בלאט 1 פון 2

פראטעסט דעם דינסטאג דורך התאחדות הרבנים קעגן ביבי נתניהו

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 2:24 am
דורך ישמעאל הכהן
סאטמארער רבי מהרי''י שליט''א האט היינט ביים דינער אין ב.פ. געזאגט אז עס וועט מעגליך פארקומען א פראטעסט אין מאנהעטען קעגן ביבין.

עס גייט פארקומען. דינסטאג 4:30 נאכמיטאג.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 3:02 am
דורך בעל מדות
צימערמאן, הערסט?

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 4:03 am
דורך גנדי
פארוואס מאנהעטען? ער גייט דאך רעדן אין קונגרעס.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 7:55 am
דורך בר דעת
מען גייט שוין גלייכצייטיג מוחה זיין אויף די שרעקליכע חילולי הקברים און אויפן א"ג מתיר החפירות שטערנבוך.
נתניהו און שטערנבוך פארטרעטן נישט דעם אידישן פאלק

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 11:00 am
דורך Kool man
פאליטיק אין די זייט, מ'דארף גוט אויספוצען דעם צודרייטען ביבי, ער איז באמת חוצה כל הגבולות..

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 12:06 pm
דורך פלאוויוס
Kool man האט געשריבן:פאליטיק אין די זייט, מ'דארף גוט אויספאטשען דעם צודרייטען ביבי, ער איז באמת חוצה כל הגבולות..


דאס איז שוין איינמאל א פאליטישער ענין. גארנישט אין דער זייט געלייגט...

כשלעצמי, בין איך צעמישט אין דער טעמע (די צדדים לכאן ולכאן זענען ביידע זייער שטארק!), שטעל איך טאקע פאליטיק אין דער זייט און איך זאג גארנישט.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 12:08 pm
דורך I'm back
פארוואס זאגט די קעפל התאחדות הרבנים?
וועלכע רבנים?

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 1:01 pm
דורך berlbalaguleh
I'm back האט געשריבן:פארוואס זאגט די קעפל התאחדות הרבנים?
וועלכע רבנים?

דו ווילסט וויסן וועלכע "רבנים". איך'ל זיי דיר אויסרעכענען: דער שאראש-פאטיקער, דער העטיעש-פעטיעש'ער, דער הוידו-נאנאשער און דער סאראק-ראד'ער, שליט"א. תחת נשיאות של איצא שייגעץ. און אפשר נאך א פאר באטשי'ס וועלכע דרימלען אוועק אין בי"ד שטיבל. ווי איידער זיך קריגן מיט די אלטע אידענע אין שטוב...!

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 1:06 pm
דורך קאך_לעפל
טראץ דער פאקט אז מאנכע ניקים וואס האלטן זיך אויף געקלערט, דעריבער האלטן זיי אז חוזק מאכן פין סאטמאר, מאכט זיי אויסזעהן מער טאטיש, און מוח ברייטער, און דאס איז גורם אז ניקים זאלן נישט שרייבן איבער געוויסע טעמעס, ווייל קיינער וויל פארט נישט זיין אראפגעגבן אלס א נודניק ניק, און נישט באקומען די שיינע לייקים, דאך איז כדי ארויסצוברענגן דער חוב קדוש פון טוהן אלעס וואס איז נאר שייך אז דער רשע נתניהו זאל איינמאהל פאר אלעמאהל איינעמען א שטילשווייגעניש, און פארניצן זיין אגרעסיווע ריטאריק אינעם מושב זקינים שע''י כנסת המינים, און זיך אפשאקלען פון די אמעריקאנער פאליטיק.

עס איז נאך נישט געהערט געווארן מימות עולם אז א פירער פון א צווייטע מדינה זאל קומען אין א צווייטע לאנד און אגענטירן צו קומען וואוינען אין זיין לאנד, דאס איז קעגן די געזיצן פאר נארמאלקייט און דיפלאמאטיע.
עס איז נאך נישט געהערט געווארן מימות עולם אז א פירער פון א מדינה זאל קומען צו א צווייטע מדינה אינטערן ריקען פינעם פרעזידענט און אדרערסירן דעם פאלאמענט. נאך דערצי דאס לאנד וואס פיטערט איר.

די פריערדיגע ראשי הממשלה ווי דוד בן גיריון, לוי אשכול, גאלדא מאיר, מנחם בעגין, יצחק שמיר, יצחק רבין, שמעון פערעס, אריאל שרון, אהוד אולמערט, ימ''ש וזכרם, זענען טאקע געווען גרויסע רשעים, אבער זיי האבן זיך פארט געפירט מיט כללי הדיפלאמאטיע און זיי האבן קיינמאהל נישט געטון דאס וואס דער שפארבערישער נתניהו טוהט.

בלויז איינמאהל האט דער מוסד אונטער די אנווייזינגען פון בן גריון זיך אריין געמישט אין די אינערליכע ענינים פון עגיפטען, און די אגענטען זענען געכאפט געווארן אונטער די האנד, און די מעשה האט זיך גאר ביטער גענדיגט, די פרשה האט מען געריפן "עסק ביש" און עס האט עטווענטועל געפירט צו די רעזיגנאציע פון בן גריון, ער האט זיך דאן ציריק געצויגן פון עפענטליכע לעבן, און ער האט זיך פארשלאסן אין זיין פארם אין שדה בוקר.

און דאן איז עס אויך געווען אין געהיים, עס האט געטראגן די כאראקטער פון א געהיימע שפיאנאש מיסיע, אמעריקא האט אויך דירוך געפירט אזעלעכע געהיימע מיסיעס אין די קאלטע קריג יארן, אבער בריש גלי צו פארקאכן א פאליטישע קאשע אין א צווייטע מדינה, האט נאך נישט פאסירט אין די וועלטס היסטארי.

די תוצאות פון זיינע משוגענע אקטען וועט דאך זיין נורא ואיום.... וואס טראכט דער גוי? דער בלוט קומט דאך אין קאפ ארויף פאר יעדען נארמאלען טראכטענדען באשעפעניש, דאס קליין פארשטינקן לענדל וואס איז געבויעט אויף שנאר און חוצפה, שפילט רחמנות אין די וועלט..... און ביזדערווייל זענען זיי די גרעסטע אגרעסארן..... זיי פירן יעדעם ביי די נאז און טוהען ככל העולה על רוחם....

אויב וועט כלל ישראל נישט אויפהייבן א קול מחאה און אויסשרייען פאר די גאנצע וועלט אז דער חוצפאניק נתניהו פארטרעט נישט דאס אידיש פאלק, וועלן מיר אלע צאהלן די פרייז פאר זיינע אקטען.....

לאמיר מקיים זיין דעם צאי והלחם בעמלק.... לאמיר זיך נישט לאזן אפקילן פון די פאר אפלאכער פארשלייערט אונטער ניקים... און לאמיר ארויסגיין אין די גאס אויסשרייען דעם קול מחאה...... אז מדינת ישראל מיט עם ישראל זענן נישט קיין מחותנים......

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 1:40 pm
דורך diff
וואס טראכט דער גוי? אז איין שנארער שלאגט זיך מיטען צווייטן. פ"ו דארף ער ביידע אוסהאלטן

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 1:51 pm
דורך מאטי
דאס טראכט דער גוי.

IMG-20150301-WA0062.jpg
IMG-20150301-WA0062.jpg (32.6 KiB) געזען געווארן 2951 מאל

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 1:58 pm
דורך אחד העם
איינער ווייסט ווי איך קען דערקלערן אז התאחדות הרבנים רעפרעזענטירט מיך נישט, און אויך נישט דעם אלטוועלטליכען חרדיש/ארטעדאקסישע יודענטום?

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 1:59 pm
דורך קאווע טרינקער
קאך_לעפל האט געשריבן:די פריערדיגע ראשי הממשלה ווי דוד בן גיריון, לוי אשכול, גאלדא מאיר, מנחם בעגין, יצחק שמיר, יצחק רבין, שמעון פערעס, אריאל שרון, אהוד אולמערט, ימ''ש וזכרם, זענען טאקע געווען גרויסע רשעים, אבער זיי האבן זיך פארט געפירט מיט כללי הדיפלאמאטיע און זיי האבן קיינמאהל נישט געטון דאס וואס דער שפארבערישער נתניהו טוהט.

אויב וועט כלל ישראל נישט אויפהייבן א קול מחאה און אויסשרייען פאר די גאנצע וועלט אז דער חוצפאניק נתניהו פארטרעט נישט דאס אידיש פאלק, וועלן מיר אלע צאהלן די פרייז פאר זיינע אקטען.....

די פריערדיגע ראשי הממשלה ווי לינדון ביינס ג'ונסון 1963-1969, ריצ'רד מילהאוס ניקסון 1969-1974, ג'רלד רודולף פורד 1974-1977, ג'יימס ארל קרטר 1977-1981, רונלד וילסון רייגן 1981-1989, ג'ורג' הרברט ווקר בוש 1989-, ויליאם ג'פרסון קלינטון 1993-2001, ג'ורג' ווקר בוש 2001-2008 זענען טאקע געווען גרויסע גוים, אבער זיי האבן זיך פארט געפירט מיט כללי הדיפלאמאטיע און זיי האבן קיינמאהל נישט געטון דאס וואס דער שפארבערישער באראק חוסעין אובמא טוהט.
אויב וועט כלל ישראל נישט אויפהייבן א קול מחאה און אויסשרייען פאר די גאנצע וועלט אז דער חוצפאניק אובאמא קומערט נישט דאס אידיש פאלק, וועלן מיר אלע צאהלן די פרייז פאר זיינע אקטען.....

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 2:08 pm
דורך סמבטיון
די ווערטער " דאס קליין פארשטינקן לענדל וואס איז געבויעט אויף שנאר און חוצפה " אויף אינזער הייליג ארץ אבותינו, קען מען נישט הערן פון א גוי , דאס קען מען נאר הערן פון איינער וואס האט געזייגט סאקמערע פאדארבענע מילך.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 2:10 pm
דורך איך אויך
און פירן שוין צענדליגער יארן פארשטינקענע פאליטיק מיט גוים אין אידן צוגלייך מיט יעדן וואס האלט זיך נישט ביים אונטערבייגן צו זייער פארשטינקענע מאפיאנערישקייט.

איינער זאל ביטע ק/פ די טעקסט וואס איז אמאל דאס יאר ארומגעגאנגן ווען ר''א האט זיך געאייסערט וועגן התגרות באומות.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 2:15 pm
דורך מאטי
און מ'קען זאגן "כבר קדמך נחבי בן ופסי וחבריו.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 2:17 pm
דורך קאווע טרינקער
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=V567zr2aOyc[/youtube]
זהירות: אהבת ישראל אלערט

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 3:19 pm
דורך פלעין יודיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=V567zr2aOyc[/youtube]
זהירות: אהבת ישראל אלערט

האטס רחמנות אויף אים
קיק ווי שיין ער בעט זיך נעבעך

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 5:29 pm
דורך ישמעאל הכהן
אויב מעגליך ביטע אראפנעמען מעגליך פונעם קעפל.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 5:30 pm
דורך בר דעת

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 5:45 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 5:47 pm
דורך בר דעת
קוק די צעטיל, די אונטערשטע גרויסע סלאגאן אין רויט און געלע אותיות איש בליעדר, קיין שום מענטש זאל נישט זיין בלי עדר, קיין שום פערד זאל נישט אנטלויפן פונעם סטאדע. בשורינו ובחמורינו נלך.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 6:49 pm
דורך קאווע טרינקער
"קבל עולם ומלואו.... פאר די גאנצע וועלט...." אין ריבוי אחר ריבוי אלא למעט.