פאראדיע מסכתות און פורים שפילן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
פאראדיע מסכתות און פורים שפילן
לעולם האב איך געוואלט פארריפען א "גמרא פאראדיעס פארמעסט" ווייל כאטש צו פאעזיע טויגן מיר אויף כפרות לויט די שאצונגען פון די גרעסטע מומחים, אבער צו גמרא טויגן מיר דאך געוויס יא, נאך אלעם האבן מיר שטודירט דעם תלמודישן טעקסט יארן לאנג אין ישיבה (ווער ס'האט)
נאר וואסזשע דען, בין איך דאך נישט אזא כוכב, ממילא האב איך נישט די בצים צו פארריפען פארמעסטן, וועל איך בלית ברירה מוזן איינזיצן.
רעדענדיג פון בצים, אנטשולדיגט מיין אויסשפריך, איז כדאי אנצומערקן אז איינע פון די פאלקס טראדיציעס וואס איז שוין כמעט היינט בטל געווארן, סיידן ביי טייל חסידישע הויפן וואס האבן פארהייליגט פאלקס טראדיציעס איז דאס מאכן פארשטעלונגען אין פורים, א פורים שפיל, דאס מאכן פארשטעלונגען גייט שוין אייגענטליך צוריק צום זמן התלמוד וואס די גמרא ריפט אן משוורתא דפורייא, אזא סארט פארשטעלונג אין וואס מ'פארברענט המנ'ן, אין משך פון היסטאריע איז דער שפיל פארוואנדלט געווארן אין אנדערע פארמען, ביי די רענעסאנס עפאכע איז פארשפרייט געווארן טיאטארישע סארט שפילן, און דאס איז בעיקר געווען פארשפרייט אין די ישיבות, מכירת יוסף איז געווען א פאפולערע שפיל אום פורים, ווי באקאנט איז דער נייטראר ראש ישיבה ר' מיכאל בער אראפגעריסען געווארן מחמת אכשר דרא'דיגע סענטימענטן ביים פלאנירן אזא שפיל, די מג"א אין הל' שבת ברענגט אויך ולא ידענא מי התיר להם בפורים, איינע פון די חידושים פון די סארט שפילן איז אויך געווען דאס זיך באנוצען מיט א וואלגארישן שפראך, אזוי ווי ס'זאגן עדות די טעקסט וואס זענען פארבליבן פון די שפילן, אויך אין די ישיבה פון ר' דוד אפענהיים פון פראג (באקאנטער ספרים זאמלער, זיין ביביאליטעק ליגט היינט אין אקספארד) האבן די בחורים זיך באניצט מיט א גראבן שפראך.
אלזא אין פורים זעט אויס איז געווען הותרה הרצועה, דאס זעלבע גייט מיט דעם וואס כ'האב אנגעהויבן, מיט די מסכתות פורים, וואס דאס זענען אזאנע שפאטישע מסכתות מיט גמרא און רש"י ותוס' פיל מיט ליצנות, דער ערשטער דאס צו מאכן איז א געוויסער ר' קלונימס בר קלונימס, א ביבליגראף מיטן נאמען משה שטיינשניידער רעכנט אויס ארום צוויי הונדרעט פאראדיע מסכתות, איך געדענק אז די יפה בעתו האט אויך אמאל געשריבן דערוועגן, פארשטייט זיך אז מחאות שפעטיגן נישט, ר'שמואל אבוהב איז מוחה נמרצות דערויף אין זיין ספר דבר שמואל.
אלזא וויל איך ווידמען דעם בלאט פאר ווער עס וויל צולינקן אדער מעתיק זיין פון אט די פורים שפילן אדער מסכתות, אדער סיי וואס איבערדעם.

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נהורא נפישא: נו. די גמ' (די אמת'ע) זאגט דאך ..." היינו דאמרי אינשי...קריינא (נישט אוקריינא) דאיגרתא, איהו ליהוי פרוונקא....דאס מיינט אז דער וואס ליינט, אדער קען אפליינען דעם בריעף, ער זאלל מקיים זיין וואס ס'שטייט אין דעם...!
וויבאלד דו האסט געגעבן די גוטע עצה, ווערסטו מכובד צו זיין דער ערשטער צו צוברענגען א לינק, אדער מחדש זיין אייגנס אין דעם ענין. כ'בין זיכער אז דער עוילעם וועט דיר שטארק מכיר טובה זיין...וייש"כ למפרע...!

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: פאראדיע מסכתות און פורים שפילן
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
טאמער ס'ווערט באמערקט א פארלאנג, וועל איך 'מערצעשעם צוזאמשטעלען די קונטרסים אויף איין ספר וואס מ'זאל קענען קויפען און ליינען פורים, א מין 'על מסכת פורים' פאר דער וואס געדענקט די ספרים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: פאראדיע מסכתות און פורים שפילן
באקומען אויף וואטסאפפ
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk