וואס איז דער פלאן אויף פסח?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
וואס איז דער פלאן אויף פסח?
עס איז שלשים יום קודם החג און מ'דארף זיך ארויפשארצן די ארבל.
מיין מחשבה תחילה איז צו דרוקן א פול פלעזש מאגאזין מיט רייכע ארטיקלען און קאלומס, וואס זאל ערשיינען אויף שבת הגדול. איך בין גרייט צו צושטעלן די חומר, רעדאגירן וכו', מיין פראבלעם איז נאר מיט די גראפיקס. אויב איינער נעמט זיך אונטער די גראפיקס דעמאלט יאלא.
אז נישט גייט מען צוריק צו די אראומע פארמולע.
וואס זאגט דער עולם?
דער פלאן פון הערשי איז ביי מיר מופרך לגמרי, ס'איז ווי עמיצער זאל טענהן אז א נארישקייט פון עפל אז יעדער דארף זיך שלעפן מיט א טעלעפאן אין טאש, א מער אפעקטיווע וועג איז צו שטעלן א פאבליק טעלעפאן יעדע עטליכע גאסן און פטור אן עסק.
דער נאמען /ברענד פונעם קאמפיין ליגט שוין ביי די מערכת און וועט געמאלדן ווערן נאך א באשלוס אויף סטראטעגיע.
מיין מחשבה תחילה איז צו דרוקן א פול פלעזש מאגאזין מיט רייכע ארטיקלען און קאלומס, וואס זאל ערשיינען אויף שבת הגדול. איך בין גרייט צו צושטעלן די חומר, רעדאגירן וכו', מיין פראבלעם איז נאר מיט די גראפיקס. אויב איינער נעמט זיך אונטער די גראפיקס דעמאלט יאלא.
אז נישט גייט מען צוריק צו די אראומע פארמולע.
וואס זאגט דער עולם?
דער פלאן פון הערשי איז ביי מיר מופרך לגמרי, ס'איז ווי עמיצער זאל טענהן אז א נארישקייט פון עפל אז יעדער דארף זיך שלעפן מיט א טעלעפאן אין טאש, א מער אפעקטיווע וועג איז צו שטעלן א פאבליק טעלעפאן יעדע עטליכע גאסן און פטור אן עסק.
דער נאמען /ברענד פונעם קאמפיין ליגט שוין ביי די מערכת און וועט געמאלדן ווערן נאך א באשלוס אויף סטראטעגיע.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
הערשי האט געשריבן:[justify]איך טו גראטולירן @כוכב און אלע חשובע שרייבער וועלכע האבן בייגעשטייערט צו אראמע. באמת דאס הארץ קוואלט מיר צו זען קאווע שטיבל שפרודלן מיט אידיש ליטעראטור. פאר איך גיב דעם איינדרוק ווי אן אלטער פוילישער יידישיסט באזוכנדיג דאס ערשטע מאל וויליאמסבורג, וויל איך קלארשטעלן אז בתוך עמי אנכי יושב. דאך, איך האב הנאה, און איך זאג עס. ליידער האב איך זעלבסט נישט געקענט צוגעבן עפעס נופך, ווייל איך האב אקורשט געשריבן סאפיע, און כ'האב געשפירט א חוב צו דערהיינטיגן דאס שטיבל איבער דעם אנגיינדיגן מגיפה. אזוי אז ס'איז מיר נישט פארבליבן קיין צייט אויף עפעס זאכליך.
איך בין אבער נישט געקומען דא סתם שלוקצען. איך האב א פארשלאג. פארוואס זאלן מיר אלע נישט עפעס לייזן פון אונזער ווערק? די קאליבער פון די ארטיקלען דא (מיט לייכטע דעריגירונג) איז נאך אויף אזוינע שטאפלן ווי די אנדערע סחורה אויפן מארק, אויב נישט בעסער (אודאי בעסער!). טא, לאמיר אפדרוקן דאס אלעס אויף גלאנציג פאפיר, צופאסן שיינע בילדער, צוציענדע גראפיקס, און היידא, א מאגאזין.
שטייצעך אויף דעם יו"ט איז דער באן שוין אפגעפארן. ס'איז אבער קיינמאל צו פרי צו פלאנען אויף פסח. אט איז מיין פלאן.א) מען פארעמט א קאמיטע פון דריי הדיוטים גבאים.
ב) גבאים זענען פאראנטווארליך אויף אלעס, אריינגערעכנט, הגהות והערות, דאס דרוקן, דאס פארשפרייטן, רעקלאמעס, און דאס געלט.
ג) קאמיטע באשטימט א דעדליין, למשל ר"ח ניסן.
ד) יעדער מעג שרייבן.
ה) ארטיקלען וואס וועלן ערשיינען אויפן געוועב פאר פסח וועלן ארויספאלן.
ו) נאך פסח וועלן די שרייבער ארויפשטעלן זייערע ארטיקלען אויפן שטיבל.
ז) די הכנסה אראפגערעכנט די הוצאות איז דער ריווח.
ח) גבאים באקומען 20% רווחים.
ט) דער עולם טיילט לייקס פאר די שרייבער ביז ר"ח אייר.
י) אכציג פראצענט פארדינסטן ווערט פארטיילט פאר די שרייבער לויט די פראצענט לייקס.
יא) די גבאים באשטימען ווער ס'האט א זכות צו לייקן.
יב) די גבאים טיילן אויס מוציאס פאר די שרייבער, אויף וועלכן אופן ער וויל. דירעקט, דורך א חבר, אדער דורך א דעד-דראפ.
יג) און דאס וויכטיגסטע, מ'וויילט פאר א פאסיג נאמען ביז חנוכה (מיין הצעה איז שטערנבוך, על שם סטאר-בוקס קאווע, על שם דער שטערן, על שם @כוכב, על שם בוך, ועל שם דבר אחר).
וואס זאגט איר צו מיין עצה? מ'קען מרים זיין קרן השטיבל און נישט דערלייגן. אפשר וועט מען נאך אריינכאפן אן איסור אויך און די סעילס וועלן שטייגן.[/justify]
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
מען ברויך נעמען ארטיקלען וואס איז שוין פארהאן, און נעמען מאכן א קאווע בלעטער מיטן עורך הקאווע [tag]פישעלע הערינג[/tag] אויב ער איז גרייט, אולי וועט מען קענען צולייגען עטליכע נייע און משך פון די נעקסטע פאר וואכן, אבער פון די אלטע נישט פארגעסן
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
וואס איז די פראבלעם פון הערשיס אידייע לא הבנתי, אויף וועלכער פונקט דינגט איר זיך.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
וואס פעלט אויס זיך אריינצולאזן אין אזא קאמפליצירטע פראיעקט, און גיין קאמפעטיציע מיט דעם מאמענט און טריביון מיט דעם אלטמאדישן פארמאט פון א מאגאזין פאר געלט. הזאת קאווע שטיבל? מיר זענען דא צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ אונזערע סערוויסעס זענען אומזיסט און עפישענט. א ווירטואלן מאגאזין מיט אן אומזיסטע דאונלאוד איז אונזער ציל.
אין אנדערע נייעס, גוגל אפפערט ביפער סערוויס פאר 19.99$א חודש.
אין אנדערע נייעס, גוגל אפפערט ביפער סערוויס פאר 19.99$א חודש.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
דער פלאן פאר א פסח קאווע שטיבל מאגאזין איז תלוי ועומד און ווענדט זיך צי עמיצער נעמט אויף זיך די גראפיקס און עימוד. דאס איז מיין לעצטער רוף, איז דא עמיצער וואס קען צולייגן א פלייצע אין דעם הינזיכט?
אויב האט איר סיי וואס פאר א עקספערטיז אין גראפיקס אדער לעיאוט ביטע רופט אייך אן.
א דאנק
[tag]רויטע וואנצעס[/tag]
אויב האט איר סיי וואס פאר א עקספערטיז אין גראפיקס אדער לעיאוט ביטע רופט אייך אן.
א דאנק
[tag]רויטע וואנצעס[/tag]
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
Re: וואס איז דער פלאן אויף פסח?
שווער צו גלייבען אז די אשכול האסטו געשריבן ווייניגער ווי א חודש צוריק!!