בלאט 1 פון 3

ווייב וויל א סמארט פאון

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:41 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
כבין בכלל נישט דער פרומער וואס האקט קעגן סמארט פאון, כהאב צופעליג געווענדליך די נייע טעלעפאון אין די וואך וואס סדא צו באקומען.
מיין ווייב אבער האט א פארצאטישע סעלל, אין כהאב שטארק הנאה דערפון פשוט ווייל כהאב זייער פיינט די look פון היימישע פרויען וואס דרייען זיך מיט גרויסע סמארט פאונן, אין פארשטייט זיך אז די ״ מה יאמרו הבריות״ שפילט ביי מיר א גרויסע ראלע אין ספאסט מיר זייער אז מיין רעבעצין זאל האבן א פליפ פאון
די וועלט אבער ווערט מער מאדערן אין די חברתה האט שוין באקומען א אייפון מיט א יאר צירוק אין דעמאלטס האט זיך שוין מיין ווייב געגעליסט כהאב אבער געגעבן צו פארשטיין אז ספאסט אונז נישט נאר איינצליגע פרויען האבן, איי וואס איז שטאפענע אנדריש? ביזנס בלא בלא בלא
די זייגער געבט זיך א ריק מיט אפאר חדשים אין א שוועסטער מיט נאך א חברתה מיט דער אין יענער האבן אויך סמארטפאון, אין דא קומט מרת שטאפענע נאכאמאל צי, כהאב געגראבען א תירוץ אז די פלען ערלויבט נישט יעצט, אפשר א צווייטע מאל
דער נאכט האט די פרוי געקלאפט אין טיש, א הייסע אייפאון!!!!!!
כבין ממש צופיקעוולט, כקען נישט אנהייבען מיט די הייליגע תורות אז מען נכשל ווערן ווייל זי וועט אויפוועקען אלע שכינום פאר געלעכטער, קויפן א מתנה אנשטאט האב איך שוין געטוען לעצטע מאל זי האט געאקשנט, קויפן א איידעלע סמארטפאון געפולט מיר אויך נישט
רבותי א עצה קריטיש ווי זעה איך מעל ארויס פון קויפן א גוישע פאון פארן ווייב???

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:43 pm
דורך כוכב
אויף אלע מיינע גוטע פריינט געוואונטשן די צרה.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:47 pm
דורך [NAMELESS]
ראבינאוויטש האט ארומגעשיקט א שרעקעדיגע קונטרס אין ענגליש אפשר וועט עס טון די דזאב,

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:49 pm
דורך Big Boy
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:כבין בכלל נישט דער פרומער וואס האקט קעגן סמארט פאון, כהאב צופעליג געווענדליך די נייע טעלעפאון אין די וואך וואס סדא צו באקומען.
מיין ווייב אבער האט א פארצאטישע סעלל, אין כהאב שטארק הנאה דערפון פשוט ווייל כהאב זייער פיינט די look פון היימישע פרויען וואס דרייען זיך מיט גרויסע סמארט פאונן, אין פארשטייט זיך אז די ״ מה יאמרו הבריות״ שפילט ביי מיר א גרויסע ראלע אין ספאסט מיר זייער אז מיין רעבעצין זאל האבן א פליפ פאון
די וועלט אבער ווערט מער מאדערן אין די חברתה האט שוין באקומען א אייפון מיט א יאר צירוק אין דעמאלטס האט זיך שוין מיין ווייב געגעליסט כהאב אבער געגעבן צו פארשטיין אז ספאסט אונז נישט נאר איינצליגע פרויען האבן, איי וואס איז שטאפענע אנדריש? ביזנס בלא בלא בלא
די זייגער געבט זיך א ריק מיט אפאר חדשים אין א שוועסטער מיט נאך א חברתה מיט דער אין יענער האבן אויך סמארטפאון, אין דא קומט מרת שטאפענע נאכאמאל צי, כהאב געגראבען א תירוץ אז די פלען ערלויבט נישט יעצט, אפשר א צווייטע מאל
דער נאכט האט די פרוי געקלאפט אין טיש, א הייסע אייפאון!!!!!!
כבין ממש צופיקעוולט, כקען נישט אנהייבען מיט די הייליגע תורות אז מען נכשל ווערן ווייל זי וועט אויפוועקען אלע שכינום פאר געלעכטער, קויפן א מתנה אנשטאט האב איך שוין געטוען לעצטע מאל זי האט געאקשנט, קויפן א איידעלע סמארטפאון געפולט מיר אויך נישט
רבותי א עצה קריטיש ווי זעה איך מעל ארויס פון קויפן א גוישע פאון פארן ווייב???



How about you show her the way by buying a flip phone for yourself? #hypocrisy alert

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:49 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
פרומע שטיק וועט נישט ארבייטען אזוי ווי כהאב געגעבן צו פארשטיין, אין טאמער וועט עס יא ארבייטען וועט עס קאסטן מיין סעלל אויך

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:51 pm
דורך petergrifin
װען דו האסט א פראבלעם מיט א סמארטפאון סתם אזוי קען איך פארשטײן. נאר דו האסט נישט קײן
אישו דערמיט נאר דו װילסט נישט דײן װײב זאל האבן אײנס װײל ס׳פאסט דיר נישט. איך האף זי פירט
אויס נאר אויף אזוי פיל קויף איר נישט a hot pink one װעט עס נישט זײן אזוי שרײעדיג. :D

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:54 pm
דורך [NAMELESS]
ער האט נישט געבעטן הדרכה אדער מוסר בלויז א עצה,

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:56 pm
דורך petergrifin
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ער האט נישט געבעטן הדרכה אדער מוסר בלויז א עצה,


רעדטס צו מיר?

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 11:33 pm
דורך שמעון וואלף
אויב שפילטסטי דיך נישט ארום מיט דיין פאון צופיל ווען די ביסט אינדערהיים מיט די קינדער, קענסטי איר מסביר זיין אז א סמארטפאון וועט גורם זיין אז זי זאל זיך נישט גענוג אפגעבן מיט די קינדער און ס'וועט אוועק נעמען איר געדולד און רואיגקייט.

אבער ווי געזאגט, דאס איז קענסטי זאגן נאר אויב די ביסט נישט ביזי מיט דיין פאון אינדערהיים.

מיין מאן וויל א סמארטפאון

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 11:40 pm
דורך יידל
סארא חוצפה.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 3:26 am
דורך שבת אחים
דעס איז ליידער די פּירות פון אונזער סעקסיסט סאסייעטי די מאן האט א סמארט פאון מיט א אַדעסי (פאר פרנסה שטייצעך) און ער גייט אין סמעדריש צום שיעור פארברענגן מיט זיינע חברים , פאָרט זיך ארום ביינאכט מיט א צוגרעטיל אויסליפטערן די נערווען און ס׳ווייב בלייבט אין דערהיים מיט די 12 אַהאלב קינדער וואס וויינען און שרייען אויפן קאָפּ , און דערנאך ווען עפעס א טראגעדיע געשעט אינערהאלב אונזער קאמיונטי בלעימט מען ווידער די נשים צדקניות ,
א פרוי אין אונזער סאסייעטי איז א שקלאַף און האט בכלל נישט קיין גלייכע רעכטן !!! און יא יא דאס איז די פירות פון אונזער סאסייעטי אזא היפּעקריט ווי שטאפענע וואס שעמט זיך ניטאמאל דאס ארויס צו שרייבן ברבים... ווער ווייסט וויפל נאך אזעליכע מרת שטאפענע געפינט זיך אין אונזערע רייען....

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 7:42 am
דורך מאטי
רבותי א עצה קריטיש ווי זעה איך מעל ארויס פון קויפן א גוישע פאון פארן ווייב???


ביים קומענדיגן שואה גייט מען צווינגען די אידן ארומצוגיין מיט געלע פליפ פאונס.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:18 am
דורך שמעקעדיג
מאטי האט געשריבן:ביים קומענדיגן שואה

אוי! עני מאר אינפא פון די שואה??

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:26 am
דורך לית דין בר נש
ווי אנדערע האבן שוין געשריבן האלט איך אויך אז אדער קויפסטו דיך אויך א פליפ אדער קויפסטו איר א סמארט דיסקרימינעישען איז נישט ערלויבט

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:44 am
דורך יידל
וואס איז די מעשה "קויפסטו איר", "איך וויל איר נישט קויפן", די ווייב איז עפעס א טינעידזשער וועמען מ'ווארפט צו אפאר גראשן פאקעט מאני? פארוואס זאל ער איר נישט דארפן פרעגן בעפאר ער קויפט זיך די לעיטעסט און גרעיטעסט אין די צייט וואס זי, נישט בלויז זי קען נישט קויפן אן אים פרעגן, זי קען בכלל נישט קויפן! ער קויפט איר איין! אתמהה

Re: ווייב וויל א סמארט פאון

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:48 am
דורך itsnotme
ער דארף נישט קןיפען א פליפ ער קען אויסמעקן אלע שפילערייען מיט whatsapp
און ווייזן פאר זיין ווייב אז עס איז נאר פאר איירבעט

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:54 am
דורך פישלע העררינג
יידל האט געשריבן:וואס איז די מעשה "קויפסטו איר", "איך וויל איר נישט קויפן", די ווייב איז עפעס א טינעידזשער וועמען מ'ווארפט צו אפאר גראשן פאקעט מאני? פארוואס זאל ער איר נישט דארפן פרעגן בעפאר ער קויפט זיך די לעיטעסט און גרעיטעסט אין די צייט וואס זי, נישט בלויז זי קען נישט קויפן אן אים פרעגן, זי קען בכלל נישט קויפן! ער קויפט איר איין! אתמהה

די סטאטיסטיקס ווייזען טאקע אז תורת האיקוועליזם האט צאמגעהאלטען מער מעריעדזשעס? געהאלפן עפעס פאר די סטאבילע דיינעמיקס אין די משפחה? אדער איז איקוועליזם אזא רעליגיעזע קולט / קולטור אזוי ווי גלאבעל ווארמינג ווי דער פראבלעם ווערט געשאפען דורך אג'ענדע געטריבענע לייט בעת וואס די באטרעפענדע זעהן בכלל נישט קיין פראבלעם דארט ווי מען וויל אנדרייען א פראבלעם?

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:00 am
דורך אפטעמיסט
ס'קומט בכלל נישט אריין "איקוועליזם" דא. דאס אז ער האט א סמארט פאון און וויל נישט זיין פרוי זאל האבן איינס איז פשוט היפאקריטיע. אז ער האלט ס'איז א פראבלעם זאל ער נישט האבן און אויב האלט ער ס'איז קיין פראבלעם וואס וויל ער פון איר לעבן האבן.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:02 am
דורך מאטי
פשוט'ע מענטשן-רעכטן דארף נישט גענומען ווערן אין באטראכט דורך א קאנסקווענצואלע קוק-ווינקל.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:05 am
דורך פישלע העררינג
מאטי האט געשריבן:פשוט'ע מענטשן-רעכטן דארף נישט גענומען ווערן אין באטראכט דורך א קאנסקווענצואלע קוק-ווינקל.

בכלליות, איקוועליזם איז לאו דוקא אין איר טובה.

מאטי, איז עס "מענטשן-רעכט" אוועקצונעמען פון א אשה איר געבוירענע נטייה צו זיין סאבמיסיוו צו דער איש?

(אפטע, איקוועליזם קומט אריין ווייל איך האב ציטירט יידל.)

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:26 am
דורך מאטי
מ'נעמט נישט אוועק, מ'צווינגט זיי פשוט נישט צו בלייבן. זאלן זיי אליינס מחליט זיין וואס איז גוט פאר זיי.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:27 am
דורך אפטעמיסט
פישלע העררינג האט געשריבן:(אפטע, איקוועליזם קומט אריין ווייל איך האב ציטירט יידל.)

כ'פארשטיי. אבער די גאנצע דיסקוסיע קומט נישט דא אריין.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:46 am
דורך Big Boy
פישלע העררינג האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:וואס איז די מעשה "קויפסטו איר", "איך וויל איר נישט קויפן", די ווייב איז עפעס א טינעידזשער וועמען מ'ווארפט צו אפאר גראשן פאקעט מאני? פארוואס זאל ער איר נישט דארפן פרעגן בעפאר ער קויפט זיך די לעיטעסט און גרעיטעסט אין די צייט וואס זי, נישט בלויז זי קען נישט קויפן אן אים פרעגן, זי קען בכלל נישט קויפן! ער קויפט איר איין! אתמהה

די סטאטיסטיקס ווייזען טאקע אז תורת האיקוועליזם האט צאמגעהאלטען מער מעריעדזשעס? געהאלפן עפעס פאר די סטאבילע דיינעמיקס אין די משפחה? אדער איז איקוועליזם אזא רעליגיעזע קולט / קולטור אזוי ווי גלאבעל ווארמינג ווי דער פראבלעם ווערט געשאפען דורך אג'ענדע געטריבענע לייט בעת וואס די באטרעפענדע זעהן בכלל נישט קיין פראבלעם דארט ווי מען וויל אנדרייען א פראבלעם?



There is a middle way between being equal or not letting your spouse do something that you yourself are doing