התנצלות המעתיק: מקשים העולם. די וועלט (נישט איי וועלט) פרעגט. ס'איז דאך שוין דא לכה"פ 3 אשכולות איבער חיים גראדע. צו וואס פעלט אויס נאך אן אשכול...?
נאר דער תירוץ איז, אז ס'איז נאכנישט דא קיין אשכול וועלכער איז געווידמעט נאר פאר די דערציילונגען פון דעם גרויסן אידיש שרייבער חיים גראדע. ער איז געווען א תושב אין די שטאט ווילנא. און ער האט באשריבן דאס אידישע לעבן אין די גרויסע שטאט וועלכע מ'האט גערופן "ירושלים ד'ליטא". מיט איהרע איבער הונדערט בתי כנסת. אנגעהויבן פון די גרויסע ווילנער שטאט שול, ביז די קליינע בתי מדרשים און קלויזן, וואו ס'איז געווען א קלענערער עולם. און צומאל א מנין מצומצם.ער האט אויך באשריבן די איינוואוינערס פון די הייזער און הויפן אין די אידישע געגנט. אזוי ווי ער שרייבט אין די צווייטע מעשה. "לייבע לייזער'ס הויף". נאר אונז וועל מיר אנהייבן מיט די ערשטע מעשה, וועלכע הייסט "זיידעס און אייניקלעך". דא שילדערט ער וויאזוי בערך א מנין פון עלטערע אידן, וועלכע זענען געווען בעלי בתי'שע מענטשן און האבן געהאט זייער אייגענע ביזנעס און האבן דאס איבערגעגעבן פאר זייערע קינדער, וועלכע זענען צוביסלעך אוועקגעגאנגען פונ'ם דרך התורה וקיום המצוות.
נאך איין הערה: איך גיי נישט איבערשרייבן ווארט פאר ווארט וואס דער מחבר האט געשריבן. נאר כ'וועל ארויסנעמען א תמצית פון א יעדע געשיכטע. מפני אהבת הקיצור ועוד כמה טעמים...!
אויך: וואס האט מיך באוואויגן צו שרייבן איבער די טעמע. ווייל עטליכע חברי הקאווע שטיבל שי' און בראשם הגה"צ ר' גראדעמעכעלע שליט"א האבן מיך געבעטן אז איך זאל איבערשרייבן עטליכע פון די שיינע מעשיות וואס חיים גראדע האט געשריבן...!
ובכן. בעזרת יוצרי קוני וצורי, וועלן מיר אנהייבן:
אין א ווארימען זומער טאג זענען געזיצן בערך א מנין זקנים ביי זייערע שטענדערס אין קלויז ישן. די שול וועלכע איז נאך עלטער פון די גרויסע ווילנער שטאטשול. עטליכע פון זיי האבן געהאט אפן פארשידענע ספרים. איינער א משניות, דער אנדערער אן עין יעקב. דער דריטער דעם ספר קב הישר. און אזוי ווייטער.א ביסל האבן זיי געלערנט און א ביסל געדרימלט ביי די אפענע ספרים. און אויך געשמועסט. זיי האבן געבענקט אז א יונגער למדן זאל אריינקומען אין קלויז און לערנען פון די פיל ספרים ווי ש"ס, טור און שולחן ערוך, און אנדערע ספרי ראשונים וועלכע זענען געשטאנען אין די ספרים שענק און קיינער האט נישט געלערנט פון זיי. זיי האבן זיך דערמאנט פון די גוטע צייטן ווען ס'זענען געווען עטליכע מניינים פאר שחרית און מנחה-מעריב. ווען יונגע לומדים און אויך מיטליעריגע בעלי בתים זענען געזיצן און געלערנט אין א פולן בית המדרש. און היינט פוסטעווען די שולן. ווייל קיינער קומט שוין נישט אריין דארט צו דאווענען און לערנען צוליעב ירידת הדורות. אזוי שמועסנדיג האבן זיי זיך דערמאנט פון די אייניקלעך. איי די אייניקלעך.כל זמן זיי זענען קליין קען זיי נאך דער זיידע ארייננארן מיט א צוקער-לעקעכל (לאליפאפ) אז זיי זאלן מאכן א ברכה. אבער נאכדעם וואס זיי ווערן א ביסל עלטער, זעהן זיי אז דעם זיידן דארף מען נישט פאלגן. פאלגן דארף מען די דינסט. און טאמער זעט די שנור אז דער זיידע פארעט זיך ארום מיט'ן אייניקל, איהם אנצוטון א קאפל און א טלית קטן און זעהן אז ער זאל מאכן א ברכה. רופט זי זיך אן "שווער, מוטשעט נישט דאס קינד. ער'ט נישט זיין קיין רב"... און אז נישט קיין רב, דארף מען נישט אנטון א קאפל און טלית קטן און מאכן א ברכה..? און די זון זענען דען בעסער, מורמלט זיך אונטער איינער פון די זקנים. אלס יונגלעך האבן זיי געלערנט נישקשה אין חדר. נאך די בר מצוה און נאך די חתונה. ווען זיי האבן אנגעהויבן אריינצוגיין אין די געשעפטן, האבן זיי נאך אנגעטון די תפילין א יעדן טאג און שבת געגאנגען דאווענען אין שול. נאר וואס מער זיי האבן מצליח געווען אין די געשעפטן האבן זיי אראפגעווארפן פון זיך דעם עול פון מצוות. אויך די שנורן, אין די ערשטע צייטן נאך די חתונה האבן זיי נאך, אויס דרך ארץ פאר'ן שווער, דער בעל הבית פון הויז און געשעפט, אנגעטון א קאפטיכל. אבער זייט די געשעפטן זענען אריבער אינגאנצן צו די קינדער און זיי אליין האבן שוין אויך דערוואקסענע קינדער, האבן זיי אראפגעווארפן פון זיך דאס גאנצע אידישקייט און זענען נאר פארנומען מיט איבערשטייגן די חבר'טעס מיט טייערע קליידער און צירונג און טייערע מעבל...(המשך יבוא אי"ה)...
די אינטרעסאנטע מעשיות און דערציילונגען פון חיים גראדע (#4
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:

המשך פון פריער: . און טאמער פארבלאנדזשעט אמאל אן אורח און ער זעהט די זקנים מיט די ווייסע בערד אנגעלאנט אויף די שטענדערס, ציהט ער זיך צוריק מיט שרעק און ס'דאכט זיך איהם אז ער קוקט אריבער אויפ'ן בית עולם. און די אבלים ווייסן אז אין קלויז ישן דאוונט מען פונקטליך צו די צייט און מ'כאפט נישט אפ דאס דאוונען
און אפילו ווען זייערע קינדער רופן אז זיי זאלן ארויסקומען צו זיי אויף א שבת אין די זומער וואוינונג אויסער די שטאט, זאגן די זקנים זיי אפ און בלייבן איבער אין די שטאט, נישט צו שטערן דעם מנין. אויך, רעדן זיך אפ די זקנים. וואס זאלן מיר גיין צו צו קוקן וויאזוי די קינדער און אייניקלעך זענען מחלל שבת?
אזוי גייען אריבער די טעג און וואכן פון די זומער חדשים. יעצט הערשט א שטילקייט אין קלויז. און אין די שטילקייט הערן די זקנים ווי די ספרי תורה אין ארון קודש זיפצן און בענקען אז יונגע הענט זאלן זיי איבערוויקלען די עצי חיים, און אז א יונגערמאן זאל ליינען פון זיי מיט'ן טראפ. און אז דער ניגון זאל אפקלונגען ארויס אינדרויסן דורך די אפענע פענצטער. די זקנים הערן אויך ווי די גמרות אין די אלמערס שווייגן טרועריק. ס'פאסט צו זאגן, אז די גמרות דארפן איצט לערנען איינע מיט דער אנדערער ווייל קיינער לערנט נישט פון זיי. די אידן פון קלויז ישן זענען אידן פון עין יעקב, א פרק משניות. פילפול איז נישט פאר זייער מח. בפרט אויף די עלטערע יארן. די גרויסע ווילנער ש"ס'ן און די רמב"ם'ס זענען נאך פון די צייטן ווען דער בית מדרש איז פול געווען מיט לומדים. אויסגעמאטערט פון די אומעטיקע געדאנקען, דרימלען די זקנים איין. ווען זיי וועקן זיך איבער פארטיפן זיי זיך אין זייערע ספרים. נאר זיי קענען נישט לערנען צוליעב די אומעטיגע מחשבות. אז זייערע קינדער און אייניקלעך קומען שוין נישט אריין אין בית המדרש. און אויך יונגע לומדים פארבלאנדזשען נישט אהער. פונדעסטוועגן וועלן די זקנים פון קלויז ישן נישט גיין מתפלל זיין און לערנען אין אן אנדער בית מדרש וואו ס'איז פרייליכער. ביז ס'קומט א טאג און א זקן קריכט ארויף אויף די באנק צו פארמאכן די פענצטער פאר די ערשטע האבסטיקע ווינטן. מיט'ן קול שופר אנהייב אלול נעמט אויך בלאזן א קאלטער ווינט אין די אלטע, אויסגעטרוקנטע ביינער און דאס הארץ ציטערט פאר'ן פארכטיקן יום הדין.
ווינטערצייט זיצן ניט די זקנים אין זייערע ווינקלען. זיי קלייבן זיך אלע ארום דעם גרויסן אויוון מיט די ווייסע קאכלעס. טייל זיצן אויף די בענק. מיט די פנימ'ער געווענדעט צום אפענעם טירל פון אויוון, וואו דאס האלץ האט שוין אויסגעברענט. נאר די קוילן גליען זיך נאך. און די עלעקטרישע לאמפ אונטערן טעלער ביים טיש, ווארפט איר אפשיין אויף די פנימ'ער פון די זקנים און מאכט זיי לייכטן מיט א הימלישע ליכטיגקייט. און די איבריגע טייל פון בית המדרש, אריינגערעכנט די קאנדעלאברעס, וועלכע הענגען אראפ פון דאך מיט אייזערנע קייטן זענען פארלאשן. דאס מאכט די איבעריגע טייל פון דעם מקום קדוש אויסזעהן ווי איינגעהילט אין פינצטערניש. זיצן אזוי די זקנים און רעדן זיך אפ אויף זייערע יודענעס. אפגעלעבט מיט די ווייבער א לעבן און זיי ניט געקענט. וואס די קינדער טוען איז רעכט. און אלץ וואס די אייניקלעך פלאפלען איז הוילע חכמה. אלטע מאמעס און באבעס אין פארוקן וואס האבן די אויגן אויסגעוויינט אויף מחזורים און תחינות, זאלן אויף די עלטער ווערן אזוי פארנארישט. וואס איז דער גליק מיט די אייניקלעך. אויך א קאץ האט אייניקלעך. און אין וועמענס וועגן גייען די אייניקלעך? זיי קומען שוין אפילו נישט צו זיידע און באבע זיך בענטשן. זיי זענען שוין געבענטשט מיט שכל. זיי פארשטייען אלץ און ווייסן אלץ. זומערצייט-- זאגן די אלטיטשקע-- פארבלאנדזשעט נאך אמאל א פייגעלע אויפ'ן פענצטער, אבער אן אלף-בית יונגעלע קיינמאל נישט.
און דווקא אין אזא אוונט. פול מיט פראסט און פינצטערנישט האט זיך אין קלויז אריינגעשטעלט א יונגעלע אין א גרויס היטל מיט לאפן איבער די אויערן, אין א ברייט, לאנג מאנטעלע אונטער גענייט מיט וואטע. דאס יונגעלע האט זיך אדורכגעשטופט צווישן די זקנים ארום אויוון. און מיט פארלייגטע הענט אויף אהינטער ווי אן עלטערער איד א תלמיד חכם, האט ער פארנומען דעם אויבן אן.די בעלי בתים מיט די ווייסע בערד ארום אויוון האבן זיך צעריקט אז ס'זאל זיין מער פלאץ פאר דעם בכבוד'יגן אורח. איהם לאנג אנגעקוקט. און לסוף געפרעגט. "וועמענס טאטע ביסטו"? דאס יונגעלע האט זיי אנגעקוקט מיט א פאר שווארצע אויגן און א רויטלעך צופרוירן נעזל און האט זיך צולאכט. ער איז נאך ניט קיין טאטע. זיין טאטע הייסט אברהם. מ'רופט איהם אברמ'ל דער כויכע. ווייל ער האנדלט מיט אלטע קליידער אין דורכהויף. די מאמע זיצט אין איר אייגענעם קלייט פון ליימענע טעפ מיט בלעכענע עמערס. איז ווי רופט מען איהם? האט ער נאך ברידערלעך? וואו לערנט ער?...האט מען זיך ביי איהם ערקונדיגט. און ער האט געענטפערט מעשה געזעצטער מענטש אויף יעדע שאלה באזונדער: ער הייסט איציקל. קיין ברידערלעך האט ער ניט. ער האט שוועסטערלעך.און ער לערנט אין שול אויפ'ן נאמען פון דבורה קופערשטיין. נאר איצט גייט ער ניט אין קלאס. ס'איז צו קאלט. די זקנים האבן געקנייטשט מיט די שטערנס. זיי האבן פרובירט זיך דערמאנען און האבן ניט געקענט. זיי ווייסן, האבן זיי געזאגט פון א צדיקת דבורה אסתר, אויף וועמענ'ס נאמען ס'איז דא שול. נאר פון א צדיקת דבורה קופערשטיין און א שול אויף איהר נאמען האבן זיי ניט געוואוסט. איציקל האט זיך ווידער צולאכט: ס'איז ניט קיין שול וואו מ'דאוונט.ס'איז א שול וואו מ'לערנט שרייבן יודיש און רעכענען. צייכענען מיט א בלייער און אויך זינגען. נו, און דאווענען קען ער? ציצית טראגט ער? פרעגט מען ביי איהם ווייטער. ער קען ניט דאוונען און טראגט ניט קיין ציצית! הערסט א מעשה! ...שאקלען די אלטיטשקע טרויעריג מיט די קעפ איינער צום צווייטן. אבי זיי האבן געמיינט אז נאר בעלי בתישע אייניקלעך וואקסן גויים. איצט זעען זיי אויך ביי ארעמעלייט וואקסן היינטיגע צייטן פארוי'אישטע קינדער.
מען געפינט א סידור מיט גרויסע אותיות צו לערנען מיט איציקלען אלף בית. א פארקערטע וועלט, טראכטן די זקנים. בעת זיי זענען געגאנגען אין חדר האט איין מלמד געלערנט מיט צען יונגעלעך. איצט שטייט א מנין בערדיקע אידן ארום איין אידיש יונגעלע. און אזש צען זיידעס בעטן זיך ביי איהם. זאג, איצקל. זאג. וויי צו די שונאי ישראל. א בחור'ל פון זיבן אכט יאר. קוים וואס ער קען אדורכקריכן א זייטל עברי. איבער א פארקאן קריכט ער בעסער אריבער. ער בארימט זיך נאך אז פון ביכל אויף אידיש ליינט ער ווי א וואסער. אבער זאגן מודה אני און מאכן א ברכה קען ער ניט...(המשך יבוא אי"ה..(

- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל