די גמרא זאגט אין מסכת עירובין דף ס"ה עמוד א: נכנס יין יצא סוד !!
לכאורה דארף מען פארשטיין פשט אין די ווערטער. "נכנס יין" אויב ס'גייט אריין וויין, "יצא סוד" , גייט ארויס די סוד . וויפיל וויין דארף אריין גיין ? פון וואו גייט ארויס דער סוד ? פון וואספארא סוד רעדט מען דא בכלל ? וואס האט וויין מיט א סוד ? ביידע באטרעפן טאקע 70. אבער מה ענין שמיטה ...
די אלע קושיות קען מען אבער פארענטפערן מיט איין יסוד. ווען מיר וועלן וויסן פון וואספארא סוד מען רעדט דא ,דער סוד פון וואס מיר רעדן דא. איז דער "סוד פאר גאנץ בראד" , אבער אויב מיר וועלן פרעגן איינעם פון בראד וואס דער סוד איז, וועט ער אויך נישט וויסן וואס צו ענטפערן , ווייל קיינער אין בראד פארציילט דאס נישט, ווייל ס'איז דאך א סוד... כאטש אפילו עס איז א סוד פאר גאנץ בראד, אבער דאך זענען דא אסאך מענטשן אין בראד וואס ווייסן אויך נישט פון דעם סוד .
יעצט לאמיר אריין גיין אביסעל טיפער אינעם ענין. וואס איז דער באדייט אז עטליכע מענטשן פונעם שטאט בראד ווייסן יא פונעם סוד אין עטליכע נישט.
נאר דער ענטפער איז פשוט , דער וואס הערט פון איינער וואס האט געטרינקען וויין, דער הערט דעם סוד, ווייל וויאויבן דערמאנט "נכנס יין יצא סוד" , דערפאר נאכ'ן טרינקען וויין גייט פון זיך אליינס ארויס דעם סוד, יעצט דארף מען ווארטען אז דער וואס האט דאס געהערט זאל אויך טרינקען וויין און ער זאל עס ווייטער פארשפרייטן.אזוי ווערט צוביסלעך דער סוד פארשפרייט פאר די גאנצע שטאט בראד , ביז צום סוף ווייסט שוין יעדער דערפון. אפילו דער וואס האט פריער נאכנישט געוויסט דערפון , ווייסט שוין יעצט יא .
אבער לכאורה שטימט נישט דער פשט ,ווייל אויב יעדער ווערט צום סוף געוואויר דערפון, איז דאך דאס שוין נישט קיין סוד. נו, ווי אזוי קען מען זאגן אז דאס איז א סוד פאר גאנץ בראד , אויב גאנץ בראד ווייסט דערפון איז דאך דער סוד שוין מער נישט קיין סוד... ווייל יעדער ווייסט שוין דערפון ?
אלא מאי.מוז מען זיכן אן אנדערע פשט , איז אזוי , די ווערטער "נכנס יין יצא סוד" שטימט זייער גוט , אז ווען מען טרינקט וויין קומט ארויס דעם סוד , אין עס גייט אריבער פון איינעם צום צווייטן , אבער די ווערטער "א סוד פאר גאנץ בראד" , דאס שטימט נישט, אזוי ווי מיר האבן שוין פריער געפרעגט, אז אויב גאנץ בראד ווייסט דערפון , איז דאך דאס שוין נישט קיין סוד ?
נאכמער איז שווער, ווי אזוי ווייסט דער וואס הערט עס, אז דאס איז דער סוד, און דאס איז וואס ער דארף ווייטער זאגן ווען ער איז אנגעטרינקען . מ'רעדט דאך פארשידענע אומגעווינטשענע זאכן ווען מען איז אנגעטרינקען, ווי אזוי ווייסט יעדער וואס דער זאך איז, און אז דאס דארף מען הערן און זאגן ווייטער ?
נאר דער תירוץ איז פשוט , אז די מענטשן פון בראד, זיי אליינס צווישן זיך האבן א סוד וואס יעדער ווייסט אז דאס איז דער סוד וואס מען דארף פארשפרייטן , און יעדער ווייסט דאס צו הערן און זאגן ווייטער ווען מען איז אנגעטרינקען און אזוי פארט עס פון איינעם צום צווייטן.
אבער די פריערדיגע קשיא איז נאך אלטס נישט פארענטפערט , ווייל אויב די גאנצע שטאט בראד ווייסט דערפון , איז דאך דאס שוין מער נישט קיין סוד , און ווער זאגט בכלל אז די גאנצע שטאט בראד טרינקט וויין , און אויב ס'איז אפילו דא איינער וואס טרינקט נישט, איז דאך דאס שוין נישט קיין סוד פאר "גאנץ" בראד, ווייל איינער ווייסט דאך נישט דערפון.
דערפאר האבן מיר נישט קיין ברירה, נאר איינזעצן דעם מאמר הגמרא. אין יו"ט פורים, וואס דעמאלדס איז חייב אדם לבסומי.. אין די אנשי בראד זענען באוויסט אלטץ "חכמי בראד " אין זענען ערליכע מענטשן. במילא זענען זיי מקיים דעם חייב אינש..אין יעדער איינער טרינקט כדבעי. און אזוי גייט דער סוד ארום אינעם גאנצ'ן שטאט בראד.
איי , אויב יעדער ווייסט דערפון איז דאך עס נישט קיין סוד?
אויף דעם איז דא אן ענטפער , און דעם ענטפער ווייסן נאר די איינוואוינער פונעם שטאט "בראד" , =און דאס איז טאקע דער סוד= וואס די גאנצע שטאט בראד ווייסט און זיי דערציילען דאס נישט פאר קיינעם ,און ס'וועט ווייטער בלייבן :
" א סוד פאר גאנץ בראד"
א סוד פאר גאנץ בראד
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל