בלאט 1 פון 2
וועלעכע קאליר איז דער קלייד?
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 2:04 pm
דורך דולה ומשקה
10 מענטשען זענען געוועהן אין א אפיס געקוקט אויף דעם זעלבן קלייד. אן וויסענדיק וועלעכע קאליר דער קלייד איז.
הקיצור, זיי האבען זיך שטארק מפלפל געוועהן זה אומר בכה וזה אומר ככה.
וואס זאגט איר?
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 2:12 pm
דורך [NAMELESS]
באשטעטיגט אז עס איז בלוי אין שווארץ ,
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 2:15 pm
דורך דולה ומשקה
במקום שווארץ זעהט מען גאלד אדער ברוין.
בלוי, ווייס אדער אולי פערפול?
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 2:21 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]שמעקעדיג[/tag] וואלט געזאגט אז ער זעהט בלויז א וואטערמארק.
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 2:50 pm
דורך דולה ומשקה
כמו אפטיקען אילויזשין
עכ"פ דער גאנצע מידיע, בלאגס, טוויטער איז אויף מיט דעם. סי ען ען זאגט אז 72% זעהן ווייס און ברוין, 23% זעהן שווארץ און בלוי.
ביים איינעם פון כ"ק רבינו שליט"א'ס געבלומטע בעקעטשע האט אונזער חבורה געהאט אזט סארט מחלוקות.
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 2:59 pm
דורך [NAMELESS]
בלוי און שווארץ זעה איך
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 3:18 pm
דורך [NAMELESS]
ווי זעט מען בלוי?
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 3:20 pm
דורך ישראל קאפקע
ראשעקאל האט געשריבן:בלוי און שווארץ זעה איך
???
מילא די ווייס קען מען נאך טענהן אז עס איז ליכטיג בלוי, אבער שווארץ? אפשר ווייזטו מיר אן וועלכע שאטירונג?

- IMG_2124 %281%29-1.jpg (14.3 KiB) געזען געווארן 2352 מאל

- Screenshot_2015-02-27-15-17-20-1.png (70.77 KiB) געזען געווארן 2352 מאל
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ווי זעט מען בלוי?
פארגלייך מיטן הינטערגרונד פונעם בלאט, בדיעבד קען מען גורס זיין א ליכטיגע בלוי.
_________

- Screenshot_2015-02-27-15-27-09-1.png (51.11 KiB) געזען געווארן 2332 מאל
די אנקעטע אויף באזזפיעד.
(פאר די וואס קענען נישט זען די אויסגאנג, צוליב דעם וואס זיי קענען נישט זען קיין חילוק צווישן בלוי און ווייס......... זיבעציג פראצענט קענען יא זען

)
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 3:29 pm
דורך הוגה
איך זעה ווייס און גאלד. איך קען נישט דיסיידען אויב די וואס זעהן שווארץ אין בלוי מיינען עס ערענסט אדער נישט.
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 3:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 3:33 pm
דורך יידל
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 4:05 pm
דורך בעל מדות
מייקל בראון זאל זיך אנטוהן דעם קלייד, זינגען ואפילו בהסתרה בשעת מאכן די אייז באקעט טשעלענדזש און טאנצן די פענגווין טאנץ...
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 4:59 pm
דורך כוכב
הוגה האט געשריבן:איך זעה ווייס און גאלד. איך קען נישט דיסיידען אויב די וואס זעהן שווארץ אין בלוי מיינען עס ערענסט אדער נישט.
איך קען נישט דעסיידן צי דו וואס זאגן זיי זעען ווייס און גאלד מיינען עס אמתדיג צי נישט.
נשלח: פרייטאג פעברואר 27, 2015 5:24 pm
דורך ונבנתה העיר
העי! שייגאץ!
פריער האביך עס געזעהן אין גאלד/ווייס, און יעצט אין בלוי/שווארץ - אנבעליוויבעל.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 9:31 pm
דורך איך אויך
איין באשעפער ווייסט פארוואס פונקט די קלייד האט מחליט געווען משוגע צו מאכן דאס מענטשהייט ,דאס קליידל פליעט ארום בארבע קצוות תבל און צוריק צו מיין פאון. איך וואלט נישט געגעבן קאר אינשורענס פאר ווער עס זעהט דערין ווייס און גאלד..
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 9:56 pm
דורך [NAMELESS]
עס שטוינט וואס מען קען אלטץ באווייזען מיט די היינטיגע מענטשהייט , א פאטאגראפירער האט מייצר געווען א אומבאלימפערטע בילד. אין דער עולם גולם טאנצט נאך שעפעלע זיבעלע דעם מה יפית טאנץ... א שטייגער דער ר' יונתן זאגט פארן גלח קוק די מלאכים דארט ווייט ווייט .. און דער עולם גולם זעט. וואס זעט מען ?.. ווייס אין גאלד.. נו,האמיר שוין דעם ערשט'ן גאלדענע פרעזידענט...אה ! א גאלדענע אמעריקע,
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 10:42 pm
דורך גרונם
וואס טאקע ליגט אונטער דעם?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 11:04 pm
דורך ישראל קאפקע
עס האט גארנישט מיטן קלייד.
די קלייד איז באשטעטיגט אז עס איז טונקל בלוי און שווארץ. די קאמערע האט גענומען א נישט גוטע בילד. אבער דאס איז אויך נישט קיין גרויסע נייעס, עס איז דא אסאך בילדער פון א שוואכע קוואליטעט/געפעלשטע קאלירן. די חידוש איז אז א בילד וואס אלע מענטשן וועלן זען די זעלבע בילד וועלן טייל מענטשן 'זען' ווייס און ברוין/גאלד און די אנדערע טייל וועט זיך שווערע אז עס איז בלוי און שווארץ.
די אינטערעסאנטקייט דערפון איז נישט די גליטש פונעם קאמערע, נאר די גליטש ביי טייל מענטשן אז זיי וועלן זען אנדערש ווי עס איז. און די גליטש פון סייענס אז זיי קענען עס נישט געהעריג מסביר זיין (דערווייל).
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 11:15 pm
דורך ציבעלע-קיגל
רויט מיט גרינע פינטלעך
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 11:37 pm
דורך אחד העם
בין איך משוגע, כהאב פריער געזעהן גאלד און ווייס און יעצט בלוי און שווארץ... מה בדיוק קרה עכשיו?
סאיז מיר ברור אז דאס איז א פסיכעלאגישער שפיל, מען דארף עס נאר כאפעם.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 11:57 pm
דורך ישראל קאפקע
ישראל קאפקע האט געשריבן:מילא די ווייס קען מען נאך טענהן אז עס איז ליכטיג בלוי, אבער שווארץ? אפשר ווייזטו מיר אן וועלכע שאטירונג?

- IMG_2124 %281%29-1.jpg (14.3 KiB) געזען געווארן 2046 מאל

- Screenshot_2015-02-27-15-17-20-1.png (70.77 KiB) געזען געווארן 2046 מאל
קיין איינער פון די שווארץ זעער ביטע אנווייזן וועלכע שעיד זיי זעען אינעם בילד?
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 1:45 am
דורך [NAMELESS]
נו וועלכע קאליר
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 1:55 am
דורך כפתור