בלאט 1 פון 1
הלעיטהו לרשע וימות
נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:14 pm
דורך געוואלדיג
א שטיקל צייט צוריק האט זיך אפגעטוהן א גרויסע שאלה וואס האט אויפגערודערט די וועלט, אבער דא אויף ק"ש האב איך נאך נישט געזען מען זאל דאס אנרירן האב איך מחליט געווען לשנס כגבר חלצי (נאך וואס איינמאל האט זיך שוין פארמעקט האלב פון די פתיחה) און עס ארויף ברענגען דא לתועלת הציבור, עס האט אין זיך סיי א הלכה'דיגע אספעקט און אויך א מאראלישע און עטישע אספעקט, ונראה מה יהיו חלומות חברינו וחכמינו,
וזה היה תוכן השאלה:
די שאלה האט זיך גראדע נישט אנגעהויבן ביי אידן נאר כך היה מעשה, אין איינע פון די סקולס דאהי אין אמעריקא איז געווען א סטודענט פאר כעמיע און רפואה וואס האט זיך גראדע גוט אויסגעצייכנט אין זיינע לימודים אבער אין זין סאשעל לעבן האט ער נישט מצליח געווען און ער איז געווען פארעכנט אלס דער נעבעך פון קלאס, עד כדי כך אז איינער פלעגט יעדן טאג איהם גנב'ענען זיין סענדוויטש וואס ער פלעגט זיך מיטברענגען פון דערהיים און ער האט בשום אין אופן נישט געקענט כאפן ווער דאס איז,
ויהי היום ביי א לעקציע נאך א ברעיק האט איינע פון די סטודענטן זיך אנגעהיובן נישט גוט צושפירן און איז געווארן בלוי און געווארן מצטמק ורע לו, פארשטייט זיך אליין וואס פאר א מהומה עס איז דארט געווארן, און דער סטודענט שטעלט זיך אויף און רופט זיך אן זייט נישט באזארגט איך האב פשטו מחליט געווען אם אין אני לי מי לי, און איך האב באשמירט מיין סענדוויטש מיט א געוויסע כעמישע זאלב וואס האט געמאכט די טויטליכע פארסאמונג כדי איך זאל געוואר ווערן ווער מיין סענדוויטש גנב איז, און יעצט אז איך ווייס שוין וועל איך איהם נאר געבן פון א אנדערע זאך וואס נעמט אוועק די סכנה פון איהם וכך הווה, פארשטייט זיך אליינס אז פון דעמאלטס אן איז ער שוין געווען די הירא פון זיין קלאס. עד כאן המעשה.
יעצט איז די שאלה איז עס מותר עפ"י הלכה צו אנגרייטן א טויטליכע טרעט פאר א גנב וכן עטיש אדער מאראליש.
ואקוה לתשובות במהרה מכולכם חברי
נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:23 pm
דורך כוכב
לינק?
נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:27 pm
דורך געוואלדיג
איך האב געטראפן די שאלה אין די אויסגאבע "סופה וסערה" חלק ראשון ארויסגעגעבן דורך חנוך טוביאס פון בני ברק,
אני מאמין אז מען קען טרעפן לינקס וועגן די שאלה דורך גוגל אבער די מעשה איז נשט אזוי שטארק נוגע ווי די שאלה, און אני מחכה לתשובות ממכם להגדיל תורה
יישר כוחכם
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 12:20 am
דורך קאווע טרינקער
די מעשה ווערט געבאקן און פארציילט דורך ר' יצחק זילברשטיין חדב"ן, אין איינע פון די עלינו לשבח בענדער.
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 2:32 am
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:די מעשה ווערט געבאקן און פארציילט דורך ר' יצחק זילברשטיין חדב"ן, אין איינע פון די עלינו לשבח בענדער.
אין די היימישע בעקעריי פון עלינו לשבח. ויאכלו ענווים וישבעו
נישטא און די גאנצע מאווי אינדעסטרי אזא פראדעצירער
די בעסטע מעשות/דמיונות
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 2:50 am
דורך [NAMELESS]
"געוואלדיג" טרייבט אביסל איבער, די מעשה האט, ווי ווייט איך ווייס, קיינמאל נישט "אויפגערודערט די וועלט". סך הכל נאך א שיינע באבא-מעשה פון רבי יצחק זילבערשטיין. אבער דאך א שיינע חקירה למחשבה.
להלכה איז דא אויף דעם א שיינע תשובה געשריבן דורך הרב דוד בלייך, ראש הכולל אין YU א מומחה אין bioethics ווי ער צונעמט זייער שיין די שאלה פון אלע צדדים מיטן פסק פון רב זילבערשטיין.
http://traditionarchive.org/news/article.cfm?id=105386
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 3:06 am
דורך מור וקציעה
יעצט איז די שאלה איז עס מותר עפ"י הלכה צו אנגרייטן א טויטליכע טרעט פאר א גנב וכן עטיש אדער מאראליש.
ואקוה לתשובות במהרה מכולכם חברי[/quote]
לכאורה וואלט איך געזאגט אז אנשרעקין א גנב אזוי ווי אונזער מעשה, איז לא גרע פון געבן אפאר גוטע קלעפ פאר א גנב וואס ברעכט זיך איין אין מיין הויז און איך האב נישט קיין אנדערע וועג אים אפצוהאלטן
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 8:10 am
דורך שמעון וואלף
דאס איז מעשים בכל יום אז מ'לייגט סם פאר די מייז און ראטן ואין פוצה פה
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:31 am
דורך לית דין בר נש
וואס איז די שאלה אויב האט ער אנגעגרייט די רפואה פאר די מכה?
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:02 am
דורך Kool man
די מעשה האט א העפי ענדינג, און אויב עסט ער אויף דעם גניבה סענדוויטש אין זיין צימער אין דארם, אדער אין קאר, אדער גאר אין בית הכבוד, און ער גייט אויס דארטען ווי א שווארצע לעכט? איז עס געהעריג רציחה.
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 12:24 pm
דורך [NAMELESS]
איך וואלט ווען אביסל מער אפגעהיטן מיין סענדוויטש און איינגעשפארט שאלות און ספיקות
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 2:23 pm
דורך berlbalaguleh
דער מוסד האט אמאל אנגעשטעלט אזא שפיצל פאר קהאלעד מאשאאל דער הויפט פון כאמאס. נאר נאך גרויס דרוק פון מהר"א פון מאנרא און דער בלאט, וועלכע האבן געשריבן אז דאס איז שרעקליכע התגרות באומות פון די ציונים, האט דער ראש הכופרים, בנימן נתניהו געהייסן פאר דעם הויפט פון מוסד אז ער זאלל געבן די רפואה צו דעם. און ער האט (ב"ה) געליטן א גרויסע מפלה און ער איז געצווינגען געווען צו געבן די מעדיצין פאר דעם ק'עניג פון ירדן...!
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 3:41 pm
דורך געוואלדיג
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן
געוואלדיג האט געשריבן: די מעשה איז נשט אזוי שטארק נוגע ווי די שאלה, און אני מחכה לתשובות ממכם להגדיל תורה
יישר כוחכם
און דאס איז דער עיקר צו הערן אייער מיינונג
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 3:42 pm
דורך געוואלדיג
ר' יצחק זילבערשטיין האט געהאלטן אז וויבאלד עס איז מיינע, און מיט מיינע זאכן מעג איך טוהן וואס איך וויל,
אבער לכאורה איז דא א איסור פון ולא תשים דמים בביתך
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 3:46 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:אבער לכאורה איז דא א איסור פון ולא תשים דמים בביתך
קוק אין די
תשובה וואס איך האב אויבן אראפגעברענגט עמ' 71 ד"ה Yet
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 4:05 pm
דורך געוואלדיג
יישר כח [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag]
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 4:23 pm
דורך איחוד פעלד
דאס איז נישט הלעיטהו לרשע, הלעיטהו לרשע וואלט געמיינט, אויב למשל איינער איז א אוכל נבילות וטריפות, מעג איך אים אריינלייגען סם אין די אסור'דיגע מאכלים?
את"ל ביי דער מעשה פין דער גניבה איז מותר, ווי איז דער דין ביי נבילות וטריפות?
ואת"ל ביי נבילות וטריפות איז אויך מותר, ווי איז דער דין יום כיפור, איינער וואס עסט יום כיפור מהו? דארט איז עס א חפצא, אבער יום כיפור זמנא הוא דקא גרם.
ואת"ל עס איז מותר, מומר לתיאבון מהו?
ואת"ל מותר, מסור מהו?
ועוד ועוד
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 4:32 pm
דורך געוואלדיג
הרב זילבערשטיין פסק'נט אז עס איז מותר און אפילו א מצוה אויב,
1) ער טוהט דאס להכעיס,
2) ער איז א מועד
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 5:03 pm
דורך איחוד פעלד
באזירט אויף א מעשה שלא היה מיט א זיידע פין דער גר"ח
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 5:39 pm
דורך געוואלדיג
למאי נ"מ אויף וואס באזירט דער עיקר איז די שאלה
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 6:48 pm
דורך איחוד פעלד
אויב אזוי אז די עיקר איז די שאלה, פארוואס ברענגט איר וואס רב ז"ש פסק'נט?
לעיקר הענין, בין איך מחולק, די עיקר איז צו זעהן וואס רבנים פסק'נן אויף דער שאלה, אויף וואסערע סארט יסודות און השוואות.
נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:23 am
דורך [NAMELESS]
בעקבות פון דעם אשכול האב איך דורכגעבליקט דער מאמר פון דעם טויביאס און איך בין שאקירט געווארן מיט וואסערע לייכסיניגקייט רב זילבערשטיין פסקנ'ט דיני נפשות געבויט אויף השערות און האלבע סברות,
נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:57 am
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:ר' יצחק זילבערשטיין האט געהאלטן אז וויבאלד עס איז מיינע, און מיט מיינע זאכן מעג איך טוהן וואס איך וויל,
אבער לכאורה איז דא א איסור פון ולא תשים דמים בביתך
איך ווייס אז דער עולם דא גייט מיך צורייסן (רעטאריש. און אפשר פיזיש , ווען זיי וואלטן געקענט.) ווייל איך בין אן איקאנא-קלאסט. (נו. לאמיר זעהן חכמים ונבונים שביננו. קענט איהר דעפינירן דעם מאדנעם ווארט...?...!)
ערשטנס: איך בין נישט אזוי שטארק באאיינדרוקט פון הרב יצחק זילבערשטיינ'ס חידושים אין הלכות שבת.
צווייטנס: זיין גאנצער מהלך אין מברר זיין א הלכה איז זייער מאדנע. ס'ווייזט אויך אז פסיקה איז א פאטענציאל געפערליך געווער. און מ'דארף זיין פארזיכטיג אין וועמענ'ס הענט מ'געט עס איבער.
דריטנס: א ספר אויף הלכות שבת פון א היינטצייטיגן גאון פון וועלכן איך ווער יא נתפעל איז דאס ספר "ישראל והזמנים" פון הרב הגאון ר' ישראל דוד האפענעס שליט"א.
פון די אמאליגע גאונים, איז דער ספר שו"ת מהרש"ג און כש"ב וכש"כ די פסקים פון הרב שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל...!