בלאט 1 פון 1

אה ישראל קדושים הם

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 7:57 pm
דורך ישמעאל הכהן
נישטא קיינער דא, ס'איז שא שטיל א נחת. אונזערע מקטריגים האבן א הארד טיים צו זעענדיג דאס...נעמליך, אונז די כופרים פון קאווע שטיבל זענען פארנומען מיט די מצוות היום... אה.
איי עם סוי סארי :lol:
פורים שמח פאר יעדן, אויך פאר יענע.... עד דלא ידע בין ארור ביצים לברוך קאווע שטיבל.

העףי ףורימ חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח!

לצים ארויס!!!!!!

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 8:14 pm
דורך אפטעמיסט
כ'דארף א גרינע עפל כככככככ

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 8:24 pm
דורך רויטע וואנצעס
אין אזא הייליגע טאג ווי יום כי'פורים שעמט זיך נישט א ביליגע לץ פון קאווע שטיבל חוזק מאכן פון כל הקודש לנו. אין סידור שטייט ברוך מרדכי און ארור המן, דער ניק שעמט זיך אבער נישט צו פארדרייען אונזערע מסורה און אויסדרייען די ווערטער פאר זיינע ביליגע אינטערעסן. #מעשהמצרים.

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 8:25 pm
דורך אפטעמיסט
רויטע, מען מעג מאכן א וויץ פורים. כאפ א טשיל.

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 8:26 pm
דורך [NAMELESS]
רבותי כאפט אריין, היינט איז פורים מארגן איז אויס !!

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2015 8:29 pm
דורך ישמעאל הכהן
מארגן איז אויס???? מארגן ''איז'' פורים! דו משכיל חחחח כופר!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 9:16 am
דורך הוגה
רבותי, אום פורים וואלט מען געמעגט זיין אביסל ערענסט. ס'איז א הויכע טאג און מ'קען אסאך פועל'ן. אוי זאל זיך די באשעפער מרחם זיין. קלי קלי למה עזבתני.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 4:22 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:רויטע, מען מעג מאכן א וויץ פורים. כאפ א טשיל.

אפטעמיסט: איך בין דיך נישט חושד אז דו ביסט אזא תמים און דו טראכסט אפילו פאר איין מינוט אז ער מיינט עס ערנסט...חוץ, אויב דו האלטסט שוין ביי עד דלא ידע...... :lol: :roll:

נשלח: מוצ"ש אפריל 11, 2015 9:29 pm
דורך ישמעאל הכהן
ערליכע אידן שטייען אצינדנ אין די ליניעס צו כאפן א סלייס פיצא, עס זאל חלילה נישט דורכגיין גאנצע אכט טאג אן א פיצא.
כדי לטהרינו מכל סוג ופגם

נשלח: מוצ"ש אפריל 11, 2015 9:47 pm
דורך [NAMELESS]
נע דער עולם רייסט יעצט שטיקער פאפען דעקל וואס האט באדעקט די קאונטערס,

Re: אה ישראל קדושים הם

נשלח: מוצ"ש אפריל 11, 2015 10:04 pm
דורך [NAMELESS]
מ'כאפט א שטיקעל חמץ
https://vimeo.com/124725005