שמערל פון כתריליווקע פארדאמט טשוירטשיל, די 2015 ווערסיע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 952 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 666 מאל

שמערל פון כתריליווקע פארדאמט טשוירטשיל, די 2015 ווערסיע

שליחה דורך בר דעת »

עס איז 1938, עס קאכט זיך אין די וועלט. עס קאכט זיך אויך אין כתריליווקע און אין אלע אידישע שטעטלעך, אין די שטעטלעך ווי די וועלט הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט א דאזן קינדער און אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב און מיט די קאנצעליי אין בודאפעסט, טוט זיך איבער ווער עס זאל זיין דער שוחט אין גראסווארדיין, און עס ברענט די הויט איבער די נייע שטיבל וואס בעלזער חסידים האבן געמאכט אין מונקאטש, איבער די שטיינער וואס דער קליינער עזריאל גליק האט אריינגעווארפן ביי רבי אביש קראלער אין שטיבל, און איבער די מערכה צו די אמתע דרך החתם סופר לאזט מאכן אן אגודת ישראל צו נישט.

אבער אין די עכטע וועלט, ווי עס גייען פאר עכטע געשעפטן, עכטע דיפלאמאטיע, עכטע אידעעלאגיע ברענט. קאמוניזם פאליטיק פלאקערט אין רוסלאנד און פוילן, פאשיזם נעמט איין איטאליע און היטלער לייגט אן אויג צו גרינדן די דריטע רייך וואס זאל מאכן אייראפע ריין פאר טויזנט יארן. די וועלט קאכט זיך איבעראל, אין די קארידארן פון שטאטסמענער, אין די קאפע הייזער ווי יונגע אידישע אידעאליסטן קאכן זיך איבער דקות'דיגע חילוקים אין די קאמוניסטישע ווערטשאפט איבער טראצקיזם און סטאליניזם, איבער פאטריאטיזם און פאציפיזם, איבער ציוניזם און סאציאליזם. די צייטונגען קאכן מיט פרישע אידעאליזם און לעבנס לוסט, יעדער שרייבער איז א פראפאגאנדירער פאר וואס ער גלייבט, עס זענען נאכנישט די פאסט-מאדערנע צייטן ווי יעדער ווייסט אז אלעס איז אביסל אמת און אביסל שקר און מען דארף בלייבן קאלט און אביעקטיוו.
וועלטס דיפלאמאטן קאכן זיך איבער די עתיד פון אייראפע, אין ליכט פון די געפארפולע מאנעוורעס וואס היטלער מאכט און זיינע גרויסצוגיקע רעיונות צו אייננעמען די וועלט.
אין בריטאניע פארמירט זיך די גרויסע כח פון די דעמאקראטישע וועלט, אייראפע ווייסט אז די ענגלישע קעניגרייך וועט פירן אייראפע אקעגן די סכנות פונעם נאצישן מאנסטער. דארטן זעלבסט זענען פארהאן צוויי כחות, טשעמבערליין איז א שוואכלינג, ער גלייכט נישט מלחמות, ער זוכט צו מאכן שלום און ער ווארפט טאקע אוועק טשעכלאסוואקיי צו די הינט, האפנדיג אז דאס וועט שטילן די הונגער פונעם גרויזאמען דעספאט. אקעגן אים שטייט ווינסטאן טשוירטשיל, דער באליבטסטער מענטש אין די לעצטע דורות, דער בריליאנטענער סטראטעגיסט און מלחמה העלד. טשוירטשיל פארפירט אז מען שטייט פאסיוו קעגן די גרויסע סכנה און ער לויפט פארן אמט אלס פרעמיער מיניסטער, צוזאגענדיג אז ער וועט שטיין פעלזן פעסט קעגן די נאצישע כחות.
אידישע פירער זענען אויך געווען אובד עצות, געוויסע אידן האבן געהאלטן אז די אידן זענען א גרויסע עקאנאמישע כח און דעריבער זאל די אלוועטליכע אידישע פאלק דערקלערן א באיאקאט קעגן נאצי דייטשלאנד, און דאס וועט אים דערשרעקן. גלות אידן האבן זיך געמאכט קשרים מיט קליינליכע נאצישע אקטיוויסטן און געשפילט דיפלאמאט קלערנדיג צו ראטעווען אידן. די ציונים האבן אגיטירט אז ווער עס האט הענט און פיס זאל אנטלויפן פון אייראפע, אבער חשובע אלטע רבנים האבן געפאכעט מיט זייערע קול קורא'ס דערקעגן. אין ארץ ישראל גופא זענען געווען די וואס האבן געוואלט זיך אנשליסן אין די בריטישע מיליטער קעמפן קעגן די נאצישע מערדער, אנדערע האבן געזאגט אז מען זאל נאר קאנצעטרירן זיך אויף בויען דאס לאנד אונטערוועגנס. אין אמעריקע האבן געוויסע אידן פרובירט צו שיקן הילף פעקלעך פאר אידן, און אנדערע עגאאיסטן האבן נאר געטראכט פון זייערע שאפס און געבויעט עקסטענשאנס צו זייערע הייזער. די אידישע טעאטאר האט געשפילט שפילן און רבנים האבן זיך ארומגעקריגט איבער פכים קטנים.
זיצט זיך שמערל אין כתרילעוועקע, הערט אויס אלע פלעטקערייען אונטערן אויווון שפעט ביינאכט און מאכט החלטות, ער האלט אז די אידן זאלן זיך אננעמען פאר טשעמבערליין און בשום אופן נישט טאנצן מיט טשוירטשיל, קלערט שמערל צו זיך, איך גיי דאך א צילינדער, איך בין דאך א מכובד אין שול, דעם רב'ס איידעם קומט צו מיר אין שטוב אריין עסן קרעפלעך יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, נו, פארוואס זאל איך נישט זאגן מיין מיינונג?

שמערל גייט אריבער צום אפטייקער, וועלכער האט מיט יארן צוריק געלערנט שפראכן אין די אוניווערזיטעט פון ווארשע, שמערל שענקט דעם אפטייק אפאר רובל און הייסט אים פארשרייבן "די אידישע פאראייניגונג פון כתרילעוועקע און ארום... לאזט מעלדן אז די אידן זענען מיט טשעמבערליין, און די אלע וואס האלטן מיט טשוירטשיל זענען נישט קיין ריכטיגע אידן, מיט גרויס עהערע, אייער פריינט שמערל, דער בירגערמייסטער, בשם אלע אידן"

שמערל נעמט דאס בריוול און מיט א ראש הקהל'ישן שמייכל גייט ער אריבער צום בעל עגלה, א באגלייבטער מענטש, און ער שיקט אים קיין ווארשע, מיט א בינטל מזומנים און ער שיקט אים צו די הויפקווארטירן פון די צייטונגען און הייסט אים צאלן וויפיל עס פעלט אויס צו אריינשטעלן אין די צייטונגען אז שמערל איז מיט טשועמבערליינען.

שמערל נעמט אפיר דעם רב'ס איידעם וואס קען לשון קודש עטוואס מער פון בלויז דעם קרבן מנחה און צאינה וראינה, דער איידעם ליינט די הצופה און החבצלת, און שרייבט לשון קודש אזש די ציונים'לעך קענען זיך פאר אים פארשטעקן. דער איידעם שיקט ארום צו די וילקט יוסף און די קול ישראל א באשרייבונג ווי ער שרייבט אז דער באקאנטער כלל ישראל עסקן רבי שמערל, דער פרנס פון כתרילעוועקע, לאזט הערן פאר די גויים דעם אמתן אידישע שיטה וואס איז קלאר לערנענדיג מנורת המאור און ראשית חכמה, אז אט אזוי דארף א איד זיך פירן, זיין פאר שלום. און דעריבער איז ר' שמערל דער פאן טרעגער פון די אידישע שיטה פון זיין טשעמבערליין'ס א מענטש.
אפאר יאר שפעטער איז ר' שמערל, מיטן רב'ס איידעם, מיטן אפטייק און גאנץ כתרילעווקע, גענומען געווארן צום עק שטאט דורך די איינזאץ גרופען.

ר' שמערל האט פרובירט צו רעדן צום עס עס פירער פון די איינהייט, און אים צוגערופן און געגעבן א ציגארעטל און געזאגט דעם עס עס פירער "איך בין שמערל, דער גרינדער און פירער פון "די אידישע פאראייניגונג פון כתרילעוועקע און ארום" דער עס עס פירער געט א שפיי שמערל'ען אין פנים. שמערל ווישט אפ דאס פנים מיט א זיידן פארטוך, און זאגט "הער, איך בין א שטיצער פון נאצי דייטשלאנד, איך בין א גרויסער קעגנער פון טשוירטשיל". דער עס עס מאן נעמט ארויס זיין ביקס און שיסט ר' שמערל אויפן פלאץ, ויצאה נשמתו בטשוירטשיל.

***

2015, די וועלט ברענט, צענדליגער מיליאנען מוסלמענער זענען ביי די זעלבע מיינונג אז מען דארף פארניכטן די מערב וועלט און ארויפברענגען איסלאם אויף די וועלט. די עקסטרעמיסטן נעמען איין לאנד נאך לאנד, פון סיריע ביז איראק, פון תימן ביז ניגעריע. ווי דעם ערשטן צפרדע וואס דאפעלט זיך מיטן יעדן פראסק, איז פון די צופראסקעטע אל קאידא אויסגעוואקסן א גאנצע שלל פון רשעות'דיגע כחות, אייסיס, גיוואהט אל נוסרא, בוקא כראם און נאך שמות נרדפים. די איסלאמישע זענען קונה שביתה גאר טיף אין אייראפע און ווארפן אן אימה ופחד.

די גאנצע וועלט קוקט מיט אנגסט, און די וועלט צעטיילט זיך צווישן די טשעמבערליינען וואס האבן פארשידענע מעסיגע געדאנקען פון שטיצן איסלאמישע עקסטרעמע כחות ווי די איסלאמישע ברודערשאפט וואס פארמאגט אסאך כח אין גאנץ מיטל מזרח און איראן, וואס זענען זייער שטרענג און קאמפס גרייט, אבער זענען דאך נישט קיין פראים און מיט זיי וועט מען קען קענען פירן א שטיקל דיאלאג, נאר דאס וועט אפשטעלן די מענטשן פרעסער פון אייסיס און די פארשידענע אל קאידא פראקציעס.

די טשוירטשיליאנען שרייען אז די פראים מאכן טאקע גרויזאמע טיאטעראלישע שטיק פון שניידן קעפ און אויספירן יעדע האראר מואווי שרעק, אבער זיי זענען שוואך און וועלן עווענטואל פאלן, די עכטע סכנה איז דווקא פון די מער מעסיגע, ווי די איסלאמישע ברודערשאפט, וואס איז א כח פון קאטאר און די אפאזיציע אין עגיפטן, כאמאס איז איינער פון זיינע שליחים, און איראן, וועמענס שליחים עס זענען כיזבאלא און דער מערדער באשיר אל אסאד.

די וועלט איז צעטיילט, עגיפטן, סאודי אראביע, ארץ ישראל, קאנאדע, און די קאנסערוואטיוון אין אמעריקע און אייראפע האלטן אז איראן און די איסלאמישע ברודערשאפט זענען די גרעסטע סכנה.

איראן, קאטאר, טערקיי, און די ליבעראלע כחות זענען פאראייניגט מיט די טשעמבערליין זייט אז די איסלאמישע טעראריסטן מיט נעקטייס זענען די איינציגסטע וואס קענען באזיגן די איסלאמישע טעראריסטן אן נעקטייס.
די קאנסערוואטיווע פליגל האט אפאר הויפט רעדנער, דער קאנאדישער פרעמיער, די רעפובליקאנער אין אמעריקע, און בנימין נתניהו פון מדינת ישראל וואס שרייט שוין יארן אז א נוקלעארער איראן וואס קאנטראלירט די מיטל מזרח איז די שרעקליכסטער קאשמאר.
די ליבעראלע אידעאלאגיע ווערט געפירט פון פרעזידענט כוסעין אבאמא און זיין אויסערן סעקרעטאר קערי. דער פרעזידענט זאגט אזעלכע לאזונגען ווי "די קריסטן זענען נישט בעסער, זיי האבן געהאט די קרייץ ציגלער" און ער דערמאנט קיינמאל נישט די איסלאמישע טעראריסטן ביים נאמען. די מערדער זענען ביי אים גלאט מערדער, אן קיין קשר צו גארנישט און די אומגעקומענע פאריזער אידן זענען "א באנטש אויף פאלקס אין א שאפ"

די קאנסערוואטיוון האבן געלאדענט נתניהו אלס א הויפט ווארטזאגער פאר אט די לאגער, און ער גרייט זיך צו קלארשטעלן אז די טשעמבערליין צוגאנג איז מסוכן'דיג פאר זיין לאנד, פאר די מיטל מזרח און פאר די וועלט.
די ליבעראלן האלטן אז זיי האבן די אמת אין די האנט, זיי צייגן אן אז בוש, דער ארכי קאנסערוואטיוו מיט די הילף פון אט דעם זעלבן נתניהו האט דווקא געברענגט דעם חורבן, דורך זיין מלחמה אין איראק. די קאנסערוואטיוון טענה'ן אז פארקערט, ווען מען גייט פולשטענדיג מיט א קאנסערוואטיווע צוגאנג וואלט בעסער געווען.

וואס איז אמת?

זשורנאליסטן, מיטל מזרח מבינים, אנטרעפאלאגן, און צוקונפט זעהער פון ביידע זייטן זאגן און ווארענען יעדער דאס זייניגער. די ליבעראלע זאגן זייערס אינעם ניו יארק טיימס, אין סי-ען-ען, אין הארץ און אסאך אנדערע, ווי מען באוואשט נתניהו און מען ערקלערט אבאמאס צוגאנג צום מיטל מזרח. די קאנסערוואטיווע פארפירן אין פאקס-ניוס, אין וואשינגטאן פאוסט און ישראל היום, ווי מען טייטלט אן אז דווקא אבאמא איז דער וואס שפילט א מסוכן'דיגע שפיל.

נתניהו קומט רעדן אויפן איינלאדענונג פונעם קאנסערוואטיוו געפירטן קאנגרעס, ער זאגט אז ער רעספעקטירט אבאמא, אבער ער מוז קומען ראטעווען די וועלט, טראץ אלע שוועריגקייטן און טראץ דעם וואס דאס צעטיילט די טראדיציאנאלע ביי-פארטיזאן שטיצע פאר מדינת ישראל. מיט אים האלטן מיט אסאך הויכראנגיקע מענטשן, פון אלי וויזעל ביז זשעפרי גאלדבערג, פון רודי זשוליאני ביז זשעב בוש.

אבאמא און די ליבעראלע וועלט האבן געמאכט א שטורעם אז נתניהו צוברעכט די פראטאקאל און פירט זיך אומפאסיג. זיי פרובירן אנצוהענגען פערזענליכע מאטיוון אז נתניהו מיינט פשוט זיין בענקל, ווען ער שטייט פאר וואלן. א זאך וואס זיינע שטיצער ווארפן אפ אז עס העלפט אים נישטאמאל אין די וואלן, און ער איז פשוט אבסעסירט ווייל ער זעהט די זאך ווי א ריכטיגער סטראטעגיסט און פירער.

וואס איז די אמת?

בלויז קורצקעפיגע מענטשן זאגן מיט א זיכערקייט, איבער א זאך וואס איז אזוי ברייט, א זאך וואס עס קען מעגליך דויערן הונדערט יאר צו זעהן. צו איז נתניהו א מעקארטור אדער א טשוירטשיל? איז אבאמא א טשעמבערליין אדער א רעיגן?

אבער ווי אייביג, דער בירגערמייסטער פון כתרילעווקע, דער אפטייק וואס קען אביסל ענגליש און דעם רב'ס איידעם וואס ליינט די נייעס אין החבצלת, זיי ווייסן דעם אמת און זיי שיקן צעטלעך צו די ניו יארק טיימס.

וועט שמערל, אדער זיינע ברודער אין ארץ ישראל, אומקומען פון א נוקלעארע אטאקע פון איראן אדער א שטארקע אינוואזיע פון כאמאס אדער כיזבאלא זיינע שליחים, ווען שמערל אדער איינער פון די שמערלעך ווען פאכען אומבאהאלפן מיט אן איני מכיר קארטל? ימים יגידו.

(קריטיקירער, ביטע כאפט מיר נישט דא ביי אזוינע טעותים ווי אז 1938 איז נאכנישט געווען קיין טשוירטשיל באוועגונג אדער אז טערקיי איז לאו דווקא פרא די איראנער הסכם. קוקט עס מער אן ווי א דובנער משל, איך בין געווען זייער לויז מיט די פרטים, ארויסצוברענגען די עיקר געדאנק)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בר דעת, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר