בלאט 1 פון 1

מצב פון פוסק הדור הגרי״ש אלישיב שליט״א קריטיש

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 2:11 am
דורך חד גדיא
דער מצב פון פוסק הדור הגאון האדיר רבי יוסף שלום אלישיב שליט״א איז זייער שמאל.

דער גאון האט באקומען א שווערע אינפעקשאן אין די בלוט. דאקטוירים האבן געריפן די משפחה צו שפיטאל.

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=41675

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 9:24 am
דורך [NAMELESS]
הארץ פארציילט אז אלע לימודים האבן זיך אפגעשטעלט אין פאנעוויזש און מהאט מתפלל געוועהן די גאנצע נאכט. (טינטערסאנט זיי שרייבען אז הרב אלישיב איז ״כמעט״ 102 יאר, ווען באמת איז ער שוין 102 פאר אפאר חדשים

http://www.haaretz.com/health-of-haredi ... e-1.435870

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 9:25 am
דורך שמואל הלוי
ראשעקאל האט געשריבן:טינטערסאנט זיי שרייבען אז הרב אלישיב איז ״כמעט״ 102 יאר, ווען באמת איז ער שוין 102 פאר אפאר חדשים

http://www.haaretz.com/health-of-haredi ... e-1.435870

די סיבה איז ווייל נישט אלע האבן אנגענומען אז ער איז טאקע געבוירן ר"ח ניסן תר"ע.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 9:28 am
דורך [NAMELESS]
וואס האלטן זיי?? ווען איז ער געבוירען געווארן? איך מיין הרב אלישיב זאגט אויך אז ער איז געבוירן ניסן תר״ע

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 9:29 am
דורך שמואל הלוי
לויט די לעצטע באריכטן האט זיך די מצב אביסעלע פארבעסערט, אבער איז נאך אלס קריטיש.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 9:30 am
דורך שמואל הלוי
ראשעקאל האט געשריבן:וואס האלטן זיי?? ווען איז ער געבוירען געווארן? איך מיין הרב אלישיב זאגט אויך אז ער איז געבוירן ניסן תר״ע

די דיון איז נישט אויף ר"ח ניסן, נאר אויף די ספעציפישע יאר, צו ס'איז געווען תר"ע אדער א יאר שפעטער תרע"א.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 9:32 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז די ראיה אויף ע״א?

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 9:37 am
דורך שמואל הלוי
ראשעקאל האט געשריבן:וואס איז די ראיה אויף ע״א?

זעה דא איבער די נושא

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 10:08 am
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:וואס האלטן זיי?? ווען איז ער געבוירען געווארן? איך מיין הרב אלישיב זאגט אויך אז ער איז געבוירן ניסן תר״ע

די דיון איז נישט אויף ר"ח ניסן, נאר אויף די ספעציפישע יאר, צו ס'איז געווען תר"ע אדער א יאר שפעטער תרע"א.

איך האב זיך טועה געווען די דיון איז נישט אויף תרע"א, נאר אויף תרע"ב.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 10:30 am
דורך יידל
אויב די גאנצע ראיה איז א בריוו פונעם בעל הלשם ווי ער שרייבט אז ער איז נאר געווען צען יאר, בין איך נישט קאנווינסד. נאך אלעם, קען דאך זיין אז בעל הלשם לא דק.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 10:48 am
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:אויב די גאנצע ראיה איז א בריוו פונעם בעל הלשם ווי ער שרייבט אז ער איז נאר געווען צען יאר, בין איך נישט קאנווינסד. נאך אלעם, קען דאך זיין אז בעל הלשם לא דק.

אט דאס שרייבט טאקע עמעצער דארט אין יענע פארום.
וחוץ מזה האט דער בעל הלשם פארצייכנט דעם יום הברית אז ס'איז געווען ביום א' ח' ניסן, און דאס קען נאר זיין אום תר"ע, ווייל אום תרע"א און תרע"ב איז ח' ניסן נישט געווען זונטאג.

נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 8:25 am
דורך שמואל הלוי
ס'איז אנטשטאנען נאך א לייכטע שינוי לטובה אינעם מצב הבריאות פון הגרי"ש אלישיב, נאכן דורכפירן א וויכטיגע מעדעצינישע פראצעדור.