די זיסקייט פון בטחון

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

די זיסקייט פון בטחון

שליחה דורך ארכיוויסט »

ר' נפתלי שפרייזט ארויף און אראפ, ער קען נאך נישט אראפקומען פון די הויכע ספערן וואו זיינע מחשבות שוועבן און קלערן. אזא העכערער באגריף איז דאך ממש אן עולם הבא... – די טייטש פון בטחון איז "אז א איד זאל פילן ווי ער איז אינגאנצן איבערגעגעבן צום טאטן אין הימל, און ער געפינט זיך שטענדיג אונטער א העכערן רשות. פונקט ווי מען וואלט געפרעגט א חדר אינגל פארוואס גייסטו אהיים ביינאכט פונקט צו דיינע עלטערנ'ס הויז, און נישט צו קיין צווייטן? וועט ער נישט אנדייטן עפעס א פרטיות'דיגע סיבה, ווי למשל דארט גיט מען אים צו עסן, און א בעט צו שלאפן וכדומה. ווייל די אהבה פון א טאטן צו א קינד איז אסאך העכער ווי דאס מלבש צו זיין אין פרטים, דאס קינד שפירט עפעס א ווארעמקייט און א זיכערקייט זייענדיג ביי זיינע עלטערן אין שטוב, און עס פאלט אים ניטאמאל איין צו טראכטן אז אפשר וועט די נאכטמאל נישט זיין גרייט, אדער עפעס בייז קען אים חלילה פאסירן. פארוואס? ווייל איך בין ביי מיין טאטן אינדערהיים...

נאך פון אנהייב ווען דער שיעור האט זיך געגרינדעט, האט נאך ר' נפתלי נישט פארפאסט קיין שיעור, פון הגאון הצדיק הרב לייבל פישער שליט"א ווען ער לערנט פאר דעם וואונדערליכן שיעור אין הייליגן ספר "חובות הלבבות", אבער אזעלכע פערל ווערטער – פילט ר' נפתלי – איז נאך נישט געווען ביז יעצט...

אזוי לויפט א שעה נאך א שעה, דער זייגער האט יעצט נישט די העזה אריינצורעדן א ווארט אז ער גייט פאראויס, און די נאכט שעה'ן ריקן זיך אריין טיפער און טיפער אז עס האלט שוין ביי ויהי חצי הלילה, און אונזער רבי נפתלי קלינגט איהם נאך אין די אויערן די זיסקייט פון בטחון, ער פילט ווי ער גיט זיך איבער צום הייליגן טאטן, ער זארגט פאר מיר אזוי געטריי, איך דארף גארנישט צוהעלפן...

פלוצים געט זיך ר' נפתלי א כאפ אויף, אוי! איך מוז עס נאך היינט ערלעדיגן! איך האב צוגעזאגט פאר יחזקאל אז מארגן אכט אזייגער גייט ער האבן דעם שאכטל, דאס מיינט אז איך מוז יעצט אויף דער מינוט גיין און עס אויף פּיקן אז עס זאל זיין גרייט... אבער געוואלד עס איז טייטש אז איך זאל מיך יעצט אראפלאזן צו דעם נידריגן געגענט וואו עס קעניגן די פארברעכער צוזאמען מיט די שיכורים, מילא אכט אזייגער אווענט, נו, וואלט איך מיר נאך ווי נישט ווי אן עצה געגעבן, אבער יעצט אזא שפעטע שעה, עס איז פוסט און ליידיג פון נארמאלע מענטשן, און לוסטיג און לעבעדיג מיט יענע חברה, עס איז א קלארע פסיק רישא יעצט דארט אדורך צו שפרייזן...

אזוי וואלט ווען ר' נפתלי געטראכט אין די נארמאלע אומשטענדן, אבער ווי ר' נפתלי דרייט זיך ארום נאך האלב פארטון אין זיינע זיסע בטחון געדאנקען, זעט ער נישט דעם פראבלעם, "מיין גוטער זיסער טאטע שטייט נעבן מיר און געט דאך אכטונג, טא וואס קען דער נידריגער שיכור זיך פארמעסטן מיט מיין טאטן"? אומר ועושה, ר' נפתלי לאזט זיך ארויס אויפ'ן וועג, ער גייט צופיס אדורך די נידריגסטע ביליגע חברה, ער זעט זיי קלאר מיט די אויגן, אבער וואס האבן זיי צו מיר? איך גיי מיט מיין טאטן! ער גיט דאך אזוי גוט אכטונג, וואס איז דער פראבלעם? אזוי האט ר' נפתלי אדורך "שפאצירט" געמיטלעך און רואיג ווי עס וואלט דא נישט געווען די אלע חברה, וואס ר' נפתלי האט שיעור נישט ארויף געטרעטן אויף זיי...

יא! אז מען הערט וואס איז בטחון דערלייגט מען נישט! נעמט עס אן ר' נפתלי אלס פעלזן-פעסטן באשלוס, מען גלייבט, און מען קען עס מיט די פליישיגע אויגן זען, די וואונדערליכע שמירה עליונה פון אונזער גוטן טאטן!

אוי וויפיל מאל האב איך עס געזען, אז בטחון לערנט אז קיינמאל האב איך נישט דערלייגט, האב איך פארפאסט דעם באס קיין וויליאמסבורג און איך האב געמוזט נעמען א קאר סערוויס, די ערשטע רגע האב איך געגלייבט דעם "גם זו לטובה" אבער אייניגע מינוטן דערויף, ווען איך האב זיך געכאפט אז דעם טלית ותפילין האב איך פארגעסן אריינצולייגן אין רענצל, און וואלט איך ווען "יא" געכאפט דעם באס וואלט עס ווען געווען א קאטאסטראפע, אבער יעצט זאג איך דעם דרייווער דריי זיך צוריק, און ביז פינף מינוט איז ערלעדיגט און... איך קום אן אקוראט צוזאמען מיט דעם באס... דאן האב איך שוין געזען אז עס איז געווען א אפענע "גם זו לטובה"!... און אזוי איז עס בכל יום ובכל עת ובכל שעה! און ווער עס לערנט און צענעמט בטחון אויף פיצלעך צום לעבנס טאג ווייסט שוין דעם סוד, אז קיין שום בארואיגונגס פּיל, ווירקט נישט א פערטל פון דעם "כח הבטחון"... פירט אויס ר' נפתלי מיט א זיגרייכע שטימע!

אבער איר האט נאך נישט אלעס פארפאסט! – שרייט אויס ר' נפתלי – זאלט איר וויסן אז אט די אלע שיעורים זענען שוין אפגעשריבן געווארען מייסטעריש, און ארויסגעגעבן געווארן הערליך און איינדרוקספול, ווער עס האט עס נאר פארזוכט דעם ניי ערשינענעם ספר "חובות הלבבות עם פירוש לב הארי" פון דעם חשוב'ן גאון שליט"א, לעבט איבער די אלע שיעורים! און ווי עס הערט זיך נאך, האט דער ספר די זעלבע מאכטפולע קראפט אזוי ווי די שיעורים בעל פה, און עס ווירקט שוין אויף די הונדערטער אידן אריינגערעכנט חשוב'ע רבנים ותלמידי חכמים, וואס קענען זיך נישט אויף א טאג אוועקרייסן פון זייער "נערוו פילן" דאס איז דער נייער ספר "לב הארי" אויף "חובות הלבבות" שער הבטחון ווי דער בטחון ווערט ערקלערט מיט אזעלכע קלארע זיסע פערל ווערטער, א יעדע קנייטש פון דעם הייליגן חובות הלבבות, אז יעדער קען עס פארשטיין און פילן קלאר און לעכטיג, און עס שרייט זיך ארויס "טעמו וראו כי טוב ה'"!
די ארטיקלען וועלכע ווערן ארויפגעשטעלט קומען פון אויסגאבעס וועלכע עקזיסטירן מער נישט, און ווערן צוגעשטעלט ספעציעל פאר "קאווע שטיבל". יעדער ארטיקל ווערט מוגה פאר'ן ארויפגעשטעלט ווערן, און טאר נישט גענוצט ווערן ערגעץ אנדערש אן רשות.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר