בלאט 1 פון 1
פורים חקירה
נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 11:53 am
דורך ישמעאל הכהן
מאכן זיך אידן משוגע פורים ווייל מ'איז פרייליך?
אדער איז מען פרייליך ווייל מ'קען זיך משוגע מאכן?
איך מיין סיז נומבער צוויי
נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 11:56 am
דורך ציבעלע-קיגל
ישמעאל הכהן האט געשריבן:מאכן זיך אידן משוגע פורים ווייל מ'איז פרייליך?
אדער איז מען פרייליך ווייל מ'קען זיך משוגע מאכן?
איך מיין סיז נומבער צוויי
ניין מען מאכט זיך(אז מען איז) פרייליך ווייל
מען איז משוגע
נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 1:06 pm
דורך [NAMELESS]
ר' ישמאל פראביריט צו אריינצוויגן די חקירה אין צוויי שמאלע אפציעס. לדעתי ליגט די הסבר גאנץ ערגעץ אנדערש. ערגעץ ציווישן...
'מ'מאכט זיך משוגע ווייל מ'וויל זיין פרייליך'
'ס'איז נארמאל צו זיין משוגע פרייליך'
אדער גאר עפעס אנדערש...
'ווען מ'איז אנגעזעצט און מ'מאכט זיך כאילו מ'איז פרייליך קוקט מען אויס משוגע'
והבוחר יבחר והלא נבחרות לא בוחרות
נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 1:22 pm
דורך גנדי
איך בין פרייליך פורים אז איך דארף נישט גיין מיט א שווערע נערישע שטריימעל...
איך בין נישט מוחל בזה ובבא ווער עס האט איינגעפירט אז שושן פורים מוז מען יא גיין...
נשלח: זונטאג מערץ 08, 2015 12:24 pm
דורך ציבעלע-קיגל
גנדי האט געשריבן:איך בין פרייליך פורים אז איך דארף נישט גיין מיט א שווערע נערישע שטריימעל...
איך בין נישט מוחל בזה ובבא ווער עס האט איינגעפירט אז שושן פורים מוז מען יא גיין...
האט דיר איינער געצווינגען צו גיין דערמיט שושן פורים? גיי נישט. וואס גייט דיר אן וואס יענער זאגט און טראכט?