בלאט 1 פון 4
נייע אידישע געגענטער
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 7:55 am
דורך ידען
נעכטן ביינאכט בינעך איינגעשלאפן מיט מיין noise machine קול מבשר און געהערט וועגן נייע פלעצער וואס וואלט געווען גוט מע זאל דארט ארויסגיין וואוינען.
ערשטע איז מיט עפעס א נאדווערנע רבי פון פילאדעלפיע וואס רעד פון די גרויסע רואיקייט דארט.
צווייטע איז מיט שמעון ראלניצקי וואס ברענגט ארויס די מעלה צו וואוינען אין זיין געגענט טשעסנאטריזש
דריטע איז איינער פון לאק שעלדריק.
אפשר איז דא נאך, אבער דא בינעך איינגעשלאפן

וואס מיינט עץ? קען מען זיך אוועקרירן פון ניו יארק?
נישט נארמאל וואס קאסט פאר א נייע קאפיל צו צאלן רענט פאר א פיצי לאך אין וויליאמסבורג, ב״פ.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 9:27 am
דורך לעמיל
גייען דען אינזרע היימישע מיידלעך פין ווייליאמסבורג בארא פארק זיין גרייט זיך ארויס צו ריקען??? מ'מיז דיך זיין נאנט צו די מאמע אין די פרענדס
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 6:02 pm
דורך משולם שטיינפעלד
באשולדיג נישט אזויפיל די מיידלעך אין דעם פראבלעם פון דירות.
ערנסט גערעדט זענען דא גאר אסאך אינגעלייט וואס האלטן נישט ביים ארויסמופן בפועל. זאלן נאר די ווייבער מסכים זיין, וועסטו זעהן ווי דער אינגערמאן גייט טרעפן א סל מלא תירוצים פארוואס ער קען נישט.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 6:10 pm
דורך זר זהב
איך בין נאר וואס צוריק פון טאראנטא, פארוואס וואונען נישט דארט מער חסידישע אידן ? בכלל אויב ווייסט איינער אביסל מער וועגן טאראנטא וואלט גוט געווען עס צו באשרייבן. סיז א שיינער שטאט.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 6:23 pm
דורך לעמיל
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:באשולדיג נישט אזויפיל די מיידלעך אין דעם פראבלעם פון דירות.
ערנסט גערעדט זענען דא גאר אסאך אינגעלייט וואס האלטן נישט ביים ארויסמופן בפועל. זאלן נאר די ווייבער מסכים זיין, וועסטו זעהן ווי דער אינגערמאן גייט טרעפן א סל מלא תירוצים פארוואס ער קען נישט.
איך מיין אז די בוסט נישט גערעכט א אינגערמאן וואס ארבעט פאר זיין געלט אין 2 אדער 3 וואכענ'ס טשעק גייט נאר פאר רענט וועט עני טיים מופען אפי' עס מיינט א שעה פארען יעדען איינציגען טאג יעדע וועיג
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 6:36 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:איך בין נאר וואס צוריק פון טאראנטא
שלום עליכם! וועלקאם בעק.
צום עצם ענין פארוואס מ'האט זיך אוועקגעצויגן פון דארט ווייס איך נישט, אבער כפי ידיעתי איז נאך דא דארט היינט צו טאגס א שטיקל קהלה פון באבוב'ע חסידים.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 6:42 pm
דורך זר זהב
שמואל הלוי האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:איך בין נאר וואס צוריק פון טאראנטא
שלום עליכם! וועלקאם בעק.
צום עצם ענין פארוואס מ'האט זיך אוועקגעצויגן פון דארט ווייס איך נישט, אבער כפי ידיעתי איז נאך דא דארט היינט צו טאגס א שטיקל קהלה פון באבוב'ע חסידים.
מ'האט זיך אוועקגעצויגן ? לויט ווי איך הער איז מען קיינמאל נישט עכט דארט געווען.
ס'דא א באבובע שול, גאנץ שיין, אויך איז דא א גערער שטיבעל, נאכער איז דא די הויפט שול וואס רופט זיך די שיף שול. סדא אפשר 100 שטריימלעך אין גאנץ טאראנטא.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 7:30 pm
דורך ניו יארק
זר זהב האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:איך בין נאר וואס צוריק פון טאראנטא
שלום עליכם! וועלקאם בעק.
צום עצם ענין פארוואס מ'האט זיך אוועקגעצויגן פון דארט ווייס איך נישט, אבער כפי ידיעתי איז נאך דא דארט היינט צו טאגס א שטיקל קהלה פון באבוב'ע חסידים.
מ'האט זיך אוועקגעצויגן ? לויט ווי איך הער איז מען קיינמאל נישט עכט דארט געווען.
ס'דא א באבובע שול, גאנץ שיין, אויך איז דא א גערער שטיבעל, נאכער איז דא די הויפט שול וואס רופט זיך די שיף שול. סדא אפשר 100 שטריימלעך אין גאנץ טאראנטא.
נו...! לאמיר גיין.... וואס דארף מען מער פאר א אנהייב?
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 7:43 pm
דורך אייגענארטיג
פרנסה הער איך איז דארט בעסער ווי דא
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 7:44 pm
דורך זר זהב
אייגענארטיג האט געשריבן:פרנסה הער איף איז דארט בעסער ווי דא
נעה! וואס פאלטער ביי ? פאר א היימיש'ן איד אן קיין דעגרי איז זייער שווער פרנסה אין טאראנטא!
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 7:48 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:אייגענארטיג האט געשריבן:פרנסה הער איף איז דארט בעסער ווי דא
נעה! וואס פאלטער ביי ? פאר א היימיש'ן איד אן קיין דעגרי איז זייער שווער פרנסה אין טאראנטא!
און פארוואס טראכסטו אז אייגענארטיג האט נישט קיין דעגרי?
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 7:50 pm
דורך זר זהב
ער דארף אבער שרייבן מיט רוב היימישן ציבור אין זיין מיינד.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 8:04 pm
דורך משולם שטיינפעלד
זר זהב איז שוין אנגעבליך אויסגעפארן יעדן קאנטינענט.....
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 8:08 pm
דורך זר זהב
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 8:09 pm
דורך זר זהב
צופיליג איז קאנאדא נישט א באזונדערע קאנטינענט
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 8:14 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:צופיליג איז קאנאדא נישט א באזונדערע קאנטינענט
א באזינדערע פון וואס?? ס׳איז באזינדער פון סטעמפארד הילס
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 8:15 pm
דורך זר זהב
איך רעד פון די USA
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 8:16 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:איך רעד פון די USA
אה, אין USA ביסטו שוין אויך געוועהן??!!
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 8:17 pm
דורך זר זהב
וודאי, ווער נישט ?
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 8:22 pm
דורך זר זהב
רבי יעקב שלום פעלדער רב שומרי שבת - חברי משניות אין טאראנטא, איינע פון ד גרעסטע מאדערן ארטאדאקס שוהלן אין טאראנטא. ער איז א פיינער רב.

- tazrchei.jpg (11.58 KiB) געזען געווארן 1926 מאל
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 10:00 pm
דורך משולם שטיינפעלד
שוין דא א שומרי שבת שול אין טאראנטא, און מען וויל זאגן אז עס איז נישט אזוי צוגעשטעלט ווי בארא פארק?
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 10:04 pm
דורך זר זהב

- shul.jpg (7.95 KiB) געזען געווארן 1887 מאל
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2012 12:57 am
דורך ניו יארק
איז טאראנטא א שטאט אדער א דארף/סאבורב?
פאר די היימישע פון צווישען אונז.... אזוי ווי וויליאמסבורג אדער אזוי ווי קרית יואל?