בלאט 1 פון 4

פאפא טיילט זיך אפ פון התאחדות הרבנים?

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:27 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:30 pm
דורך אחד העם
זיי האבען גלייך אנגענומען וואס שטייט אינעם צעטל!

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:31 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]שת.אדמזאהן[/tag]

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:32 pm
דורך ירח בן יומו
פארוואס?????????

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:32 pm
דורך ישמעאל הכהן
LOL
פאפא רבי וואלט זיך ווען ענדערש געדארפט אפטיילן פון זיינע חסידים. זיי פירן אים ביי די נאז

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:35 pm
דורך קאצקע ציקער
האט די סיבה א שייכות צו די מארגענדיגע פראטעסט?

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:41 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל: אויב דער בריוו איז נישט קיין האוקס, איז עס זייער אן ערנסטער ווענדפונקט. ווייל די חברה וועלכע האבן זיך געהאלטן בראש פון התאחדות האבן אייביג חוזק געמאכט און אויסגעלאכט אפילו דעם מרן ויחי יוסף זצ"ל.נאר ער איז געווען א גרויסער עניו און ער האטזיך נישט געמאכט צו טון פון זיי. נאר היינט ווען די פאפא'ער קהילה, קהילת יעקב האט שוין ב"ה ארויסגעגעבן פיהל תלמידי חכמים און מורי הוראה האבן זיי שוין מער נישט קיין שום סיבה צו זיצן צוזאמען מיט די באד יונגען און מעוותי הדין. לאמיר נאר זעהן ווער ס'איז עומד בראש דארט. איצא שייגעץ...! וואס דאס גאנצע אידישקייט ליגט ביי איהם אין דעם גרינעם דאללער.

איך ווינטש פאר די פאפא'ער קהילה א סאך הצלחה אין זייער נייעם , אמת'דיגן אומאפהענגיגן וועג אויף וועלכן זיי גייען. און ס'זאל ארויסקומען א קידוש השם פון זייערע מעשים, ווען מ'וועט זעהן וויאזוי אן אמת'דיגע ערליכער בית דין פיהרט זיך...!

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:42 pm
דורך קאצקע ציקער
ירח בן יומו האט געשריבן:פארוואס?????????

פרעג בעסער פארוואס ער האט עס ביז יעצט נישט געטוהן....

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:49 pm
דורך elter-zeide
איך קען נאר איין זאך זאגען פאר דע פאפע קהילה, "חזק ואמוץ",

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:54 pm
דורך שת.אדמזאהן
ראשעקאל האט געשריבן:[tag]שת.אדמזאהן[/tag]

די ראשעקאל שרייבט אונטער און פרעגט אויב ס'אמת?

איך האב נאך נישט מצליח געווען צו מברר זיין אויף זיכער, אבער 90% זעהט דאס ווי א פאפא מודעה. פלוס, ס'מאכט סענצס און ס'איידל געשריבן.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:56 pm
דורך ישראל קאפקע
שת.אדמזאהן האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:[tag]שת.אדמזאהן[/tag]

די ראשעקאל שרייבט אונטער און פרעגט אויב ס'אמת?

איך האב נאך נישט מצליח געווען צו מברר זיין אויף זיכער, אבער 90% זעהט דאס ווי א פאפא מודעה. פלוס, ס'מאכט סענצס און ס'איידל געשריבן.

וואס איז די פרשה וואס ליגט אונטער דעם?
אויך וואס מיינט די טויש אין טאג-טעגליכער לעבן, וואס איז געווען ביז יעצט און וואס גייט יעצט זיין אנדערש.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 9:58 pm
דורך נהורא נפישא
ס'איז פארהאן א גראבע גרייז אינעם מודעה "אינו למורת רוח"

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:00 pm
דורך שת.אדמזאהן
נהורא נפישא האט געשריבן:ס'איז פארהאן א גראבע גרייז אינעם מודעה "אינו למורת רוח"

דאכט זיך ס'איז א פסוק אין בראשית.

שוין. די רבי ווארנט מ'זאל זיך נישט טענה'נען.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:02 pm
דורך נהורא נפישא
יא יא ס'העט ווען געדארפט שטיין "היא למורת רוח"

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:05 pm
דורך נהורא נפישא
אבטולמוס האט געשריבן:אז דו קענסט שרייבן "אינעם מודעה", מעג ער שרייבן אז די הנהגה "אינו למורת רוחו"...

בכל אופן, כ'גלייב נישט אז דאס צעטל איז אויטענטיש.

אז דו פארגלייכסט די צווי, האסטו לכאורה אויך נישט געכאפט

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:12 pm
דורך נהורא נפישא
זייער אינטערסאנט מיט דעם בלאט, ס'איז פאררוקט אויפן סעלפאון, אזוי אז ס'דרוקט זיך אויפן נישט ריכטיגן פלאץ, כ'האב בטעות באקומען פון איינעם א לייק, נאר יענער האט דאס תיכף פארמעקט, דער אמת כ'האב אויך בטעות געגעבן איינעם א לייק, גם ברוך יהיה.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:14 pm
דורך איך אויך
כא'דיר געגעבן איינס אלס ערזאץ זאלסט נישט זיין סעד ערב פורים.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:27 pm
דורך [NAMELESS]
שוין, בלייבט א איחוד צווישן זאלונים אין איצו גליק,

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:32 pm
דורך נהורא נפישא
אדרבה זאגט מיר פארוואס "אינעם" איז נישט אויסגעהאלטן.
אדער ווייסט אפשר א צווייטער ?

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:36 pm
דורך קאצקע ציקער
ס' מסתם לכבוד פורים....

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:40 pm
דורך יתרו
מיין שאלה איז למאי נפקא מינא צו פאפא איז יא אין התאחדות צו נישט?
וואס גייט זיך יעצט טוישן און וואס האט דער פאפער געוואלט ערייכען?
און נאך א שאלה איז דא איינער אין התאחדות אז עס באדערט אים אז פאפא האט זיך אפגעטיילט און אויב יא פארוואס?

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:45 pm
דורך נהורא נפישא
[tag]כוכב[/tag] האסט שוין פארראכטן כמה פעמים מיין ספעלינג, ווייסט אפשר צו זאגן אויב "אינעם מודעה" איז נישט אויסגעהאלטן?

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2015 10:48 pm
דורך קאווע טרינקער
נעה, ס'איז נישט אמת, אבער גענוג צו מאכן א קיצעל פאר איצו גליק און פאר פאפא.
בכל אופן, אזא בריוו מאכט אן איינדרוק כאילו ס'בכלל דא אזא ארגעניזאציע in first place