וואל-מארט וועט העכערן געהאלטן
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 7:23 pm
איהר האט מעגליך מיטגעהאלטן די נייעס-מעלדונגען נישט לאנג צוריק אז וואל-מארט וועט אויסגעבן א ביליאן דאלער צו העכערן די וועידזשעס פון ארום א האלב מיליאן אנגעשטעלטע אנגעהויבן פון קומענדיגן אפריל
דאס וועט מאכן אז די מינימום וואס א באצאהלטער ארבעטער באקומט ביי זיי איז כאטש $9 א שטונדע, וואס איז $1.75 מער ווי די פעדעראלע מינימום וועידזש.
יעצט ווערט באריכטעט אז עס האט געהאט ווייטגרייכנדע נאכפאלגנדע אפעקטן אין די קייט-געשעפט אינדוסטריע, ווי אזא ריז ווי "טי-דזשעי מעקס" האט געמאלדן א געהאלט-העכערונג, ווי אויך אין די רעגירונג וואו אין די שטאַטן פון "ניו יארק" און "שיקאגאו" איז מען אצינד ערנסט עוסק אין העכערן די מינימום וועידזש.
("דאלער-טרי" האט געזאגט אז זיי האבן נישט אין פלאן נאכצופאלגן.......)
ווי ברייט באקאנט איז קריטיקיזם, און זאגאר האַס, אויף וואל-מארט א גאר פארשפרייטער פענאמען.
ווער עס האט הענט און פיס פארפירט אז: עס שפּאַרט צו קליינע פאמיליע-געשעפטן; האלט אויף קינדער ארבעטער אין איהרע פאבריקן אין כינע; צאהלט נידריגע געהאלטן פאר די ארבעטער אין די געשעפטן און באהאנדלט זיי בכלל זייער שלעכט; אא"וו א לאנגע ליסטע מיט אנגעבליכע חטאים.
אלזא, כאטש אויף דעם לעצטן טייל ווייסן מיר שוין אז ס'איז קלאר אויסגעזויגן פון פינגער.
ווארום אין פאקט האבן זיי אפילו ביז דעם איצטיגן העכערונג, געצאהלט אין דורכשניט מער ווי א געווענליכער קייט אדער פריוואטער געשעפט און אזוי אויך שטעלן זיי צו ארבעט פאר מענטשן וואס קענען עס נישט געפינען ערגעץ אנדערש און זענען זייער צופרידן צו ארבעטן פאר זיי
צו לערנען מער איבער די פאלשע שמועות קעגן וואל-מארט, זעהט דא א קורצע עפיזאד ווי ער צונעמט גאנץ גוט טייל פון זיי https://www.youtube.com/watch?v=RWp9evUA3l0
אלזא זענט איהר פאר אדער קעגן וואל-מארט?