משה'לע דער גנב
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:44 pm
דער גרויסער מספר ר' שלמה קארעלבאך פארציילט פילע ספורי מעשיות מיט א עמאציענאלע געפיל שאין דוגמתו.
כ'שרייב נישט דער אשכול ארום צורעדען ר' שלמה'ס כשרונות, נאר מער צו טרעפען צו זיינע מעשיות זענען אמת צו נישט, אקעי, אמת? זייט ווען זענען חסידישע מעשיות דווקא אמת! אין הכי נמי, כ'מיין מער צוזאגען, האט ר' שלמה זיי אליין אויסגעזויגען פין פינגער, אדער האבען זיי א מקור אין חסידישע קולטור.
דער מעשה מיט משה'לע דער גנב, גייט בערך אזוי, איינע פין חסידים פין בעש"ט איז געוועהן משה'לע דער גנב, ער פלעגט גנב'נן, און לויפען צום בעש"ט ער זאל אים בענטשען אז די פאליציי זאלען אים פארגעסען. וכך הוה.
לימים איז דער בעש"ט נסתלק געווארען, און משה'לע האט געראדע געמאכט א גרויסע גניבה, דרייסיג טויזענט רובעל, און איז געלאפען צום בעש"ט, האט מען אים געשיקט צום תולדות.
דער תולדות איז געוועהן א שארפער, און האט אים משלח געוועהן.
איז געגאנגען צום בעש"ט קבר, און געוויינט ביז ער איז איינגעשלאפען, בעש"ט איז געקומען אין חלום, און געהייסען גיין צום דגל.
אופס, דער גנב האט געדאווענט, יעדער וויל זיין א רבי פין צדיקים, דאס איז נישט א קונץ, אבער א רבי פין גנבים איז נאר געוועהן די, נאר די בעש"ט האט מסכים געוועהן צו זיין א רבי פין גנבים, אלזא פארוואס האסטו נישט איבערגעלאזט א ממלא מקום?
האט דער בעש"ט געשיקט צום דגל, און פאר א סימן האט ער אים געזאגט א שטיקעל תורה פין גן עדן, וועט דער דגל וויסען אז דער בעש"ט האט אים טאקע געשיקט.
דער דגל האט געווינטשען, און די פאליציי האבען פארגעסען.
אבער דא איז געשעהן עפעס ווינדערליך, וויבאלט דער משה'לע האט געהערט א שטיקעל תורה פין גן עדן, איז ער נתהפך געווארען לאיש אחר, און האט שפעטער ממלא מקום געוועהן דער דגל.
חסידים האבען באהאלטען זיין נאמען אויס בושה ווייל ער איז אמאהל געוועהן א גנב, און ר' שלמה זאגט אויך נישט וועלכע רבי ער איז שפעטער געווארען.
עד כאן
די מעשה פארמאגט גאר אסאך לימודים און טיפע געדאנקען, ווי אויך קשיות.
והעיקר, ווייסט איינער פין זעהן אדער הערען די מעשה דורך איינער פין די חסידישע צינורות?