון! טראכט אריין איין מינוט וואס עס מיינט אז די צענטראלע סאטמארע קהילה פינקציאנירט און ארבעט אינאיינעם מיט די טאהשע נייע קהילה (און עס גייט דא סאך טיפער)...
איין בנין אין הארץ פון שטעטל איז געווארן פאר'מסר'ט דורך אידישע אקטיוויסטן אז עס איז נישט לעגאל פאר א סקול און מען האט יעצט געלאזט א קאמפיין פאר א צווייטע בנין פון 1.6 מיליאן דאלער וועלכע די קאמפיין גייט אהן מיט א פולע פעסטקייט און ווען מען שליסט מקח וועל איך עס דא מעלדן אויב עס איז נוגע.
צוריק צום געגענט אינדרויסן, מיט די צייט האט זיך געעפנט די צווייטע גראסערי אין טאהש (אין די גלילות) פאר די מענטשן אינדרויסן און דא קום מיר אהן צום סאטמארע בית המדרש.
"זיך ארויסציען" מיינט אויף צוויי זייטן פון שטעטל, איין זיין איז פארהאן בערך פיפצן פאמיליע'ס מיט די גראסערי און דארט איז דא א בית המדרש וועלכע רופט זיך קערעסטיר על שם הרה"צ ר' ישעי'לע מקערעסטיר זצ"ל און איז אין שטוב פון אן אייניקל פון ר' ישעי'לע, און די צווייטע זייט וואוינען די איבריגע דרייסיג פאמיליעס גאר ווייט פון שטעטל (צען צוואנציג מינוט צו שפאצירן פון שטעטל) לענגאויס פולע רוהיגע געסלעך.
ריעל עסטעיט מאגנאטן פון ברוקלין וועלכע
באזיכן די נייע געגנט ווערן געפלעפט פון זעהן וואספארא באשיידענע פאלאצן קליינע אינגעלייטלעך האנדלען זיך איין פאר ביליג.
אויף יענע זייט וואוינען עטליכע משפחות וואס האבן זיך געצויגן פון מאנטרעאל צום נייעם דעוועלאפמענט און אזוי אויך בכדי צו געניסן פון שטיצע ביי די סאטמארע חסידים אין מאנטרעאל האבן זיי באשלאסן צו געבן א נאמען פאר זייער בית המדרש "סאטמאר"
די בית המדרש ביזדערווייל איז ביי איינעם אינדערהיים וועלכע האט א קליינע פאמיליע און א גרויסע הויז און מען האט הערליך אויפגעפיקסט די גאנצע בעיסמענט פאר א שיינע תורה צענטער מיט א באזינדערע ענטרענס, און א שיינע מקוה מפוארה איז אין פלאן נאכצופאלגן בסיעתא דשמיא.
די בית המדרש איז נאך א שירעם אפטיילונג פון די קהילה אונטער די פולע פירערשאפט פון די חשובע דיין הרב טייטלבוים וועלכע באקומט באצאלט זיין געהאלט פון די קהילה.
יעצט אין קורצן די פאקטן.
בית המדרש החדש אבריכם (555) דרי מנינים יעדע שבת ויום טוב!
מנינים און שיעורי תורה משך די וואך.
א מקוה.
אין שטעטל איז דא נאך א מנין פון מענטשן וועלכע קימט פאר מיט רשות פון די רבי (שוין פאר לאנגע יארן צוריק) נאר שבת און יום טוב וועלכע הייסט די "כץ מנין"
א בית חינוך לבנות מיט צוויי הינדערט תלמידות.
דריי בנינים. (לעת עתה צוויי)
צוויי באסעס.
א אפיס מיט א געטרייע שטאב פון פאנדרעיזער'ס.
א געגנט מיט פולע צופרידענע פאמיליעס.
צוויי מנינים יעדע שבת ויום טוב.
א כשרע סופערמארקעט "כולל גראסערי".
א שיעור אינאיינעם ווי אויפן שטייגער פון יסודי התורה מיט בחינות און אפצאלונגען.
קמחא דפסחא אין צייט פון ימים טובים.
און נאך שיינע נאבעלע אקטיוויטעטן משך א גאנץ יאר.
און עס איז ווערד צו אנצייכענען אז פולע משפחות וואס האבן באקומען זייערע הייזער אינקלאדעט מיט א שווים באסיין האבן עס אויפגעגעבן און אויסגעריסן צוליב וואס די טאהשע רבי שליט"א האט נישט געוואלט אז מען זאל דאס האבן.

מ'מאכט זאכן מעגליך.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
צום באגריסן אז פאר עמיצן איז באפאלן די מי אנצושרייבן איבער דער דאזיקער וויכטיקער נושא. טעראר בחוצות אנדערע יידישע שטעטלעך—בעיקר אין ניו¯יארק—האט מען שוין דערלאזט זיך טריקענען תחת עיני השמש אן א שיעור. בלויז דארט צו קאנאדע זעט מען נישט ס'זאל געריכטעט ווערן דעם קול מחאה.
דער אביאקטיווער לייענער מוז אבער זיין בלינד אז פארזעט ער אנצומערקן אז דער דאזיקער ארטיקל איז געשריבן זייער איינזייטיק, און איז פון א ביליקער סארט. איך בין נישט איבריג באקאנט מיט דער ארטיקער פאליטיק, דאס לעצטע מאל כ'האב אראפגעשטעלט א פוס אין יענעם דארף איז געווען אנגעפער מיט אכט יאר צוריק צו א חתונה פון מיינס א קרוב. פארט איז יענץ ארט נישט אזוי פרעמד פאר מיר עד כדי ס'זאל זיך מיך לאזן איגנארירן עטליכע נקודות.
קודם כל, אפשר זאגט איר וויאזוי עס גייט דערצו דאס נעמען א ברייטהארציק¯מסירת נפש'דיקע משפחה וואס האט תמיד זיך באשעפטיקט בלויז מיט גוטס פאר דעם גאנצן כלל, אנשי חסד וועלכע האבן צוליב זייער בלינד מסירת נפש און געטריישאפט פאר דעם צדיק פארפלייצט אן ערליך יישוב מיט אוצרות זהב ונחושת וועלכע זיי האבן באוויזן צו דערשלעפן פון תימן, און אן קיין שום סיבה אויף דער וועלט, ווי ס'לייענט זיך אין א פשוט קאפיטל היסטאריע, האט מען זיי א כאפ געטאן, און אויף א שאנדפולן אופן און מיט א שפיי אין דעם פנים זיי געשטויסן צו די הינט לדאבון לב פון יעדן טאהשער חסיד, און אוודאי צאצאיהם וצאצאי צאצאיהם וועלכע ציילן זיך אין זיין די גרעסטע משפחה אין יענעם שטעטל.
והשנית, וואס טייטשט דער פריש¯געקרוינטער דומ"ץ איז א גאון עולם? נישט אז איך האלט אז דאס איז א נייטיקייט פאר דעם מציאות עס צו לאזן וואס דאס איז. פאר דעם ריינעם אמת, גלייב איך, איז אינגאנצן נישט וויכטיק דאס האבן דוקא א גאון אין זיין באזיץ. אויף צו פראבירן אנצייגן וואספארא פנים עס טראגט אן איינזייטיקער ארטיקל, איז אבער יא ווערט אויך דאס אנצומערקן. איז ער א מחבר ספרים? איז שייך ערגעצווו נאכקוקן איבער זיין גאונות?
אגב, געהערן טאקע אלע אכצן משפחות פון יענעם אפגעברענטן בנין צו דער ארטיקער אפאזיציע? א coincidence?

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
נפש יהודי האט געשריבן:אגב, געהערן טאקע אלע אכצן משפחות פון יענעם אפגעברענטן בנין צו דער ארטיקער אפאזיציע? א coincidence?
בעל מדות האט געשריבן:ווען די גרויסע פייער (זינטאג דברים תשע"א) האט פארניכטעט אכצן דירות אין שטעטל האט די קהילה באשלאסן צו נוצן א נייע טאקטיק וויאזוי צו באשטראפן די איינוואוינער וועלכע האבן פארלוירן די האב און גוטס מיט דעם שריפה ( נאר 555 מתפללים פארשטייט זיך) מיטן נישט איבערבויען דעם אלטן בנין, און געבן דירות נאר פאר די וועלכע שטעלן זיך צו מיט אלע קאפריזן און שיגעת'ן.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לית דין בר נש האט געשריבן:נפש יהודי האט געשריבן:אגב, געהערן טאקע אלע אכצן משפחות פון יענעם אפגעברענטן בנין צו דער ארטיקער אפאזיציע? א coincidence?בעל מדות האט געשריבן:ווען די גרויסע פייער (זינטאג דברים תשע"א) האט פארניכטעט אכצן דירות אין שטעטל האט די קהילה באשלאסן צו נוצן א נייע טאקטיק וויאזוי צו באשטראפן די איינוואוינער וועלכע האבן פארלוירן די האב און גוטס מיט דעם שריפה ( נאר 555 מתפללים פארשטייט זיך) מיטן נישט איבערבויען דעם אלטן בנין, און געבן דירות נאר פאר די וועלכע שטעלן זיך צו מיט אלע קאפריזן און שיגעת'ן.
לית דין בר נש: דו ברענגסט אראפ יענעמ'ס קוואוט. און דו לאזסט עס ביי דעם. אבער וואס איז דיין מיינונג איבער דעם גאנצן ענין. אויב דו האסט דיך אנגערופן, וויל דער עולם וויסן וואס דיין מיינונג איז...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
איך האב קיין מיינונג מיינע פיס האבן נאכנישט גיטרעטן אויף די שטעטלע טאהש
איז איך ווייס גארנישט ניטאמאל ווי אזוי ר' מיילעך זעהט אויס ווייס איך
נאר נפש היהודי האט עפעס גיפרעגט אויפן בעל מדות און איך האב גיזעהן אז בעל מדות האט גירעדט דערפון האב איך עס געקוואוט
איז איך ווייס גארנישט ניטאמאל ווי אזוי ר' מיילעך זעהט אויס ווייס איך
נאר נפש היהודי האט עפעס גיפרעגט אויפן בעל מדות און איך האב גיזעהן אז בעל מדות האט גירעדט דערפון האב איך עס געקוואוט
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
איך האב געהאט א מלמד אין חדר איז געבליבן פון אים א גוט ווארט אין זכרון
טאמער אמאל האט ער איבערגעצויגן די שטריקל מיט א קינד און א טאטע האט אמאל אמאל זיך אנגענומען פאר זיין קינד ( יא ס'האט זיך געמאכט אמאל אמאל אזא זאך ........ ) אדער אמאל אז מ'האט אראפגערופן א טאטע קער נעמען פון זיין קינד און די טאטע מיטן קינד פלעגן רעדן צו די מלמד
האט דער מלמד אלעמאל געזאגט אין אזא פאל קודם מיט א זשאוק קילער צו מאכן די שטימונג דו ברענגסט דיין טאטע לאמיך ברענגען מיינס
מר. בעל מדות סעים היר דו מיינסט אונז לעב מיר נאך אין די אמאליגע וועלט ווען מ'קען זיך נעמען צום פאפיר און זיך מאכן פאר די וועלטס רחמנות און קרייען און שרייען
עטץ זענטץ א באנדע מחוצפים עטץ ווילטס נישט ר' מיילעך זאל זיין רבי און פערטיג
סאו אז דו ווילסט שרייבן איין זייט פון די מעשה ברענג אהער ר' מיילעך זאל ער שרייבן זיין זייט פון די מעשה און נאכדעם לכו נא ונוכחה

- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
בעל מדות האט געשריבן: און עס איז ווערד צו אנצייכענען אז פולע משפחות וואס האבן באקומען זייערע הייזער אינקלאדעט מיט א שווים באסיין האבן עס אויפגעגעבן און אויסגעריסן צוליב וואס די טאהשע רבי שליט"א האט נישט געוואלט אז מען זאל דאס האבן.
ס'וויל זיך מיר גלייבן אז דאס האבן זיי געטון פון דעם אייגענעם ווילן, זיי האבן זיך בכלל נישט אנגעשטרענגט לעשות רצון אותו זקן.
דער נארוואס-געווארענער בעל הבית האט געווארפן א שפיזיג בליק אויף יענעם בור שדרכו להזיק, דער מקור הטומאה פון וואנען די ערלים טוען מפיץ זיין אויף דער וועלט שחוק וקלות ראש, און האט באלד גערעכנט אז דער שטח איז ממש פאסיג פאר א סוכה. ס'רעביצינ'ס פלענער צו מאכן פונעם גאראדש די סוכה איז פראסטע אמערעצעס און נאריש ביז גאר. ס'ברויך דאך זיין אפען צום הימל און נישט צום קדשי קדשים. שוין, אין חכמה לאישה אלא בפלך. זאל מען פונעם גאראדש מאכן א פסח קאך, און ביים שווים-באסיין ארויפציען פיר ווענט און דערויף א בינטל סכך. פאר א סטארידש וועט מען זיך שוין העכסטנס זארגן.
וואס זאגט איר, דער טאהשער רבי האט נישט געלאזט? נעוואדע האט ער נישט געלאזט. וועלכער ערליכער איד לאזט דען יא? באלד וועסטו נאך זאגן אז דער טאהשער רבי האט נישט געלאזט טרייבן ביציקלעך.
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
גאנצל האט געשריבן:איך האב געהאט א מלמד אין חדר איז געבליבן פון אים א גוט ווארט אין זכרון
טאמער אמאל האט ער איבערגעצויגן די שטריקל מיט א קינד און א טאטע האט אמאל אמאל זיך אנגענומען פאר זיין קינד ( יא ס'האט זיך געמאכט אמאל אמאל אזא זאך ........ ) אדער אמאל אז מ'האט אראפגערופן א טאטע קער נעמען פון זיין קינד און די טאטע מיטן קינד פלעגן רעדן צו די מלמד
האט דער מלמד אלעמאל געזאגט אין אזא פאל קודם מיט א זשאוק קילער צו מאכן די שטימונג דו ברענגסט דיין טאטע לאמיך ברענגען מיינס
מר. בעל מדות סעים היר דו מיינסט אונז לעב מיר נאך אין די אמאליגע וועלט ווען מ'קען זיך נעמען צום פאפיר און זיך מאכן פאר די וועלטס רחמנות און קרייען און שרייען
עטץ זענטץ א באנדע מחוצפים עטץ ווילטס נישט ר' מיילעך זאל זיין רבי און פערטיג
סאו אז דו ווילסט שרייבן איין זייט פון די מעשה ברענג אהער ר' מיילעך זאל ער שרייבן זיין זייט פון די מעשה און נאכדעם לכו נא ונוכחה
אויב די ווילסט אים אהערברענגען דאן ברענג אים אהער, איך בין נישט געקימען שרייבן אויף קאווע שטיבל בכדי צו באקומען אנאליזן פון גאנצל
אויף מיין חוצפה און הערן פערזענליכע אפשאצונגען, איך האב געזעהן ווי מענטשן קענען נישט דעם נושא און איך האב דעריבער געשריבן די פאקטן וואס עס גייען פאר דארט און אויב די ווילסט עס נישט לייענען דאן מאך צו די אויגן, ווילסט זיין זאכליך דאן פרוביר אפפרעגן זאכן וואס איך האב געשריבן און נישט רייס ארונטער, איך שרייב ווייל איך ווייס יא און נישט ווייל איך ווייס נישט, איך קען דיך איבערצייגן אויף יעדע ווארט וואס איך האב געשריבן מיט נויטיגע איבערווייז.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
אה דו זאגסט בלויז די "פאקטן" אה איים סארי ענטשולדיגט גארנישט געמיינט איך צו צוריק
יו די אומשולדיגע ווארט בלויז די פאקטן קומט גוט צונוץ
ר' משה ראטמאן דער געטרייער און איבערגעגעבענע גבאי וואס האט מער נישט געוואלט צולאזן די שמוציגע נידריגע זאכן ווי ברענגען גויטעס עולה זיין און טשעפענען ר' מיילעך האט אויך בלויז פאקטן
אבער פארשטייט זיך אז איך האב געשריבען די אמתע פאקטן און זיינע פאקטן זענען נישט אמת
פון בלויז פאקטן גייט געבוירן ווערן אמתע פאקטן
יא ככל הגוים בית ישראל יעדע קהלה האט אמתע פאקטן מיט זייערע בעלי מחלוקת

- קאסטנער
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
- האט שוין געלייקט: 309 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
ביי א יעדע מחלוקת ברענגט יעדער נאר "פאקטן" אבער מען ברענגט אויך וואס די פאקטן זענען, צי שרייען אויף יענעם אז זיינע פאקטן זענען שקר אן ברענגען פאקטן פארקערט איז נישט קיין טענה,
אדרבה שוין געווען וואס האבן דערמאנט דא אז זיי ווילן הערן די צווייטע זייט נא אדרבה זאל קימען איינער אין פארציילען אבער אויף ביזדערווייל דארף זיך קיינער נישט האלטן די אטעם אין מקען פארציילן סיי וואס פאר א פאקטן מווייסט נאר.

- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
נאכן איבערליינען די וויקיפידע איבער די א.ג. טאהשער טיילונג, האב איך געוואלט ארויף קומען אויפן באדן, און גיין פאמעליך אויפן ראשון אחרון ליניע, פשוט צו אויסקלארן די ליינער אז מען רעדט דא איבער טאהש. ווייל ליינענדיג די שורות קען זיך דוכטן אז מען רעדט דא איבער א מחלוקות פון אינזעקטן וואס שלאגן זיך איבער א חטיכת חרה, אדער גאר א ווילדער ברידער קריג אין מיטל מזרח.
אבער דער אמת איז, עס איז שטורעם אין גלעזל וואסער.
ווי געשריבן אין א דערנעבעדיגן אשכול, "אין כאן טיילונג, ולא 1.6 מיליאן דאלער, לא קערעסטיר, ולא בנות ישורון", אבל יש כאן פאנטאזיעס, ודמיונות. איך ווייס נישט וויפיל אירע זענען אינטערסירט צו הערן און דערלערנען איבער די יובל'דיגער דארף. אבער פאר א דרויסענדער וואס ליינט דעם אומשוליגן טיילונג וויקיפידיע, קען זיך דאכטן אז מען רעדט דא פון א שטעטל וואס האט באלד זיבן טויזענט איינוואונער, און ריזיגער פעסטונגען מיט קערעסטירער און בנות ישורון שולדן פלאטערן ביים שפיץ פון די מוסדות, געלע באסעס (כמעט דריי..) קורסירן איבער די גאסן מיט פייפענדיגע נערווירענדע מאטאריסטן. און קמחא ד'פיסחא נאבעלע אקטיוויטעטן זענען אויסגעשורה'ט ענדלאז ווי אויף קענט עוועניו. אזש מען האט געמוזט אראפברענגן רילעסטעט מאגאנאטן פון די ארה"ב צו הייבן די שטוינהאפט צו א קלימאקס פון די שיינע פאלאצן בעזעצט דורך קליינע אינגערלייט.
יעדער וואס האט נאר צוויי פייער באלס אינמיטן קאפ זעט אליין אז די ווערטער זענען געשריבן געווארן דורך איינער וואס האט זיך געדרייט אינעם דארף ווי א גאסט אויף א וויילע, און גענומען א גרינטלאזער מיינונג מיט א גאסט גלעזער, און אפגעלערנט דעם טאהשען דינאסטיע ביז עס איז געווארן ווי א אינטערגאלע אפדריק פון האנט. אזוי אז צומאל מוז ער בכבודו אראפפארן צום דארף כדי שלא ימוש ה'פינגער אפדריק.
בעצם האב איך נישט געפלאנט צו ענטפערן, ווייל די סדר העולם איז אז אויב מען דריקט אויס עפעס א שערוריה, און עמיצער קומט און ווארפט עס אפ, ווערט עס אויטאמאטיש קעגנזייטיג. צוויי מיינונגען. טראץ וואס דער גאנצע שערוריה איז ארויסגעזויגן געווארן פון פינגער. און וואס וואלט פאסירט אויב איך וואלט נישט געענטפערט? וואלט זיך די טיילונג צוריק פאראייניגט, די מאגנאטן וואלטן צוריק געפארן צו די פאראייניגטער שטאטן. און די וויקיפידע וואלט זיך אויסגעליפטערט, ווי 'פארמעגליך' ואבזוריהו. ווייל עס וואלט נישט געווען צוויי מיינוגען, נאר בלויז א מיינוג פון א ישיבה לערנער. אבער היות די גאנצער טיילונג האט צוטיילט מיינע מילצען געלעכטער אויף צוויי, האב איך באשלאסן אפצושוינען די ליינער פון מיסלידינג און וואנט ארבעסריי.
עס איז אוממעגליך אויסצוליפטערן א פופציג יעריגער דינאסטיע, אין א קורצער אנליין תגובה. איבערהויפט ווען איך ארבעט נישט פאר חיים שאולזאהן, און נישט פאר די ניו יארק פאסט. איך וועל איבערלאזן די לאנגע הספדישער ארטיקלען פאר פארמעגליך אדער פאר אנדערע מגיבים. דעריבער וועל איך איבערהיפען דעם אריינפיר וואס ברענג אונז צו יארן צוריק. איך וועל בלויז פראבירן צו ענטפערן אויף דער בעל האשכול, און איך האף ער וועט זיין א נועם המידות און נישט מאכן זיין לעצטער אנאליז פאר אן ערשטן. אזוי וועלן די ארבעס נישט אזוי שטינקען און די טיילונג וועט זיך עטוואס סטאבאליזרען.
א טיילונג מיינט און האט פאסירט ווען די חתם סופר האט זיך אפגעשניטן פון די נעאלאגען, א טיילונג מיינט און האט פאסירט, ווען דער ברך משה איז נפטר געווארן און סאטמאר האט זיך געשפליטערט אויף צוויי. א טיילונג האט פאסירט וועט רבי נפתלי מבאבוב איז נפטר געווארן און באבוב איז געווארן 48. א טיילונג פאסירט אבער נישט ווען 'איינער' אדער 'צוויי' האט זיך אויפגערעגט אויף זיין אויבערהאר צוליב הסכסך הממון, אדער פארקערט. א טיילונג פאסירט נישט ווען פאזיציעס טוישן זיך, און א טיילונג פאסירט אויך נישט ווען איינער עפענט אויף א ביהמ"ד אין זיין דיינונג רום.
טאהש פארמאגט א קארגע 400 משפחות, צו זיין מער קארעקט, 500 משפחות, רוב פון די איינוואונער זענען תלמידי טאהש, און די איבריגער פערטל זענען נטירי קרטא סוג מענטשן, אדער אויפשטענלדערס פון אנדערע קרייזן, וועמען טאהשער רבי האט אריבער געשלעפט באהבת לבו. והנה, טאהש איז אנגעגאנגען פאר יארן לאנג פארהעלטעמעסיג גוט. ביז באמצת הימים האט איבערגענומען י.ב. לאווען וואס האט געפירט די קהילה מיט א דיקטערישע האנט, (איך וויל האלטן די ארטיקל ארגינעל און נאטירליך, ממילא וועל איך פראבירן 'דאס בעסטע' נישט צו שפייען נעגעטיוועטי און שלעכטע אויסדריקן אויף מענטשן, איך וועל לאזן יעדעם איינעם אויספילן תוארת ולשונות אויף די מענטשן וועם ער האט נישט ליב). די קהילה האט געסאקט, געלט איז נישט געווען, הייזער זענען נישט געווען. אזוי איז געווען ביז די ניימאן ברידער זענען אריינגעקומען אין אמט באחרית הימים. צען פעטע יארן זענען געווען, געלט האט זיך געגאסן ווי מיסט, הייזער האבן געבליהט, עס איז ממש געווען ווי שלמה המלך בשעתו. (איך גיי איבערהיפן די אלע שרעקליכע עפיזאן וואס זענען פארגעקומען מאחורי הפרגד דורכאויס די ניימאן פאנדרעזונג, פאסירונגען וואס זענען שווער צו פארציילן צוליב טוב השתיקה. אויב לייג איך ארויף איין בילד וועט עס רעדן מער ווי שאולזאהנ'ס גאנצע ווערק.)
אחר הדברים, איז אנשטאנען א סכסוך צווישן די רב (ר' אלימלך) און די ניימאן ברידער. עס איז געווען א תקופה ווען די ניימאנ'ס האבן אינטערגעהינקעט מיט די פאנדרעזונג. געלט איז געווארן אביסל אנגעצויגן, און די כלי קודש און פארוואלטונג האבן פארפעלט געהאלטן. באותו תקופה איז נאך לאווען געווען אקטיוו, און ריסערייען האבן פארגעזעצט צוליב זיין ווירטשאפט. נאך א לענגערע געשלעג האט ר' אלימלך ארויסגעווארפען לאווען, און באלד דערנאך האט נאכגעפאלגט די אויפזאגונג פון די ניימאן ברידער. (איך גיי נישט אריינגיין, צו עס איז יא ריכטיג געווען זיי ארויס צו ווארפן, אדער נישט, ווייל עס איז אירעליווענט צו אונזער שמיעס. מיר שמיעסן אויס די בלויזער מציאות וואס האט פאסירט. יעדער קען זיין ביי זיין מיינוג וואס וואלט געווען בעסער, ואין קץ לדברי רוח).
הכלל, דא איז אנשטאנען א דירעקטער קריג צווישן די רב און די ניימאן ברידער, בנוסף צו לאווען. היות לאווען האט געהאט אויף זיין נאמען די גאנצע קריה, האט ער אויסגעטיילט ציפקע צרות, ביז מען האט אויסגעקויפט די נאמען פאר שווערע מיליאנען און צוריק געשריבן אויף ר' אלימלך'ס נאמען. באותו שעה איז אלעס געבליבן אין א געוויסע מאס סטאבאליזרט. אבער היות די ניימאן ברידער האבן געליטן א שרעקליכען דורכפאל, האבן זיי זיך אריינגעווארפן בלב ובנפש מיט א אויסשליסליכע מטרה, צו מבזה זיין - טראץ זיי זענען טאהשער תלמידים, און פארמער סעפארטערס - און אינטערברענגן כל הכבוד לבית טאהש. יארן לאנג פלעגט ערשיינען עיתוני פלסטר געשטיצט דורך ניימאן (און ע"פ רוב דורך לאווען בשתיקה, ווייל מען האט געמאכט אן עגרימענט מיט אים, אז ער טאר נישט אריינרעדן און האבן קיין שום שיכות מער מיט טאהש ואביזיריהו) מען פלעגט פלינדערן און פארברענען נכסי קודש. איינמאל ביי א חתונה האט איינער פון די אחי ניימאן ממש געשלאגן און געשטויסן ר' אלימלך. זיי האבן אין פילן בוכשטעבליכן זין פון ווארט מבזה געווען און געשענדעט כל הכבוד לבית טאהש אויף די ערגסטע אופן וואס נאר שייך.
כדי צו מאכן דעם אנשטעל מער פארמעל, האט מען גענומען אויף א ציל ברעט צו שענדן משה רוטמאן, ווייל עס האט נישט געפאסט זיך אפען צו פארמעסטן מיטן רב. עס איז איבריג צו דערמאנען וואספארא רדיפות עצימות נוראות מען האט אים אנגעמאכט, אויף אזוי ווייט אז באלד גייט אפיר שפראצן גאנצע עפיזאדן פון רשעות וואס איז אפגעטון געווארן דורך רוטמאן, וואס דאס אלעס איז אין א דירעקטן רעזאלטאט פון די עיתוני פלסטר. אמת אז מ.ר. איז געוויס זיך ווערט זיין געלט, און עס איז אירעלווענט צו דעצידירן זיין רשעות, ווייל מיר זענען אויף א מיסיע ליבערשט צו דעצידירן די "טיילונג".
גראד אנפאנג פון די קריג, האט זיך איינער פון די אחי ניימאן זיך אויפגעהויבן און אפגעטראגן פון דארט מיט זיין גאנצע פאמיליע. ער האט געטון א קלוגער שריט. פעק ענד ליוו. אפגעטראגן, ארויסגעטראגן, ארויסגעסיינט, און לאז מיר צוריה. דער אנדערע ברידער איז אבער יא געבליבן, און ער מיט זיינע קינדער פארנעמען א שיינע חלק פון די שטעטל. דער ברידער וואס איז געבליבן איז שוין ליידער א שוכן עפר, און איז נעבעך אוועק פאר צוויי יאר צוריק נאכן ליידן א קראנקהייט. דערפאר וועל איך מיך צוריק האלטן פון רעדן פון אים. יהא זכרו ברוך. די קינדער זענען נאטירליך געבליבן פאר פיינטעט צום רב, און האבן אזוי דערמיט זיך פראבירט צו דערווייטערן פונעם רב. די פראבלעם איז אבער אז כדי זיך צו דערווייטערן פונעם רב האבן זיי זיך אויך געדארפט דערווייטערן פונעם רבין. און דאס טויג דאך נישט. מה עשו? פתחו ביהמ"ד, עס איז דער איינציגסטער אנדערעם ביהמ"ד אין שטאט. די שול איז סטאנציאנירט געווארן אינעם הויז פונעם אנטלאפענעם ברידער. און אזוי האבן זיך צוגעצויגן צו דעם שול אלע פרעמדע מענטשן וואס פלעגן דארט יארן וואונען אבער האבן געהאט ראבערייען מיטן רב. וואס וועט אבער זיין מיט א רב פארן שול? האבן זיי גענומען א אינעגערמאן וואס האט נישט קיין שיכות מיט טאהש. זיין נאמען איז אלכסנדר משה ט"ב, און ויקרא שמו בישראל "דיין". דער אמת איז לא קרא ולא שנא, ער איז סתם א פאלנער מענטש, וואס כמה אלכסנדר'ס איכא בראדני, עפעס אזא סארט בחינה. און פאר א צווייטן קען מען איינרעדן, אז ער האט שימוש, אדער סמיכה, און כדי צו דערהייבן דעם טיילונג פראסעס, לייגט מען צו ביי "אלע גדולי הדור". איך מיין אז מחילה האט ער יא... הכלל, די תוארים זענען סתם געווען צו ציען דעם גאלדענעם קייט פונעם טיילונג.
אין רעזולטאט פונעם ביהמ"ד, האט זיך ווי א קייט געצויגן רייבערייען אינערהאלב זייערע קינדער אין די מוסדות. זענען זיי אויפגעקומען מיט א געדאנק צו עפענען א סקול. אבער נאך א שטונענדיגער געשיכטע. היות טאהשער רבי האט אייביג מנגד געווען אז מען זאל נישט וואונען אינדרויסן פון טאהש, האט זיך געמאכט אז עפעס א משפחה פון די פרעמד האט זיך באזעצט אינדרויסן פון טאהש. טאהש האט אבער געזאגט. מיר נעמען נישט אריין קינדער נישט פון טאהש. פיריאד. (יא גערעכט, נישט גערעכט, דאס איז געווען די מציאות). זענען אפיר געטאנצען, די ניימאן קינדער, און האבן געזאגט: אזא זאך נישט אריינצונעמען א אידיש קינד, מיר גייען אליין! און האבן זיי אריינגענומען די קינד ביי זיי אין מוסד צום סוף? א ריזיגער לא. די קינד, איז צום סוף געפארן קיין מאנטריאל. כדי ממחיש צו זיין בעסער, עס איז בערך אזא פרשת ווי פריעדמאן אין בעלזא-ארץ ישראל. ביילייפיג.
די א.ג. סקול דרייט זיך פון איין הויז צו דער צווייטער, יעדן טאג הערט מען פרישען באריכטן איבער 1.3 מיליאן נומערס און קאנטרעקטס. לא היה ולא נברא. דער ביהמ"ד גופא באשטייט אליין פון אינערליכע געפערליכע רייבערייען. אהרן מזרחי, אייינער פון די גרויסע ספאנסערס, שרייט, גענוג. דער שמש פון די שול איז אנטלאפן, און דאווענט שוין מער נישט דארט. הכלל, דער מהיכן ירק זה חי האט צוגעפירט אז די אלע א.ג. מוסדות זענען צורינען. עס איז דא איין אלטער באס וואס פארט ארום דעם שטעטל מיט 29 מיידלעך. רוב פון די סקול באשטייט פון ניימאן קינדער, וואס זענען מער בעלבאטישער. און די אנדערע האלב זענען עקסטרים פרומער מיידלעך, סא עס איז מוצא מיט האניג.
ועל של עתה באתי, דער טיילונג איז אזוי ווי דער מיטל פונקט פונעם אטאם איז צוטיילט געווארן. עס איז נישט דא וואס זאל זיך צוטיילן. מען רעדט סך הכל פון צוויי צענדליגער מענטשן. און פון די קומץ אנשים זענען א חלק אויפגעברויזט, און א חלק דערפון פרעמדע מענטשן, סא עס איז מער ווייניגער אויפשטענדלער ווי א "טיילונג אין די זעלבע חסידות", און מען קען גארנישט טון אויסער ווי האקן טעקסט אין ווארד. ווייל צו פאנדן פאר אזא אבסורדע מחלוקה דארף מען האבן געלט וואס קען אויך זיין מיסט. זיי האבן נישט קיין פעני צו די נשמה. אויב טאהש זעלבסט מיטשעט זיך האבן די מענטשן אודאי נישט.
אינדרויסן פון טאהש האט א אינגערמאן יונגרייז אנגעפילט א ריזן ווערהאוז און געמאכט פון דעם א געשעפט. איר קענט זיך פארשטעלן א שטעטל מיט 400 משפחות קען איין גראסערי ברייט דעקן. אבער די ניימאן קינדער האבן געמיזט עפענען א אייגענע גראסערי ווייל דער אייגענטומער פונעם שטעטל גראסערי איז א שטוצער פון ר' אלימלך (נישטא ווער עס זאל לאכן) געווען דארט א ווערטל, אז פאריאר פסח ווען יענער האט געפענט די גראסערי, האט דער אינגערמאן געמיזט אהיים נעמען אלע באטלעך יארגערטס פאר זיך אינדערהיים.. צוליב די פליס פון קונים..
די גראסערי איז שוין א טיילונג שבטיילונג. בבחנית אפילו שבהסתרה.
כדי צו פארבן די טיילונג פילפאכיג האט דער בעל האשכול צוגעלייגט אז די דרויסענדע איינוואונער האבן אויסגעריסן די שווים באסיין (דאס איז א סווימינג פאול אין אידיש..) כדי ממלא צו זיין רצון הצדיק. וואט א דזשאק!..
יעצט אין קורצן די פאקטן.
בית המדרש החדש אבריכם (555) דרי מנינים יעדע שבת ויום טוב! און די שול איז נאר שאלה פון צייט אויפן המשך, ווייל די מעגע סעפארטער און שמש זענען אנטלאפן. עס סאנד ווי אין די מחנים ביכלעך..
מנינים און שיעורי תורה משך די וואך. - דאס איז פשוט כדי צו מאכן נאך א שורה, אבער עס געבט נישט צו נאך א פאקט.
א מקוה. - נאך א שורה. צו זיין א מזכה לחבירו, וועל איך צולייגן נאר אפאר שורות: א וואנט, א דאך, א פלאר, א בימה, א שטענדער, און טישוס אויפן טיש.
אין שטעטל איז דא נאך א מנין פון מענטשן וועלכע קימט פאר מיט רשות פון די רבי, נאר שבת און יום טוב וועלכע הייסט די "כץ מנין" - די כ"ץ מנין איז זייער פשוט. דער רבי האט געגעבן רשות פאר זיין מחותן צו האבן א מנין ווייל ער איז געווען צו אלט און שוואך צו קומען אין שול. און עס האט זיך ערווארבן פאר א קלויז "דיינונג רום" מיטן רשות פון רבין. די מחותן איז שוין א שוכן עפר יארן לאנג.
א בית חינוך לבנות מיט צוויי הינדערט תלמידות. - גוזמא קתני. די איבריגע לערנט אין מאנטריאל.. בכלל נישט קיין פראבלעם, פארקערט, עס איז אסאך בעסער.
דריי בנינים. (לעת עתה צוויי) - להד"מ.
צוויי באסעס. - איין געלן באס.
א אפיס מיט א געטרייע שטאב פון פאנדרעיזער'ס. - (?)
א געגנט מיט פולע צופרידענע פאמיליעס.- נאך א שורה.
צוויי מנינים יעדע שבת ויום טוב. - אין דיינונג רום'ס.
א כשרע סופערמארקעט "כולל גראסערי". - ביסט זיכער אז עס איז כשר? און וואס איז דאס כולל גראסערי?
א שיעור אינאיינעם ווי אויפן שטייגער פון יסודי התורה מיט בחינות און אפצאלונגען. - (?)
קמחא דפסחא אין צייט פון ימים טובים.- א ביצה א משפחה, אזוי גרויס ווי די טיילונג.
פאר וואס זאג איך עס אייך? איך קען נישט טעלארירן פטפוטי דברים. אנטשלודיג בעל המידות פארן אריינקומען אין דיין באדן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
לית דין בר נש האט געשריבן:נפש יהודי האט געשריבן:אגב, געהערן טאקע אלע אכצן משפחות פון יענעם אפגעברענטן בנין צו דער ארטיקער אפאזיציע? א coincidence?בעל מדות האט געשריבן:ווען די גרויסע פייער (זינטאג דברים תשע"א) האט פארניכטעט אכצן דירות אין שטעטל האט די קהילה באשלאסן צו נוצן א נייע טאקטיק וויאזוי צו באשטראפן די איינוואוינער וועלכע האבן פארלוירן די האב און גוטס מיט דעם שריפה ( נאר 555 מתפללים פארשטייט זיך) מיטן נישט איבערבויען דעם אלטן בנין, און געבן דירות נאר פאר די וועלכע שטעלן זיך צו מיט אלע קאפריזן און שיגעת'ן.
אויף די איינצעלע קוואט פיל איך אויך פאר וויכטיג צו קוואטן. עס איז שקר וכזב, ליגענט פון קאפ ביז פיס!! די מעשה איז אמת און דיין סיבה מאכט איר אויסזען פאר א אנדערע מציאות. רוב פון די אכצן האבן באקומען פרישע דירות. א חלק דערפון האלט מען יעצט אינמיטן בויען. איין פערזאן ח. י. ג. האט אפגעיאפעט. א לאנג יעריגער וועלט בארימטער טעראר מייסטער. און דער צווייטער פארשטיין י. ב. ל. האט מען אים געזאגט אז ער זאל סטאפן טערעזירן וועט ער קענען קויפן א נייע הויז. פארוואס זאל מען אים פארקויפן א הויז, ער זאל ווייטער מאכן אויף זייער קאפ? ער איז יא גערעכט אדער נישט. דו וואלסטו פארקויפט דיין בעקיארד פאר דיין פיינט? וואס לייגסטו אריין קראקעדייל טרערן אין דיין געשיכטעלע?
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
איך טריי אויסצופיגערן צו דאס איז א פורים אשכול אבער וואס. באט איי גאטטע הענד איט טו יו ,ביידע זייטן שרייבן צו דער זאך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
איי געיס די ווילסט מיך געבן ארבעט?...עס איז אשאד דיין הארעוואניע פון אזאנע לאנגע תגובות און מיין ידיד איבערנוצן דעם טראדיציאנאלע "בת היענה" טאקטיק וועט שוין זיין דא קורני און די לייגסט זיך אריין זאמד אין די אויגן, אויב זעסטו נאר בתי מדרשים וואס פארשפארן, גראסעריס אהן קונים, בתי חינוך אהן מיידלעך, א דיין אהן שימוש, אלטע באסעס, און א קהלה אויף הינערנע פיס דאן האב איך מורא אז מיר רעדן פון צוויי באזינדערע קהלות....
ביזט פארנימען עטליכע מאל אז דער גבאי (ש.מ.ד.) פון די 555 האט איבערגעלאזט 555 בלא בלא בלא...זיינע טעכטער לערנען אינעם נייע בית חינוך און ער מופט בקרוב ארויס אין זיין נייע דירה אינדרויסן פון שטעטל, (די ווילסט נישט אז איך זאל ארויפשטעלן זיין לאנגע בריוו וואס ער האט געשריבן נאכן שריפה...) ביטע פארקויף נישט קיין לאקשן ווייל קיינער קויפט עס נישט אפ.
טאהש האט געזעהן א טיילונג, פעיס איט! א מיידל סקול פון צוויי הינדערט מיידלעך פעיס איט! א דיין וועלכע פירט א קהלה פון העכער הינדערט פיפציג משפחות פעיס איט! חוזק מאכן און ארימחוש'ן מיטן ציבור וועט נישט העלפן דאס מינדענסטע, איך קען דיר ברענגען איבערצייגונג אויף יעדע זאך וואס איך האב געשריבן און סתם פאר אינטערסאנטקייט האבן די וואך פרשת תצוה דריי מענטשן געשלאסן קאנטראקטן אויף נייע דירות, איך וועל דיר לאזן קריצן און טריצן, נישט אנערקענען און לאזן די נאז רינען, און איך גיי נישט ווערן איבערגענימען פון דיינע זינלאזע האס וועלכע די שרייבסט מיט א שרעקליכע אגענדע.
איך גיי נישט אוועקמאכן קיין חסרונות וואס זיי האבן און אסאך זאכן דארפן ווערן אוועקגעשטעלט.
די איינציגסטע צוויי ווערטער וועלכע ווישן אפ דיין גאנצן ביטערן אנאליז זענען די ווערטער ימים ידברו, פאקטן וועלן דערציילן פאר זיך אליינס זייענדיג עדות אויף זאכן וואס פאסירן הונטערן זון, און נישט אין קאפ פון א פארשפארטע קאפ וועלכע ווערט באצאלט מיטן שרייבן ליגנט און בלאפן מיט מענטשן, עניוועיס איך פיעל ווי איך הייב אהן פערזענליך און איך וועל מוזן אויפהערן.

- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
בעל מדות האט געשריבן:איי געיס די ווילסט מיך געבן ארבעט?...עס איז אשאד דיין הארעוואניע פון אזאנע לאנגע תגובות און מיין ידיד איבערנוצן דעם טראדיציאנאלע "בת היענה" טאקטיק וועט שוין זיין דא קורני און די לייגסט זיך אריין זאמד אין די אויגן, אויב זעסטו נאר בתי מדרשים וואס פארשפארן, גראסעריס אהן קונים, בתי חינוך אהן מיידלעך, א דיין אהן שימוש, אלטע באסעס, און א קהלה אויף הינערנע פיס דאן האב איך מורא אז מיר רעדן פון צוויי באזינדערע קהלות....
ביזט פארנימען עטליכע מאל אז דער גבאי (ש.מ.ד.) פון די 555 האט איבערגעלאזט 555 בלא בלא בלא...זיינע טעכטער לערנען אינעם נייע בית חינוך און ער מופט בקרוב ארויס אין זיין נייע דירה אינדרויסן פון שטעטל, (די ווילסט נישט אז איך זאל ארויפשטעלן זיין לאנגע בריוו וואס ער האט געשריבן נאכן שריפה...) ביטע פארקויף נישט קיין לאקשן ווייל קיינער קויפט עס נישט אפ.
טאהש האט געזעהן א טיילונג, פעיס איט! א מיידל סקול פון צוויי הינדערט מיידלעך פעיס איט! א דיין וועלכע פירט א קהלה פון העכער הינדערט פיפציג משפחות פעיס איט! חוזק מאכן און ארימחוש'ן מיטן ציבור וועט נישט העלפן דאס מינדענסטע, איך קען דיר ברענגען איבערצייגונג אויף יעדע זאך וואס איך האב געשריבן און סתם פאר אינטערסאנטקייט האבן די וואך פרשת תצוה דריי מענטשן געשלאסן קאנטראקטן אויף נייע דירות, איך וועל דיר לאזן קריצן און טריצן, נישט אנערקענען און לאזן די נאז רינען, און איך גיי נישט ווערן איבערגענימען פון דיינע זינלאזע האס וועלכע די שרייבסט מיט א שרעקליכע אגענדע.
איך גיי נישט אוועקמאכן קיין חסרונות וואס זיי האבן און אסאך זאכן דארפן ווערן אוועקגעשטעלט.
די איינציגסטע צוויי ווערטער וועלכע ווישן אפ דיין גאנצן ביטערן אנאליז זענען די ווערטער ימים ידברו, פאקטן וועלן דערציילן פאר זיך אליינס זייענדיג עדות אויף זאכן וואס פאסירן הונטערן זון, און נישט אין קאפ פון א פארשפארטע קאפ וועלכע ווערט באצאלט מיטן שרייבן ליגנט און בלאפן מיט מענטשן, עניוועיס איך פיעל ווי איך הייב אהן פערזענליך און איך וועל מוזן אויפהערן.
דו מוזט נישט אויפהערן שרייבן "ווען זאמד הייבט אן פליען". דאס איז די טשעלענדזש ווען מען שרייבט א "קאפיטל אין היסטאריע", אז מענטשן וועלן ליבערשט זיין א בת היענה ווי א טשעראפאכע, וואס מען קען גרינג באטרעטן.
כבוד הבעל המידות, אנטשולדיגט פאר דיין אומזיסטער מיה און פלאג, אבער זייט וויסן אז דו ווייסט נישט די מחלוקה דארט לא מיניה ולא מקצתו. איך וועל נישט זיין סורפרייסט אז דו האסט אפילו נישט דורך געליינט מיין תגובה, אדער פארשטאנען האלב וואס איך האב געשריבן.
ווי ערווענט שוין איינמאל געב איך נישט קיין שיט פאר די גאנצע קאפיטל. און איך האב גענומען די קיבארד אין האנט נאכדעם וואס איך האב נישט געקענט זיך איינהאלטן ווי איינער שרייבט און רעדט גרויס נישט האבענדיג די מינדערסטע השגה וואס ער רעדט.
אויב לאמיר זאגן איך האב געזען די קליפ פון באבוב "אז איך בין שטאלץ צו זיין א באבובער", מיינט נאכנישט אז איך האב א השגה וואס דארט גייט פאר. דו האלטס אינאיין אויפברענגן מינדערוויכטיגע פונקטן אינערהאלב די מחלוקה, וואס איז ווי די רעפינג ארום די היסטאריע. זאכן וואס האט פאסירט אין די לעצטע צוויי יאר. דו ביסט אנגעקומען אינמיטן א לאנגער היסטאריע, און געזען א איד טייטעלבוים און פלוצים באקומען סמיכה אויף די אפדריק פון די גאנצע טאהשער דינאסטיע. און נישט נאר דו נאר ט"ב איז געווארן א דיין מיט 150 אידן אינטער זיך. איך וואקעל זיך פאר געלעכטער.
אזא נארישע פונקט ווי שמ"ד שיקט זיינע קינדער אין יענע מוסד, ווער רעדט פון דעם? ער איז געווען א שמש און נישט אריינגעטראטן אין גרויסן שול, און יעצט האט ער עס געדראפט און דאווענט אין גרויסן שול. דו קומסט מיט מינדערוויכטיגע פונקטן אז דו האסט קאנטראקטן פון געשלאסענע הייזער, דאס איז נאכנישט א באוועגונג אויף קיין טיילונג. מען האט ארויסגעמאפט צוליב סכסוכים מיט קינדער אין מוסדות, און אויך א מאנגעל אין הייזער. און רוב איינוואונער דארט זענען הייסע טאהשער חסידים, "וואס דאווענען ע"פ רוב אין גרויסן שול".
דו ביסט גרין צו די גאנצע היסטאריע, אזש איך בין בכלל נישט אויף דיין אנדערע זייט, דו רעדסט זאכן שלא ידע בשכבו ובקומו, אוטששש...
- מאטל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 258
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:31 am
- האט שוין געלייקט: 39 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
בייגעלייגט בילדער פון א אסיפת התחזקות אין 555:
זמנים לחודש תשרי תשע"ד העעל"ט
בילדער פון בית חינוך
נייע בנין
זמנים לחודש תשרי תשע"ד העעל"ט
פרייוויליג האט געשריבן:אינדרויסן פון טאהש האט א אינגערמאן יונגרייז אנגעפילט א ריזן ווערהאוז און געמאכט פון דעם א געשעפט
בילדער פון בית חינוך
נייע בנין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטל שניידער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מענטשן'ס מחשבות ווערן געטוישט דורך אָבזערוואַציע און נישט דורך אַרגומענטן.