בלאט 1 פון 7

היסטאריע! וידיאו פון דעם חפץ חיים ז"ל

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 9:33 pm
דורך ונבנתה העיר
יא! זאגט אז איהר האט דאס געזעהן אויף קאווע שטיבל!

מיר האבן די עהרע אייך צו ברענגן די ברעכענדע נייעס אז עס איז נארוואס צום ערשטן מאהל נתגלה געווארן א הויכע-קוואליטעט וידיאו ווי דער חפץ חיים (בתוך שאר גדולי ישראל) קומט ארויס פון די כנסיה הגדולה פון אגודת ישראל אין תרפ"ג.

דער חפץ חיים ווערט געזעהן ביי 57: ווער עס דערקענט די אנדערע זאל עס אודאי מיטיילן (כ'מיין אז ביי 47: איז דער טשארטקוב'ער).
http://dvr-streaming.mirc.sc.edu/autoge ... z5_Acc.m4v

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 9:44 pm
דורך ישראל קאפקע
נע, ס'איז די ראדינער קצב. (קרעדיט ליאזשנער יחצאל) :P

וואוו זייער שיין און מוראדיג קלאר, שכוח.


3:18 זעט מען ר' יעקב ראזנהיים, דער הויעכער אין א פלאכע סאמעטענע היטל גלייך אונטער ר' יעקב איז (לויט ווי איינער האט געשריבן א שטיק צייט צוריק, דא אויף ק''ש) ר' שלמה מבאבוב.

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 9:51 pm
דורך מרקד אתלת
.קען עס איינער לייגן אויף COPY.COM

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 10:01 pm
דורך קאצקע ציקער
מען זעהט די לעכטיגע צורה פונעם חפץ חיים. איינער ווייסט ווער די ערשטע רבי מיט די לאנגע בארד איז?

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 10:17 pm
דורך ונבנתה העיר
לפניית רבים: די קליפ וואס דרייעט זיך לעצטענס און איז צום געפונען במקום שאין רוח חכמי"ם נוחה, האט נישט דעם טייל פונעם חפץ חיים.

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 10:23 pm
דורך כלבאשבוע
ונבנתה העיר האט געשריבן:לפניית רבים: די קליפ וואס דרייעט זיך לעצטענס און איז צום געפונען במקום שאין רוח חכמי"ם נוחה, האט נישט דעם טייל פונעם חפץ חיים.

מיינסט דעיס:
https://www.youtube.com/watch?v=oPh-RwgDZe4

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 10:23 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געהערט אז דער בעל הוידעא פלאנט דאס צו פארקויפן פאר גרויס געלט, וויאזוי איז עס דא ארופגעשווימען?

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 10:28 pm
דורך ונבנתה העיר
כלבאשבוע האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:לפניית רבים: די קליפ וואס דרייעט זיך לעצטענס און איז צום געפונען במקום שאין רוח חכמי"ם נוחה, האט נישט דעם טייל פונעם חפץ חיים.

מיינסט דעיס:
https://www.youtube.com/watch?v=oPh-RwgDZe4

דאס איז די שטיקל וואס איז שוין מפורסם.

חברי השטיבל באקומען עקסקלוסיוו (כוכב?) צוטריט צום חלק החפץ חיים.

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 10:29 pm
דורך כלבאשבוע
דא ליסטען זיי נעמען:
http://mirc.sc.edu/islandora/object/usc%3A30855

[left]Group shot with Chief Rabbi Chaim Sechor (Roumania) in center. Group with Rabbi Lee Preschner, member of the business committee of the association. Group with Rabbi Ehrmann (Frankfort, Germany) in conversation. Dr. Jacob Rosenheim (Frankfort) leader of the new movement. Dr. Leo Jung (New York). Sally Guggenheim. Chief Rabbi Spitzer (Czechoslovakia). Delegate from Palestine. Chief Rabbi Lowenstein (Zurich, Switzerland). Dr. Kirschbaum (Warsaw, Poland), deputy in the Sejm (Polish Parliament). Chief Rabbi Permutier (Warsaw), Sejm deputy. The famous 90 year old Rabbi Jisreol Meier Hakohen (Radin), also called "Chofez Chaim" after his great work. Identifications of delegates may be incorrect.[/left]

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 10:30 pm
דורך קאסטנער
אין וועלכע בית עולם איז די ווידיא געלעגן ביז היינט?

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 10:37 pm
דורך [NAMELESS]
ישר כח ונבנתה, אפשר דערציילסטו אונז וועגן די היסטאריע פון דעם ווידעא,

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 11:10 pm
דורך דולה ומשקה
יאפס, ביי :47 איז ר' ישראל מטשורטקוב דערנעבן גייט זיין זוהן ר' בער'ניו (דער זיידע פון די היינטיגע טשורטקוב'ער ברידערס פון מאנטשעסטער)

איז דער קליפ פון חפץ חיים איינשטימונג מיט דער באקאנטע בילד פון איהם, וואס אסאך זענער מערער דערויף אז דאס איז נישט איהם?

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 11:16 pm
דורך פרייוויליג
איך האף איר וועט מיר נישט באקלאפן פארן לינקען אבער זיי ווייזן אויף אז דער מענטש אין דער ווידיאו איז קיינמאל דער חפץ חיים!. עס איז ר' אשר לעמיל שפיצער מקירכדארף זצ"ל

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 11:19 pm
דורך מרקד אתלת
עס הערשט דא א שטיקל צומעשנישט רעדט זיך דאס פון די זעלבע קליפ אדער נישט?

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 11:25 pm
דורך ונבנתה העיר
איי איי, רבותי, לייגט צו קאפ.

דער קליפ פונעם מקום שאין רוח חכמים נוחה [דמתקריא אייוועלט] האט נישט דעם שטיקל פון דעם חפץ חיים, זיי זענען דן אויף איינער פון די אנדערע דמויות אויב עס איז אפשר דער ח"ח.

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 11:26 pm
דורך פרייוויליג
מרקד אתלת האט געשריבן:עס הערשט דא א שטיקל צומעשנישט רעדט זיך דאס פון די זעלבע קליפ אדער נישט?

יא דער זעלבער ווידיא. די חילוק איז די ווידיאו הרצוף למעלה האט א אנדערע אנהייב, אבער דעם וועמען מען מיינט אז עס איז דער חפץ חיים, איז די זעלבע ווידיאו ביי ביידע.

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 11:30 pm
דורך מרקד אתלת
מרקד אתלת האט געשריבן:.קען עס איינער לייגן אויף COPY.COM

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 11:30 pm
דורך פרייוויליג
ונבנתה העיר האט געשריבן:איי איי, רבותי, לייגט צו קאפ.

דער קליפ פונעם מקום שאין רוח חכמים נוחה [דמתקריא אייוועלט] האט נישט דעם שטיקל פון דעם חפץ חיים, זיי זענען דן אויף איינער פון די אנדערע דמויות אויב עס איז אפשר דער ח"ח.

אההה, דאס מאכט שוין יא אביסל סענס.

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 11:40 pm
דורך [NAMELESS]
מרקד אתלת האט געשריבן:
מרקד אתלת האט געשריבן:.קען עס איינער לייגן אויף COPY.COM

[tag]מרקד אתלת[/tag]

שיהא להנאה רוחני

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 11:48 pm
דורך מרקד אתלת
יישר כח!!!!!!

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:05 am
דורך פישלע העררינג
אויב איז דאס רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן, און נישט דער שוחט, איז די באקאנטע בילד נתאמת. אויב איז דאס דער שוחט דאן איז נתאמתו דברי הליוזנאי.

בין כך ובין כך, תשו"ח לונבנתה העיר!

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:10 am
דורך מנחם
פון דער מצב ארום איז שטארק מסתבר אז עס איז דער חפץ חיים, דער שוחט וואלט לכאורה נישט געהאט צוויי גבאים און א קופה של שרצים לאחוריו.

נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 12:11 am
דורך ישראל קאפקע
פישלע העררינג האט געשריבן:אויב איז דאס רבי ישראל מאיר הכהן קאגאן, און נישט דער שוחט, איז די באקאנטע בילד נתאמת. אויב איז דאס דער שוחט דאן איז נתאמתו דברי הליוזנאי.

בין כך ובין כך, תשו"ח לונבנתה העיר!

מען באגלייט אים ווי די זקן צדיקי הדור, נישט ווי א ליאזשנער קצב!


בשעת דער ליאזשנער האט געהאקט האט מען נאך געקענט צווייפלען, היינט דארף מען קריכן אויף די רעדער פון מרכבות פרעה צו זאגן אז עס איז נישט דער חפץ חיים.