בלאט 1 פון 1

אשכול אן קיין קעפל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 12:16 pm
דורך אפטעמיסט
נו ס'איז פורים היינט, גלייבסט מיר כ'בין שיכור ווי לוט. איך לויף פון גרינע עפלעך צו רויטע און יעצט עס איך גאר א מאראנץ. כ'קען נישט עכט מאריך זיין ווייל מיין קאפ שיסט פון אזויפיל וויין אבער ס'איז א שטיקעלע דילעמע. מ'לויפט פון די מלמדים צו טיטשערס פון שווער צום פאטער, אלע באקומען שלויעחמנות אבער די קאלעגע ניקס, די אמת'ע חברים, צו זיי קומט מען נישט אן. איז אזוי, הוגה, דיר קען איך נישט געבן פשוט ווייל ס'איז גליטשיק און ס'איז מסוכן צו פארן ביז צו פלעטבוש, רויטע וואנצעס ברעכט ערגעץ אין ב"פ דערפאר שטיי איך ווייט פון אים, ישמעאל הכהן, אנטשולדיגט איך פאר נישט קיין קאשוי שטעטל יעצט, און שמעקעדיג דו קום אהער נאדיר א טויזענט דאלער משלויחמנות.

ככככככככככחחחחחחחחחחחחחח האהאהאהאהאהאה!!!!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 4:36 pm
דורך [NAMELESS]
אפטע איך זיץ יעצט צוזאמען מיט דיר אין טרעפיק אויף לי עוו, שיק אריבער,

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 4:52 pm
דורך אפטעמיסט
יוי כ'האב געמיינט ביסט א מאנספארזאן. ווער וואלט געגלייבט אונזער גראדער מעכל איז א שעשני כרצונו, גאר מיט א בלויזן שייטל... כככככככחחחחחחחחחחחח סימכת ףורימממממ!!!!!!

נשלח: פרייטאג מערץ 06, 2015 12:07 am
דורך רויטע וואנצעס
היינט איז יו"ט אין דער וואכן,
דערפאר האב איך געבראכן,
אלע פלעשער זענען אפען,
לאמיר גיין ווייטער זויפן.

נשלח: פרייטאג מערץ 06, 2015 12:19 am
דורך כוכב
היי יאר איז ווירקליך געווען א היסטארישע פורים. אלטע אידן זאגן אז זיי געדענקען נישט אזא וועטער.
אדער ווייז איז מיין פורים יאר יערליך ממש דעי זשא וואו. פונקטליך אויף דער האר די זעלבע. שווער, טאטע, באבע, טרינקען, ברעכן, דרימל, היים. היי יאר איז צו געקומען זעקס שעה קאר סערוויס פאר 240$.
באשרייבט אייער פורים ביטע.