תורה די בעסטע סחורה
נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 4:39 pm
נאך די סומאטוכע וואס האט זיך געמאכט אין די אשכול האב איך מבטיח געווען כמה פעמים צו מאכן א אשכול וועגן כמה עניני יסודות ביהדות עד שומרונים והמסתעף און את דברתי שמרתי וזה החלי און המשך יבוא
[center]חלק א'
[/center]
עס איז צום האפן אז די ליינער אין אזא אינטעליגענטן פארום ווי דא אין קאווע שטיבל פארשטייען אליין מיט זייער שכל אז די גאנצע וועלט מיט אירע מילאנען ברואים זענען נישט געשעהן ביי מעסטעיק פון פילע אטאמען וואס האבן זיך אויפגעריסן נאר איינער האט געמוזט באשאפן אזא וואונדערליכע בריאה פארדעם וועל איך אין דעם נושא נישט צופיל מאריך זיין איך וועל נאר באצייכענען כמה נקודות בענין זה,
א) אלע מהלכים וואזוי די וועלט איז געשען (חוץ פון די תורה'דיגע מהלך) זענען נאר טיאריעס אנע הוכחות.
ב) לשיטת האומרים שהיה ע"י מפץ גדול (איני יודע הכתיב של המילה האנגלית לזה) וואס דאס איז היינט די אנגענומענע טיאריע, אינם יכולים לומר מה גרם להתפרצות זה והרי לשיטתם היו האטאמס מונחים במנוחה נכונה מיליוני שנים וא"כ וואס האט גורם געווען זייער אויפרייס, נו אויב האבן זיי נישט קיין תשובה וואס איז ווערד אזא טיאריע צו אפווארפן מיט דעם די תורה.
ג) די גאנצע חשבון זייערע פון מיליאנען יאהר וואס די וועלט שטייט שוין איז געבויעט אויף וויאזוי עס זעהט אונז אויס אז די וועלט אנטוויקלט זיך כהיום און לויט דעם וויפיל יאהר האט געדויערט צו אנטוויקלען די וועלט,
די פראבלעם מיט די חשבון איז אז עס איז געגליכן צו אן עלטערער איד וואס גייט אריין אין א קינדערישע קליידער סטאר און ער וויל קויפן פאר זיין 1 יאהריגע אייניקל א שיינע יו"ט'דיגע סטרעטשי סייז 44, דער געשעפטסמאן מיט העפליכקייט דערלאנגט איהם דאס פארלאנגטע, אבער דער איד ווערט בייז,
- איך דארף א געהעריגע סייז 44 נישט די פיצי,
דער סטאר קיפער פארשטייט נישט זיין טענה און פרעגט איהם
- ווי אלט איז דיין אייניקל
- 1 יאהר
- נו איז דאך דאס זיין סייז,
- וואס רעדסטו? איך דארף א געהעריגע סייז,
- זאג מיר, דיין אייניקל איז שוין אזוי גרויס?
- עס מוז אזוי זיין?
- וואס מאכט דיר אזוי טראכטן?
דא הייבט אן דער זיסער זיידע צו מסביר זיין מיט פאטאס,
- אין די ערשטע 3 חדשים האט מיין אייניקל געדאפלט זיין וואג, נו קומט דאך אויס אז אין 3 חדשים דאפעלט ער זיין וואג איז דאך דער חשבון פשוט אז נאך איין יאהר וואס יעדע 3 חדשים ווערט זיין וואג געדאפלט איז ער שוין אזוי גרויס...
א געלעכטהער אין א זייט אזוי זעהט אויס זייער חשבון, און דאס איז א נארישקייט ווייל פונקט אזוי ווי א קליין קינד ענטוויקלט זיך שנעלער ווי א ערוואקסענער אזוי איז די פארשריט פון די וועלט נישט קין שום ראיה צו די פארשריט פון אמאל.
ד) פאר איינער וויל אנעמען אז די בריאה איז געשען פון זיך אליין איז גוט אז ער זאל פארדעם זיך אביסל באקענען פון דער נאנט מיט די פלאי הבריאה ווי די אויג, די הארץ, די השלמה וויאזוי אלע אברים פון די מענטש ארבעטן צוזאמען, די פלאי הבריאה פון אלע געוואוקסן, די באשעפענישן וכדו' און נאכדעם זאל ער פראבירן צו טראכטן אז דאס אלעס איז פון זיך אליין צוזאמען געשטעלט געווארן אן קיין איין טעות, און אלע נישט געלונגענע פראבעס זענען פון זיך אליין נעלם געווארן אן איבערלאזן קיין שפירן נאך זיך.
********[center][/center]
איינמאל אונז זענען שוין קלאר אז איינער האט די וועלט באשאפן מוז זיין אז עס האט א פונקטליכע מטרה ווייל ווען אונז זעהן ווי די גאנצע וועלט יעדע זאך האט א סיבה ווי אזוי עס ארבעט און פארוואס מוז דאך זיין אז איינער האט דאס געמאכט פאר א סיבה,
פאר איינע פון די עלעקטערישע פארשטעלונגען וואס קומט פאר א יעדע יאהר אין יאראפ האט איין געוויסע קאמפעני מודיע געווען אז זיי גייען ווייזן פאר די וועלט א חידוש וואס די וועלט האט נאך נישט געזען, און עס וועט זייער שטארק העלפן די מענטשהייט.
בהגיע היום האבן זיי ארויס געשטעלט א ראבאט וואס האט געצויגן יעדן'ס אינטערעסע ווייל עס איז נישט געווען סתם נאך א ראבאט נאר עס איז געווען א ראבאט וואס האט געהאט אין זיך גענוג מאטריאל צו מאכן נאך א ראבאט און ווען די נייע ראבאט איז געווען פארטיג האט זיך די ערשטע ראבאט צו לאזט און איז געווארן איינגעזאפט אין די נייע און די נייע ראבאט האט געטוהן די זעלבע וחוזר חלילה,
מענטשן זענען זייער נתפעל געווארן פון די חכמה וואס ליגט אין דעם אבער האבן נישט געקענט דערגיין וואס פאר א נוצן האט די וועלט פן דעם עד שבא אחד ואמר אז זיי האבן סתם חוזק געמאכט פון דעם קהל און עס האט טאקע נישט קיין שום נוצן פאר די וועלט, פארשטייט זיך אליין אז קיינער האט נישט אנגעקוקט יענעם ווייל יעדער האט פארשטאנען אז קיינער לייגט נישט אריין אזויפיל כוחות פאר גארנישט, נאך אפאר טעג ווען קיינער האט נישט געכאפט די נוצליכקייט פון דעם, האבן זיי אריבער גערופן דעם עולם צו א צווייטע אפטיילנוג צו ווייזן די נוצן פון די ראבאט,
און דארט האט זיך געפונען א קאר ליידיג פון יעדע טראפ גאזעלין און זיי בעטן איינער זאל אנהייבן דרייוון די קאר פארשטייט זיך אז עס האט נישט געארבעט ווייל אן א געזעלין פארט נישט קיין קאר האבן זיי געפנט די טראנק און אריין געלייגט די ראבאט אין א ספעציעל געמאכטע פלאץ און געהייסן יעצט צו דרייוון די קאר און וואונדער איבער וואונדער די קאר פארט, האבן זיי מסביר געווען אז די קאר פארט אויף די ענערדזשי וואס די ראבאט געבט ארויס ביים מאכן די נייע ראבאט און כדי די קאר זאל כסדר פארן און כסדר האבן גענוג ענערדזשי און אויך ווייל א אלטע ראבאט קען זיך צוברעכן פארדעם איז עס אויף אזא וועג.
פארשטייט זיך אז די וועלט איז מורא'דיג נתפעל געווארן פון די המצאה און מען ווארט עס זאל קוים ארויס קומען אין גאס צו לינדערן די אנגעוויזנקייט אויף אראבישע אויל.
דאס איז נאר א משל ארויס צוברענגען אז די וועלט מוז האבן א תכלית ווייל אן א תכלית טוהט מען גארנישט.
אז מען ווייסט שוין אז איינער האט באשאפן די וועלט און אז ער האט דאס באשאפן מיט א מטרה מוז דאך זיין אז און אז אויב האט ער אויך באשאפן די מענטשן האט ער זיי זיכער געגעבן אינסטראקשענס וויאזוי צו ניצען די וועלט,
[center]המשך יבוא[/center]