בלאט 1 פון 1

מיט א טיפערן בליק - תצוה תשע"ה - פורים למעלה מן הדעת!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 7:48 pm
דורך א שעפעלע
מיט א טיפערן בליק
פרשת תצוה - שבת זכור תשע"ה
שמן זית זך.. להעלת נר תמיד..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

ס'גלייבט זיך טאקע נישט, אבער יא די הייליגע יו"ט פורים איז שוין ב"ה ביים שוועל! ישראל קדושים הם, ווי שיין איז עס זעהנדיג די פיבערהאפטיגע הכנות וואס גייען אָן מיטן פולסטן ברען, די מצוה פון מתנות לאביונים טוט מען גרייטן, איינער מיטן טיילן און דער צווייטער מיטן נעמען, די אינגערע חברה'ס זענען שוין פולקאם גרייט איעדע מאביל באס וואס נאר פארהאן ווייסט אז אין עטליכע טעג ארום שטעלט זיך אלעס אפ און ס'איז פורים אויף די וועלט, ווער רעדט נאך פון די גלאנציגע אויג פארכאפענדע משלוח מנות 'ביימער' וואס ווערן פאברעצירט נאך שווערע וואכן פון הארעוואניא, זריזין מקדימין מ'לויפט פון איין קעלער צום צווייטן זיכען די גוטע סחורה, א קעסטעלע וויין פון די בעסטע שב'בעסטע, מקיים זיין די מצוה פון עד דלא ידע מיט אלע הידורים, פארן טאטע שווער חתן אדער איידעם א נייע מהודר'דיגע מגילה איז א געוואלדיגע זאך, עפעס א פארשטעלאכץ, א היטל אנצוטוהן איז גארנישט קיין קלייניגקייט ס'איז א זמן פון מרבים בשמחה דארף מען דאך מהדר זיין, לפנים משורת הדין!

ברידער טייערע אויב בגשמיות ווערט אריין געלייגט אזוי פיל קאפ און מח, כוחות און געלט אין דעם הייליגן יו"ט, איז דאך אוודאי כדי מיר זאלן זיך ריכטיג גרייטן צום עיקר, וואס דאס איז דער חלק הרחני, דער פנימיות פונעם יום הגדול והקדוש יום הפורים הבעל"ט, ווי חז"ל זאגן אונז (תיקוני זוהר) אז פורים איז גרעסער ווי יום כיפורים, וואס דאס פארלאנגט אז מיר זאלן זיך אליין פרעגן וואס איז פורים? וואס איז דער עבדות היום? וואס מיינט מרבים בשמחה, ווי אזוי טוט מען דאס? לַיְּהוּדִים הָיְתָה אוֹרָה וְשִׂמְחָה וְשָׂשׂן וִיקָר, פאר די אידישע קינדער איז געווען לעכטיג, די טעג זענען ימי שמחה וששון, מיינט עס אמת'ע שמחה וואס דארף בלייבן מיטן אידעלע אויף א גאנץ יאר און א גאנץ לעבן, לאמיר זיך צוזאמען אויסשמועסן און בסייעתא דשמיא זוכה זיין צו פארשטיין און זיך ריכטיג קענען פארבינדן מיט די פנימיות פונעם יו"ט און בעזהשי"ת קענען ארויסנעמען פון פורים תשע"ה שמחה און חיזוק וואס וועט מיט אונז פארבלייבן אויף אייביג!

חז"ל הקדושים אין מסכת מגילה (טז ע"א) פארציילן אונז: ויקח המן את הלבוש ואת הסוס... ווען דער רשע המן האט באקומען די באפעל פון אחשורוש ארום צו פירן מרדכי אויפן פערד מיט כבוד מלכים, איז ער געגאנגען אויפזיכן מרדכי, נו ווי געפינט מען דעם צדיק? פארשטייט זיך אז מען דארף גיין אין בית המדרש, קומט המן אָן צום ביהמ"ד נישט מער און נישט ווייניגער די עולם זיצט מיט א רואיגקייט און מרדכי הצדיק געבט איבער א שיעור פאר די תלמידים, שיינערהייט ווארט המן צו ביז מען ענדיגט צו דעם שיעור, און ווען ס'איז פערטיג פרעגט ער איינע פון די תלמידים וואס האט מען היינט געלערנט? אַה! היינט האבן מיר געלערנט א געשמאקע סוגיא "הלכות קמיצה" (די הלכות פון דעם האנטפול מעהל וואס מען האט געדארפט לייגן אויף די מזבח ביים ברענגן א קרבן מנחה) די תלמיד גיבט צו פארשטיין ..דער הייליגער בית המקדש וועט דאך בעזהשי"ת בקרוב געבויעט ווערן, וועלן דאך אידישע קינדער ברענגן קרבנות און צווישן זיי וועט זיין דער קרבן מנחה וואס דארף האבן קמיצה, דערפאר האבן מיר היינט אדורך געלערנט אלע פרטים און דינים פון קמיצה... המן הערנדיג די ווערטער שרייט ער "אתא מלי קומצי קמחא דידכו ודחי עשרה אלפי ככרי כספא דידי" – ענקער קמץ (די האנט מיט מעהל) קומט און שטיפט אוועק די צען טויזנט ככר זילבער וואס איך האב געגעבן פאר אחשורוש אין אויסטויש צו קענען ברענגן די אלע גזירות אקעגן ענק אידן...

די מפרשי חז"ל שטעלן זיך און פרובירן צו פארשטיין, וואס איז געשעהן מיט דעם גרויסן שטאלצן המן, וואס אינטערעסירט אים וואס זיי לערנען? וואס שרעקט ער זיך אזוי פון הלכות קמיצה, אז ער דריקט זיך אויס דעם לשון פון "הלכות קמיצה שטיפט אוועק די גאנצע כח מיינע", ס'הערט זיך עפעס ווי ער פארלירט דעם קאמף, וואס ליגט עפעס אין הלכות קמיצה וואס ער כאפט אזא שרעק און התפעלות?
טייערע ברידער לאמיר אויפמאכן דאס הארץ און דערהערן פשט אין די הייליגע ווערטער פון חז"ל, המן הרשע האט גאנץ גוט געוויסט אז דער אידישע פאלק איז א שטארקע פעסטע פאלק וואס וועט נישט איינברעכן ביז צום לעצטן מינוט, די אידישע קינדער זענען א עם קשה ערף זיי וועלן לערנען און דאווענען מיט מסירת נפש ווילאנג זיי קענען, דערפאר ווען ער זיכט מרדכי גייט ער טאקע צום ביהמ"ד ווייל ער האט גוט געוויסט אז דארט געפינט זיך מרדכי מיט די תלמידים... אבער אנקומענדיג אהין האט ער ערווארטעט צו זעהן מרדכי איבערגעדעקט מיט א טלית וויינט און שרייט און די תלמידים גיסן בכיות אויף די שרעקליכע להשמיד ולהרוג ולאבד גזירות וואס גייען פאָר, ער האט ערווארטעט צו זעהן ווי די עולם לערנט הלכות קידוש ה', יהרג ואל יעבר, ווי מען גרייט זיך צו שרייען דעם שמע ישראל מיט די גרעסטע כוונות...

אבער ווי נאר ער קומט אריין אין ביהמ"ד באמערקט ער אז עפעס טויג נישט, ס'הערשט א געוואלדיגע רואיגקייט, מ'זיצט און מ'לערנט א שיעור כאילו לא היה, ער קען נישט גלייבן וואס ער זעט, גייט ער צו צום ערשטן בחורל און פרעגט ..זאג נאר וואס האט מען היינט געלערנט? און דא פלאצט ער ווען ער הערט ווי דער בחורל ענטפערט מיטן גאנצע זיסקייט "הלכות קמיצה" און איז בטוב טעם מסביר אז ווען דער בית המקדש וועט געבויעט ווערן... דער רשע האלט עס נישט איבער און שרייט וואס בית המקדש ווען בית המקדש?!?! איר גייט נישט איבערלעבן דעם מארגנדיגע טאג, די גזירה איז שוין אפגעחתמט און איר רעדט פון א בית המקדש פון קרבנות איר זענט איגאנצן צודרייט?!

אבער דער בחורל זאגט ווייטער מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט המן טייערע ס'קען זיין אז אין א וועלט פון אייגענע מחשבות און חשבונות וואלטן מיר געדארפט ארום גיין פאר'דאגט צובראכן און צוקלאפט, פארברענגן דעם גאנצן טאג זארגן אויפן מארגן, אבער מיר אידישע קינדער לעבן א העכערע לעבן וואס דאס מיינט אז מיר לעבן נישט מיט אונזער אייגענע שכל, דער איד איז אסאך העכער פון דעם, מיר זענען מבטל אונזערע מחשבות פאר עפעס וואס איז העכער און הייליגער, מיר לעבן און אטעמען אז די וועלט איז נישט הפקר נאר ס'איז פארהאן א בעל הבית און דאס איז הקב"ה אונזער באליבטע פאטער, מיר ווייסן און גלייבן אז נצח ישראל לא ישקר, די קענסט פלאנירן וואס די ווילסט און מאכן גזירות וויפיל די ווילסט, מיר אידישע קינדער פארלאזן זיך אינגאנצן אויף אונזער טאטע דער מלך העולם און אויף די תורה הקדושה, וואס דארט שטייט אז די בית המקדש וועט געבויעט ווערן און אידן וועלן ברענגן קרבנות... און דערפאר גרייטן מיר זיך צום בנין בית המקדש און מיר לערנען מיטן גרעסטן געשמאק הלכות קמיצה!

המן דער רשע ווען ער הערט די ריינע אמונה ובטחון, ווען ער הערט ווי די אידישע קינדער זענען זיך אינגאנצן מבטל צו הקב"ה און טוען זיך אינגאנצן פארלאזן אויף השי"ת פלאצט ער פאר כעס און שרייט מיט ווייטאג "ענקער הלכות קמיצה שטיפט אוועק די צעהן טויזנט ככר זילבער וואס איך האב געגעבן פאר אחשורוש צו קענען מאכן דעם גזירה", אוי זאגט דער רשע גוט, "א קליין שטיקל הלכות קמיצה א קליין ביסל בטחון אין השי"ת צובלאזט די גרעסטע גזירות", ווייל בעומק איז דאך דאס די גאנצע גזירה, אוועקצונעמען די אידישע קינדער פון בורא עולם, ס'איז די קליפת עמלק וואס וויל אונז אפקילן פון הקב"ה, המן וויל צוברעכן דעם איד, המן וויל אז דער איד זאל פארגעסן אז ס'איז השי"ת וואס פירט אים אויף טריט און שריט, ס'איז בורא עולם וואס מאכט און טוט איעדע פרט ופרט פון די וועלט, אבער ווען ער זעט אז נאך אלע זיינע שרעקליכע גזירות הייבט דער איד אויף די אויגן צו אבינו שבשמים מיט די גאנצע הארץ און לאזט זיך פירן מיט די גרעסטע מאס תמימות איז ער צובארכן און צופאלן, די גאנצע קליפת עמלק ברעכט אונטער און די ישועה קומט טאקע צוגיין בשלימות!

טייערע ברידער דאס איז פורים, ס'איז דער צייט וואס ס'ווערט קלאר פארן איד אז דער עמלק וואס ליגט אין מיר וואס דאס מיינט דער עמלק וואס האלט אונז אין איין אפקילן, דער עמלק וואס מאכט אונז טראכטן אז ס'איז נישט בלויז בורא עולם וואס מאכט און פירט אלעס... ער פארנערט דעם מענטש צו טראכטן אז ס'איז חלילה פארהאן נאך כוחות, און אזוי צוביסלעך ברענגט ער אריין מחשבות אז דער 'איך' קען אויך, דער מענטש איז אויך עפעס א שטיקל מציאות, עפעס א 'יש', און צוביסלעך בויעט ער אויף דעם גיאות און דער מענטש ווערט א גאנצע ג-ט פאר זיך, דער איד פארגעסט אז "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה" ס'איז נישט פארהאן קיין ריר וואס מען געבט אויף די וועלט וואס איז נישט מיט די הילף פון הקב"ה, פורים איז דער צייט וואס מיר ווארפן אוועק אונזער דעת אונזערע מחשבות און חשבונות, דער איד איז מכיר אז דער 'איך' איז גארנישט... מען הייבט אויף די אויגן צו הקב"ה און מען פארלאזט זיך נאר אויף אים, אין עוד מלבדו!

דערמיט פארשטיין מיר דאס וואס די ספה"ק זאגן אונז אז פורים איז גרעסער ווי יום כיפורים, ווייל יום כיפורים איז טאקע גאר גרויס און הייליג אבער ס'איז א טאג וואס דער איד גייט צו הקב"ה, ער פארברענגט אין בית המדרש, ער פאַסט, טוט תשובה וכו', מיר גייען זיך מטהר זיין, איז אויף וויפיל מען גרייט זיך, אויף וויפיל מען רייניגט זיך אזוי פיל איז מען זוכה... אבער פורים איז גאר עפעס אנדערש ס'איז דער יו"ט וואס הקב"ה קומט אראפ צו אונז, מ'איז טאקע נישט א גאנצע טאג אין ביהמ"ד, מען פאסט נישט וכו', נאר פונקט פארקערט דער איד עסט און פארברענגט דעם הייליגן טאג מיט די גרעסטע געשמאק, אבער איין זאך איז פארהאן פורים וואס דאס איז דער עיקר עבודת היום, מען רייסט אויס דעם קליפת עמלק, דער איד טוט דערקלערן ..רבש"ע איך קען נישט אליין, במשך דעם יאר פארדרייט מיר דער עמלק אז כ'בין עפעס א 'יש' און איך רעד זיך איין אז איך קען, כ'רעד זיך איין אז כ'בין מסודר, כ'וועל זיך שוין א עצה געבן אליין, אבער רבש"ע היינט אין דעם הייליגן טאג ווען איך שפיר דיך אזוי שטארק, ווען כ'בין אביסל העכער פון דעם פשוטע שכל מיינע, כ'טרינק אביסל און דאס אמתע איך קומט ארויס, איז ביי מיר קלאר אז מיין גאנצע מציאות איז גארנישט, אָן דיר קען איך נישט "אלמלא הקב״ה עוזרו אינו יכול לו" טאטע כ'דארף דיין הילף, טאטע איך געב אויף מיין גאנצע מציאות פון היינט אָן לאז איך זיך פירן אויף א הונדערט פראצענט, טאטע כ'בעט דיר קום אריין אין מיין לעבן און מאך סדר, פיר מיר צום ריכטיגן פלאץ, איך ווייס און גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס די מאכסט און טיסט איז גוט און נישט סתם נאר דאס בעסטע פאר מיר און פאר אלע אידישע קינדער, און ס'איז בכלל נישט קיין חילוק צו איך פארשטיי יא אדער נישט... נו אז מען ליידענט איין הקב"ה און בורא עולם קומט אראפ צום אידעלע מאכן סדר איז מען זוכה צו קדושה וטהרה אָן א שיעור, וואס ס'פארלאנגט זיך פון אונז איז איין זאך, זיך ריכטיג מבטל זיין און געדענקן אז דער מענטש קען גארנישט ס'איז אלעס בורא עולם, ער מאכט און פירט פון די גרעסטע ביזן קלענסטע!

אט דעם זעלבן יסוד טרעפן מיר גלייך ביים אנפאנג פון די וואכעדיגע פרשה ביי די מצוה פון אנצינדן די מנורה, ווי די פסוק זאגט וְאַתָּה תְּצַוֶּה אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְיִקְחוּ אֵלֶיךָ שֶׁמֶן זַיִת זָךְ כָּתִית לַמָּאוֹר לְהַעֲלֹת נֵר תָּמִיד – ווען מען גייט צינדן די הייליגע מנורה זאלן זיי נעמען און ברענגן צו דיר (משה) לויטערע איילבירט אויל, וואס איז געמאכט געווארן 'כתית' – א צושטויסענער דורך א שטעסל וכו'.

ס'איז ידוע פון ספה"ק אז 'שמן' איז מרמז אויף דער דעת און חכמה פונעם מענטש, ווי פארשטענדליך איז דאס די וויכטיגסטע חלק פונעם מענטש, אָן קיין כח המחשבה אָן דער שכל און פארשטאנד איז דער מענטש קיין מענטש נישט... יעצט אז מען באטראכט דעם 'שמן' באמערקט מען אז אמת ער איז גאר וויכטיג, ער איז דער וואס מאכט אז די לעכט זאלן ברענען און לייכטן, אבער די וועג ווי אזוי ער מאכט עס איז מיטן זיך אינגאנצן מבטל זיין, ער ווערט אינגאנצן אויס מציאות, די אויל צוגייט און ערשט דעמאלטס לייכט דעם הערליכן פלאם.

ברידער טייערע אט די זעלבע איז מיט אונזער שמן דער דעת און שכל פונעם מענטש, הקב"ה האט אונז באשאפן מיט א שמן זית זך א קלארע שיינע ריינע מח, ס'איז דער מענטש וואס פאנגט אָן האבן מחשבות און פירן חשבונות כאילו ער איז אליין דער וואס מאכט און טוט... ער וויל דאס פארשטיין און יענץ פארשטיין, פרעגט און וואנדערט זיך כסדר??!! דער מענטש פארגעסט אז כדי זאכן זאלן שיינען און לייכטן פארלאנגט זיך אז מען זאל זיך אינגאנצן מבטל זיין דעם דעת אויפגעבן אויף אלע מחשבות און חשבונות, זיך אינגאנצן פארלאזן אויף הקב"ה און ווערן אויס מציאות.

פורים איז דער הייליגע טאג ווען מיר זענען למעלה מן הדעת, ווען דער איד טרינקט ער איז מקיים דעם עד דלא ידע, און ס'ווערט מקיום דעם נכנס יין יצא סוד, די הייליגע הרגישים גיסן זיך איבער און דאס אמת קומט ארויס, דאס ליבשאפט און בענקשאפט צו הקב"ה ווערט געשפירט אין די לופט, דארפן מיר אויסניצן די געלעגנהייט און זיך אויפמאכן דאס הארץ און דערקלערן איינמאל פאר אלעמאל בקול גדול וחזק "טאטע זיסע אבינו שבשמים כ'קען נישט אָן דיר, און איך ווייס אז מיט דיר איז אלעס לעכטיג און געשמאק" ..רבש"ע איך ווייס און גלייב אז ס'איז אלעס דו, איך טו מיין ביסל השתדלות אבער איך ווייס אז אונטער אלעס שטייסטו און נאר דו דער מלך העולם... ווען דער איד לעבט אזוי, ווען ער איז זיך מבטל, ווען ער געבט אויף זיין גאנצע מציאות צו הקב"ה ווערט מקיום דעם להעלת נר תמיד און ס'פלאמט אויף דעם אור הגנוז וואס ליגט אין איעדע איד, און פלוצלינג ווערט לעכטיג און קלאר פאר די אויגן... אלע שווערע פראגעס און שאלות וואס דער טינקעלע גלות ברענגט אויף אונז, די אלע ספיקות וואס דער עמלק ווארפט ארויף אויף אונז ווערן פארברענט פון דעם אש קודש די הייליגע פלאם, ס'ווערט קלאר פאר די אויגן דעם "אין עוד מלבדו" ס'עקזעסטירט גארנישט נאר הקב"ה, און ווען מיר זענען זוכה צו די געוואלדיגע קלארקייט, ווען דער פלאם שיינט און ברענט ווערט דאך ביים איד פרייליך ליהודים היתה אורה ושמחה וששן ויקר, ס'ווערט ליכטיג און געשמאק, ווייל ווי איז דען פארהאן א גרעסערע שמחה ווי זיין אונטער די שאטן פון הקב"ה דער מלך העולם אונזער באליבטע טאטע, לאמיר אויסניצן די געלעגנהייט און אריין כאפן אין די איצטיגע טעג אויסצוקלארן דעם מח און זיך אינגאנצן איבערגעבן צו הקב"ה, אנצינדן דעם פלאם וואס ליגט אין אונז און זוכה זיין צו א גאנץ יאר פרייליך!

לסיכום געדענק:

• ווער פטור פון דעם קליפת עמלק וואס טוט אפקילן דעם איד פון זיין ריינע אמונה ובטחון בה'.
• פורים איז למעלה מן הדעת, זיי זיך מבטל צו הקב"ה, און צינד אָן דעם אש קודש.
• פארזיכער דיך אין הקב"ה און זיי זוכה צו די גרעסטע מאס שמחה וואס נאר פארהאן.

א פרייליכען און ליסטיגן פורים!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:16 pm
דורך ווארט זאגער
הערליך שיין
שפתיים ישק

נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 12:26 pm
דורך א שעפעלע

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 1:43 am
דורך פאדעם
ווארט זאגער האט געשריבן:הערליך שיין
שפתיים ישק